געזעלשאַפֿט

פֿון רעכטס: אַנדרו פֿײַערשטיין, ראָוז סטאָון, באָריס סאַנדלער און רענאַטאַ זינגער, נאָך דער סעסיע וועגן יאָסל בירשטיין, "לימודי OZ", מאָנאַש־אוניווערסיטעט, 2012
פֿון רעכטס: אַנדרו פֿײַערשטיין, ראָוז סטאָון, באָריס סאַנדלער און רענאַטאַ זינגער, נאָך דער סעסיע וועגן יאָסל בירשטיין, "לימודי OZ", מאָנאַש־אוניווערסיטעט, 2012

5. "לימוד OZ", "בונד" און אינוועלאָק

דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער בילדונג און קולטור "לימוד", וואָס מיט יעדעס יאָר צעוואַקסט זיך אין דער ברייט און אין דער טיף, האָט אויך דערגרייכט די ייִדישע קהילה אין אויסטראַליע. וואָס מיינט "לימוד", ווי אַ וואָרט און באַגריף, פֿאַרשטיי איך אַליין, אָבער פֿאַר וואָס "OZ"? מײַן נײַגער איז גיך געשטילט געוואָרן: "OZ" — מיינט טאַקע "אויסטראַליע" און דאָס וואָרט ווערט נאָך הײַנט באַנוצט אין דער מינדלעכער שפּראַך. האָב איך שוין עפּעס, הייסט עס, אָפּגעלערנט פֿון דעם אויסטראַלישן לימוד.
אין די ראַמען פֿון דעם "לימוד"־פֿעסטיוואַל איז אײַנגעשלאָסן געוואָרן מײַן פֿילם וועגן יאָסל בירשטיין "אַ קוש אין ירושלים", בשותּפֿות מיטן רעפֿעראַט וועגן בירשטיינס איינציקער פּאָעטישער זאַמלונג, דערשינען אין אויסטראַליע, "אונטער די פֿרעמדע הימלען", געמאַכט פֿון ד״ר אַנדרו פֿײַערשטיין. און נאָך: אינעם זעלבן טאָג, אויפֿן וועג צום מאָנאַש־אוניווערסיטעט, וווּ דער "לימוד OZ" איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 9טן ביזן 11טן יוני, האָט רענאַטאַ זינגער, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט דער סעסיע, געזאָלט טרעפֿן און ברענגען יאָסל בירשטיינס שוועסטער, ראָוז סטאָון.
רענאַטאַ האָט זיך פֿאַר מיר געקלאָגט: "אַ פֿרוי פֿון 90 יאָר, האָב איך זי נישט געקאָנט איבערצײַגן, אַז ס׳איז מיר גאָר נישט שווער זי אָפּנעמען גלײַך פֿון דער שטוב, נישט פֿון דער גאַס!" און דער טאָג איז געווען אַ נאַסער, אַ פֿאַרכמאַרעטער און אַ קילער דערצו. ווען רענאַטאַ און איך זײַנען צוגעפֿאָרן צום אָרט, איז אינעם אויטאָ פֿלינק אַרײַנגעשפּרונגען אַ פֿרוי — אַ קליינוווּקסיקע, מיט אַ קורץ־געשוירענער פֿריזור און אָנגעשמינקטע ליפּן. איך בין געזעסן אונטן, האָט זי, אַ וואַרף געטאָן אויף מיר אַ קורצן אָפּשאַצערישן בליק, און באַלד אָנגעהויבן רעדן.
ווען כ׳וואָלט אַפֿילו נישט געוווּסט פֿון פֿריִער, ווער די פֿרוי איז, וואָלט גענוג געווען איר אַרײַנצוקוקן אויף אַ רגע אין די אויגן און הערן איר שטים, כּדי באַלד דערקענען, אַז ס׳איז יאָסלס שוועסטער. וועגן אַזעלכע פֿרויען זאָגט מען, אַז זי האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אירע זיבעציקער. ראָוז איז געקומען קיין אויסטראַליע מיט אַכט חדשים שפּעטער פֿון איר ברודער, האָבן זיי ביידע, פֿון דער גאַנצער משפּחה אין פּוילן, זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן. זי איז פֿאַרבליבן אין מעלבורן אויפֿן גאַנצן לעבן; פֿאַר איר האָבן די אויסטראַלישע הימלען נישט אויסגעזען פֿרעמד, ווי פֿאַרן ברודער.
שפּעטער האָבן מיר געכאַפּט מיט ראָוז אַ שטיקל שמועס. אַ ביסל האָט זי דערציילט וועגן זיך — חצי ייִדיש, חצי ענגליש ("כ׳בין שוין אָפּגעוווינט צו רעדן אַ סך ייִדיש!"), נאָר מיט אַ סלאַווישן אַקצענט — און אַ ביסל וועגן דעם ברודער. נישט לײַכט איז איר אויסגעקומען דאָס לעבן; בײַ פֿופֿציק יאָר האָט זי זיך געגט מיטן מאַן און שפּעטער ווידער חתונה געהאַט. "זיי שפּאַצירן שוין ביידע אַרום אין גן־עדן, מײַנע מענער", — האָט זי געזאָגט אויף ייִדיש; און אין דעם, ווי אַזוי זי האָט עס געזאָגט, האָבן ווידער אַ קלינג געטאָן יאָסלס אינטאָנאַציע.
זעט אויס, אַז דאָס קאָנען אויספֿלעכטן אַ מעשׂה און זי דערציילן בעל־פּה, איז בײַ זיי אַ משפּחה־טאַלאַנט. ראָוז האָט עס אַרויסגעוויזן אויף דער סעסיע, געווידמעט איר ברודער. נאָך דעם ווי דער פֿילם האָט זיך פֿאַרענדיקט האָט זי זיך געשטעלט פֿאַרן עולם און דערציילט איר אייגענע מיניאַטור, וואָס האָט געקלונגען, ווי אַ המשך צו דעם, וואָס מ׳האָט ערשט געהערט פֿונעם עקראַן, נאָר אויף ענגליש.
ממש אינעם לעצטן טאָג, ערבֿ אונדזער פֿאַרלאָזן די גאַסטפֿרײַנדלעכע ייִדיש־עדה אין מעלבורן, האָב איך, לויטן פּלאַן פֿון מײַן באַזוך, געדאַרפֿט אויפֿטרעטן אויף דער יערלעכער אַסיפֿה פֿון מעלבורנער "בונד", אין אָנדענק פֿון באָנאָ ווינער (1920—1995). זאָגן דעם אמת, האָב איך, צום באַדויערן, פֿריִער נישט געהערט וועגן באָנאָ ווינער, דער וויכטיקער פּערזענלעכקייט אינעם ייִדישן לעבן פֿון מעלבורן.
אין ניו־יאָרק, ווען איך בין אַהין אָנגעקומען אין 1998, איז דאָס וויזיט־קאַרטל פֿון "בונד" געווען מאָטל זעלמאַנאָוויטש. ווי מע זאָגט הײַנט, אַ כאַריזמאַטישע פֿיגור, וואָס האָט געפֿלאַקערט, ווען ער פֿלעגט האַלטן אַ רעדע, און האָט מיט זײַן פֿלאַם אָנגעצונדן די אַנדערע. ער איז געווען די נשמה פֿונעם ניו־יאָרקער "בונד" און אויך — די "קעשענע". שוין אין די לעצטע יאָרן זײַנע, נישט בכּוח מער צו שלעפּן אויף זיך דעם "בונדישן יאָך", האָט די אָרגאַניזאַציע זיך פֿונאַנדערגעלאָזט.
פֿון דער קנאַפּער אינפֿאָרמאַציע, אויסגעזוכט אין "גוגל" און איבערהויפּט געהערט שוין אויפֿן אָרט, אין מעלבורן, פֿון די מענטשן וואָס האָבן גוט געקענט און אַפֿילו פֿאַרחבֿרט געווען מיט באָנאָ ווינער, האָט זײַן געשטאַלט מיר זייער דערמאָנט די געשטאַלט פֿון מאָטל זעלמאַנאָוויטש. נאָך מער: זיי זײַנען אַרויסגעפֿלויגן פֿון איין נעסט, פֿון דער שטאָט לאָדזש. וועגן אַזעלכע מענטשן זאָגט מען, אַז אויב מע האָט זיי געזען כאָטש איין מאָל, פֿאַרגעדענקט מען זיי שוין אויף לאַנג.
באָנאָ, אָדער שׂמחה־בינעם ווינער, ווי מ׳האָט אים גערופֿן אין דער אַלטער היים, האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ, זײַענדיק אַ שלאָסער אין אַ שלאָסאַרניע; דערנאָך — דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער מאַוטהאַוזען־גוזען. נאָך דער מלחמה, צוזאַמען מיט זײַן ברודער, האָט ער געפּרוּווט אויפֿשטעלן אין לאָדזש אַ ייִדיש לעבן, אָבער גיך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָרט האָבן זיי מער נישט וואָס צו טאָן און, דורך דײַטשלאַנד, אָנגעקומען אין די אָנהייב־1950ער קיין אויסטראַליע. באָנאָ ווינערס פּאָרטרעט קאָן מען זען בײַם אַרײַנגאַנג אינעם מעלבורנער חורבן־מוזיי, וואָס אין זײַן גרינדונג, אין 1984, האָט ער צוגעלייגט די האַנט און אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע; זײַן בילד קאָן מען זען הענגען אויבנאָן אין "קדימה"־בנין, וווּ ער איז לאַנגע יאָרן געווען אין דער פֿאַרוואַלטונג און פּרעזידענט; מיט זײַן נאָמען איז פֿאַרבונדן דאָס עפֿענען אין 1975 די ייִדישע טאָגשול אויף שלום־עליכמס נאָמען. נו, און אַוודאי, קאָן מען נישט אָפּטיילן זײַן לעבן און טעטיקייט פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג אין אויסטראַליע בכלל און אין מעלבורנעם "בונד" בפֿרט.

משה זילבערמאַן באַגריסט באָריס סאַנדלער, "בונד־הויז", מעלבורן
משה זילבערמאַן באַגריסט באָריס סאַנדלער, "בונד־הויז", מעלבורן

פֿון אַלע פּאָרטרעטן פֿון באָנאָ ווינער, וואָס כ׳האָב דערמאָנט, האָט געקוקט אויף מיר אַ שמייכלענדיקער מאַנצפּאַרשוין, וואָס עס שפּרודלט פֿון אים דאָס לעבן; זײַן אָפֿן פּנים באַהאַלט נישט אויס, אַז ער האָט ליב אַ פֿריילעכע קאָמפּאַניע, וווּ עס פֿעלט נישט אויס אַ פֿלעשל "וויסקי". מע קאָן זיך אויך משער זײַן, אַז נישט איין פֿרוי האָבן אײַנגעשלאָסן אין זיך זײַנע שטאַרקע הענט פֿון אַ געוועזענעם לאָדזשער שלאָסער.
אין שפּיץ פֿונעם הײַנטיקן "בונד" שטייט משה (מײַקל) זילבערמאַן. ווי ער דערקלערט אַליין, לייגט הײַנט די אָרגאַניזאַציע דעם טראָפּ "נישט אַזוי אויף אידעאָלאָגיע, נאָר אויף עטישע און מאָראַלישע ווערטן." אויף די ווענט פֿון דעם "בונד־הויז", ווי ס׳איז אָנגענומען אויך אין די אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס, קאָן מען זען גרויסע באַרעמלטע פּאָרטרעטן פֿון די "בונד"־גרינדערס בכלל און פֿון דער מעלבורנער באַוועגונג בפֿרט — אַ קאַפּיטל געשיכטע אין פּנימער. אונטער זיי קוקט פֿון די קליינע קאָליר־בילדער אַרויס דער הײַנט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, די יוגנט פֿון "סקיפֿ" (סאָציאַליסטישער קינדער־פֿאַרבאַנד), בעת זייערע זומער־אויספֿלוגן אויסער דער שטאָט. אַ גרופּע "סקיפֿיסטן" האָט מען געקאָנט אויך זען בײַם סוף־וואָך, און אויך בשעת מײַן אויפֿטריט אין "בֿונד".
נאָך זײַענדיק אין ניו־יאָרק, האָב איך באַשטעטיקט די טעמע פֿון מײַן רעדע וועגן דעם הײַנט און מאָרגן פֿון "פֿאָרווערטס". ווי אויף מײַנע פֿריִערדיקע טרעפֿונגען אין מעלבורן, זײַנען נאָך מײַן אויפֿטריט אויפֿגעקומען אַ סך פֿראַגעס, קודם־כּל, פֿאַרבונדן מיט דער צײַטונג. ס׳האָט אַוודאי געפֿרייט, וואָס דער "פֿאָרווערטס" ווערט דאָ געלייענט און אַז ער האָט אין מעלבורן אויך אַ ייִנגערע לייענערשאַפֿט. צום באַדויערן, קומט אַהער די פּאַפּירענע צײַטונג אָן מיט אַ גרויסער פֿאַרשפּעטיקונג; דערפֿאַר אָבער איז צווישן דעם ייִנגערן לייענער מער פֿאַרשפּרייט די עלעקטראָנישע ווערסיע.
אין מעלבורן גופֿא האָט די ייִדישע צײַטונג "מעלבורנער נײַעס" זיך געשלאָסן מיט אַ 13 יאָר צוריק; מעגלעך, אַז דער "פֿאָרווערטס" וואָלט געקאָנט האָבן אַ ספּעציעלע בײַלאַגע פֿון ייִדישע נײַעס אין מעלבורן, צוגעשיקט פֿון אויסטראַליע דירעקט. אָט די וויכטיקע פֿראַגע פֿון אַ בשותּפֿותדיקער אַרבעט איז אויך אָנגערירט געוואָרן און פֿאָדערט אַ ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג.
שוין אומקערנדיק זיך אין ניו־יאָרק, ממש אויפֿן דריטן־פֿערטן טאָג, איז פֿון מעלבורן אָנגעקומען די ידיעה, אַז מײַקל זילבערמאַן און פּיטער זינגער, אַ וועלט־נאָמען אין פֿילאָסאָפֿיע און רענאַטאַס מאַן, האָבן באַקומען אַ הויכע מלוכישע אויסצייכענונג פֿאַר זייער בײַטראָג אינעם פֿילנאַציאָנאַלן לעבן פֿון אויסטראַליע. און ס׳איז טאַקע זייער אָנגענעם געווען צו הערן די נעמען פֿון מענטשן, וואָס דו ביסט געקומען מיט זיי אין באַריר און זיי אַנטפּלעקט פֿאַר זיך. צווישן אַזעלכע אַנטפּלעקונגען אינעם אַנדערן עק וועלט איז געווען אויך די משפּחה מראָקי, חנה און משה.
משהן האָט מען געבראַכט אין אויסטראַליע נאָך גאָר אַ קינד, אָבער חנה איז אין אויסטראַליע אָנגעקומען, דורכמאַכנדיק מיט אירע עלטערן אַ לאַנגן וועג — פֿון טיף רוסלאַנד, וווּ זיי האָבן זיך געראַטעוועט בעת דער מלחמה, דורך פּוילן און שוועדן.
.ראַיע, משה און חנה מראָקי אין נאַציאָנאַלן פּאַרק
.ראַיע, משה און חנה מראָקי אין נאַציאָנאַלן פּאַרק

אין מײַן אַרבעטס־פּלאַן האָט דער פּונקט געהייסן "אַרויספֿאָר אין אינוועלאָק". נישט באַלד האָב איך ריכטיק זיך אויסגעלערנט אַרויסצורעדן דעם נאָמען פֿון דעם דאַטשע־שטעטל, לענג־אויס דעם אַנדערסאָן אײַנגוס. צווישן דער מעלבורנער ייִדיש־עדה איז דער סקאָטישער נאָמען "פֿאַר־ייִדישט" געוואָרן, און קלינגט שוין נישט אינוועלאָק, נאָר — "אינדערלאָך". אַרויסגעפֿאָרן זײַנען מיר גלײַך נאָך מײַן צווייטן אויפֿטריט אין "קדימה", ס׳איז שוין געווען נאָך 10 אין אָוונט, כּדי צו פֿאַרברענגען אויף דער דאַטשע דעם סוף־וואָך, פֿרײַטיק און שבת.
דער וועג איז געווען אַ לאַנגער, איבער 140 קילאָמעטער אויף דרום פֿון מעלבורן. משה איז געזעסן בײַם רודער, און חנה — לעבן אים. אין די ווינטער־חדשים, דאָס הייסט, יוני, יולי און אויגוסט, פֿאָרן זיי בדרך־כּלל נישט אַרויס אין אינוועלאָק, אָבער ס׳איז שוין בײַ זיי געוואָרן אַ מין טראַדיציע, אַז זיי ברענגען אַהין די "אינטערנאַציאָנאַלע געסט" פֿון ייִדיש־מעלבורן. אַזוי, למשל, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אינוועלאָק האָט באַזוכט פּראָפֿעסאָר דבֿ נוי, אַדם גרוזמאַן, פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש און אַנדערע. זײַן אין איינעם אויף דער ליסטע פֿון די ייִדישע ערן־געסט פֿון מראָקי־דאַטשע איז געווען פֿאַר מיר אַ גרויסער כּבֿוד.
בײַ נאַכט, זאָגט דאָס ווערטל, זײַנען אַלע קי שוואַרץ; אין שײַכות מיט אויסטראַליע, וואָלט עס געקלונגען, אַז בײַ נאַכט זײַנען אַלע קענגורוען שוואַרץ. אין דרויסן איז קאַלט און פֿינצטער, אָבער אינעם אויטאָ איז וואַרעם און ליכטיק אויפֿן האַרצן פֿון אַזאַ פֿרײַנדלעכער קאָמפּאַניע. ס׳איז פּשוט אַ מחיה צו הערן, ווי משה און חנה דערציילן ביידע, אין איין צײַט זייערע לעבנס־געשיכטעס, איבערשלאָגנדיק איינער דעם אַנדערן און איבערכאַפּנדיק דעם פֿאָדעם פֿון דער מעשׂה.
משה, פֿאַרכאַפּט מיט זײַן אייגענעם דערציילן, העלפֿט זיך אַרויס מיט די הענט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן ייִדישן דערציילער, און דערבײַ פֿאַרגעסט ער, אַז ער דעם אויטאָ. שלאָגט אים דאָס ווײַב ווידער איבער: "משה, שווײַג, איך וועל עס בעסער דערציילן!" ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זיך פֿון די וועג־אַמפּערנישן אויסגעפֿלאָכטן אַ שטיקל משפּחה־געשיכטע. ווי געזאָגט, איז משהס משפּחה געקומען פֿון פּוילן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. נישט געקוקט דערויף, וואָס דעם טאַטן איז דאָרט גוט געגאַנגען, איז ער גרייט געווען אַלץ איבערלאָזן, אַבי זיך פֿון דאָרט אַרויסרײַסן. ער האָט געפֿילט מיט דער הויט, אַז עס רוקט זיך אָן אַ שרעקלעכע סכּנה. אין מעלבורן האָט ער געהאַט אַ ברודער און טאַקע אויף זײַן הילף האָט ער אַרויסגעקוקט. נאָר יענער האָט זיך נישט געאײַלט אַריבערצוברענגען דעם ברודער מיט זײַן משפּחה; געפּרוּווט אים איבערצורעדן, ער זאָל בלײַבן אין פּוילן, אַז ס׳איז דאָ זייער שווער... ס׳האָט גאָרנישט געהאָלפֿן, און משהס טאַטע, פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ שיבוש זײַן האָב־און־גוטס, פֿאַרלאָזט אייראָפּע.
איך וועל זיך נישט גיין אַרײַנלאָזן אין פּרטים. ס׳איז באמת נישט לײַכט אָנגעקומען דאָס אײַנגלידערן זיך אינעם נײַעם לאַנד, אָן אַ שפּראַך, אָן אַ פֿאַך, אָן אַ גראָשן... מענטשן, וואָס האָבן אַליין, זאָל זײַן אין אַנדערע צײַטן, איבערגעלעבט אַן עמיגראַציע, וועלן עס פֿאַרשטיין אָן איבעריקע פּרטים. אָנגעקומען זײַנען מיר אין אינוועלאָק שפּעט בײַ נאַכט.
אויפֿן אַנדערן טאָג, גאַנץ פֿרי, נאָכן געשמאַקן פֿרישטיק, צוגעגרייט פֿון דער באַלעבאָסטע, האָבן מיר זיך ווײַטער געלאָזט אין וועג אַרײַן; אונדזער ציל איז געווען דער נאַציאָנאַלער פּאַרק, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן האַלב־אינדזל ווילסאָנס פּראָמאָנטאָרי, דער גרעסטער אינעם שטאַט וויקטאָריאַ. "דאָ איז שוין טאַקע עק וועלט, — האָט אונדז דערקלערט משה, — פֿון דאַנען איז שוין גאָר נישט ווײַט צו אַנטאַרקטיקע!". איצט, בײַ טאָג, האָט זיך אונדז אַנטפּלעקט די אַרומיקע שיינקייט און אַנדערשקייט פֿון דער אויסטראַלישער נאַטור. דער וועג, באַגלייט פֿון ביידע זײַטן מיט שורות עווקאַליפּטוס־ביימער, האָט ווי אַ גרענעץ איבערגעשניטן דעם רוים, און צעטיילט אים אויף ברייטע זאַפֿטיק־גרינע פֿעלדער, וווּ ס׳האָבן זיך געפּאַשעט קי — שוואַרצע, געלע, ווײַסע — יעדער פֿאַרמער האָט פֿאַרמאָגט זײַן גזע קי פֿון אַן אַנדער פֿאַרב. וואָס נענטער צום פּאַרק, אַלץ בערגיק־פֿאַרדרייט ווערט דער וועג ביז מיר קומען אַהין אָן.
די אויגן נישטערן איבער די קוסטעס און ביימער, זוכן כאָטש אַ זכר פֿון די באַרימטע בײַטל־באַשעפֿענישן, וואָס נאָר דאָ, אין אויסטראַליע קאָן מען זיי זען. און, פּלוצעם, עס גלייבט זיך נישט: אַ סטאַדע קענגורוען, ווי פֿריִער פּשוטע קי, פּאַשען זיי זיך אויף אַ לאָנקע, און נישט ווײַט פֿון זיי — אַ דרײַ־פֿיר עמו־שטרויסן. משה שטעלט אָפּ דעם אויטאָ. שוין זשע וועט זיך מיר אײַנגעבן זיי צו פֿילמירן, פֿאָרט ווילדע חיות? דער אַזאַרט טרײַבט מיך צוגיין צו זיי וואָס נענטער; מײַן אַפּאַראַט קנאַקט, און איך הער שוין הינטן, פֿון אויטאָ ראַיעס וואָרעניש: "גיי נישט, ווײַטער!"
אינעם נאַציאָנאַלן פּאַרק האָבן מיר פֿאַרבראַכט כּמעט אַ גאַנצן טאָג, און איצט, אין ניו־יאָרק, ווען מיר קוקן מיט ראַיען אויף די שיינע, פֿאַנטאַסטישע פּייסאַזשן, דערמאָנען מיר די צוויי האַרציקע, גאַסטפֿרײַנדלעכע מענטשן, חנה און משה מראָקי, וואָס האָבן אונדז צום סוף פֿון אונדזער ווײַטער רײַזע אין עק וועלט געשענקט צוויי אומפֿאַרגעסלעכע טעג.
וואָס מע זאָל נישט זאָגן, אָבער דווקא אונדזער מאַמע־לשון פֿאַראייניקט אונדזער צעוואָרפֿענע איבער דער וועלט עדה, מאַכט אונדז נענטער און אָפֿענער, שטעלט אויף בריקן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און בשותּפֿותדיקער אַרבעט. איז לאָמיר געדענקען: מיר זײַנען פֿון איין גלויבן, און אונדזער גלויבן הייסט — ייִדיש.