פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה איז די לעצטע אינעם חומש "במדבר", וווּ עס גייט כּסדר אַ רייד, ווי מיר האָבן דאָס באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, וועגן די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן די געוויינטלעכע טאָג-טעגלעכע זאַכן און אויסנאַמען.
פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן אין דער וועלט איז אַ מידבר אַן עקזאָטיש, אומגעוויינטלעך אָרט. אַ סך טוריסטן פֿאָרן יעדן טאָג ספּעציעל קיין אַפֿריקע, כּדי צו דערזען די וויסטע זאַמדן פֿון סאַהאַרע. פֿאַר אַ מענטש, וואָס וווינט אין אַ מידבר, קאָן עס אָבער אויסזען ווי אַ נודנער און אַ שווערער פּלאַץ, פֿונוואַנען עס ווילט זיך אַנטלויפֿן, כּדי צו באַטייליקן זיך אינעם לעבן פֿון אַ גרויסער שטאָט מיט אַ מעסיקן קלימאַט.
פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון אַ מידבר-תּושבֿ, איז דאָס געוויינטלעכע שטאָטישע לעבן פֿול מיט חידושים; פֿאַר אַן אײַנוווינער פֿון אַ גרויסער מערבֿדיקער שטאָט איז אָבער די וויסטקייט פֿונעם מידבר אַ גרויסער חידוש. דאָס ווײַזט, אַז דער חילוק צווישן "געוויינטלעכע" און "אומגעוויינטלעכע" ערטער איז אַ רעלאַטיווער. ווען מיר וואָלטן געקאָנט זען דאָס ג־טלעכע ליכט, וואָס באַנײַט און באַשאַפֿט פֿון ס׳נײַ די גאַנצע וועלט, וואָלט פֿאַר אונדז יעדער פּרט פֿון אונדזער לעבן, און אַפֿילו די סאַמע געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע רוטינע־זאַכן, אויסגעזען ווי אַ גרויסער חידוש און אַ נײַע ג־טלעכע אַנטפּלעקונג.
די מרגלים — די שליחים, וועלכע משה־רבינו האָט געשיקט אויסצושפּירן ארץ־כּנען — האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז בעסער פֿאַר ייִדן צו בלײַבן אינעם מידבר, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות. אַנשטאָט צו וווינען אין אַן אָרט, וווּ מע מוז באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו האַלטן מלחמות מיט די שׂונאים, איז מער פּאַסיק פֿאַר אַן עובֿד־השם צו פֿאַרנעמען זיך מיט ריין־רוחניותדיקע ענינים אינעם מידבר, עסנדיק דעם הימלישן מן און אַרומוואַנדערנדיק נאָכן מיסטישן שכינה־וואָלקן.
הגם די מרגלים האָבן געמיינט לשם־שמים, האָבן זיי געמאַכט אַ גרויסן טעות. זייערע טענות קעגן ארץ־כּנען האָבן פֿאַרזאָרגט די פּשוטע ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט זיך דווקא באַזעצן אינעם נײַעם לאַנד. די שלעכטע בשׂורות האָבן זיי דערשראָקן און די וואַנדערונגען אינעם מידבר, וועלכע האָבן געקאָנט ווערן, לויט דעם געדאַנק פֿון די מרגלים, אַ קוואַל פֿון באַגײַסטערונג און חידוש, האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ביטערער שטראָף.
בײַם אָנהייב פֿון דער ערשטער פּרשה אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה גייט אַ רייד וועגן נדרים. משה רבנו האָט איבערגעגעבן די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים — "ראָשי־המטות" — אַז ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן, הגם מע קאָן עס אָפּשאַפֿן דורך אַ ספּעציעלער פּראָצעדור — התּרת־נדרים.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע מיצוות, זענען די נדרים נישט אַ פֿאַרשפּרייטע פּראַקטיק אין ייִדישקייט. אַדרבה, די חז״ל רעקאָמענדירן זיי בכלל נישט צו טאָן, און אַ סך פֿרומע ייִדן, ווען זיי זאָגן עפּעס צו, גיבן זיי צו די פֿראַזע "בלי־נדר", כּדי נישט אָנצונעמען אויף זיך אַ נדר.
ווען משה רבינו האָט דערקלערט די הלכות פֿון נדרים, האָט ער באַטאָנט: "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך". ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, ווײַזט די דאָזיקע פֿראַזע אָן אויף דער באַזונדער־הויכער מדרגה פֿון משהס נבֿואה. איז פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, האָט ער געהאַט אַ מער גראָדע נבֿיאישע השׂגה — אַזוי ווי אַ מענטש, וואָס טײַטלט אָן אויף עפּעס מיטן פֿינגער און זאָגט קלאָר, וואָס ער זעט.
פֿאַרוואָס ווערט דווקא אַזאַ אומפּאָפּולערע זאַך, ווי דער ענין פֿון נדרים, דערמאָנט אין דער תּורה ווי אַ בײַשפּיל פֿון משהס הויכער מדרגה ווי אַ נבֿיא? אין פֿאַרגלײַך מיט די טאָג־טעגלעכע מיצוות, איז אַ נדר בעצם אַ פּערזענלעכע מיצווה. אַ מענטש קאָן עפּעס פֿאַרווערן בלויז פֿאַר זיך אָדער צוזאָגן עפּעס צו טאָן און פֿאַרוואַנדלען די דאָזיקע ספּעציפֿישע זאַך אין אַן אינדיווידועלער מיצווה.
די מיצוות זענען ג־טלעכע קאַנאַלן, וועלכע העלפֿן צו אַנטפּלעקן דעם פֿאַרבאָרגענעם ג־טלעכן שורש אין דער מענטשלעכער נשמה און אין דער אַרומיקער וועלט. דער בײַשפּיל פֿון נדרים ווײַזט, אַז ג־טלעכקייט שטעקט אַפֿילו אין די זאַכן, וואָס ווערן נישט אַרײַנגערעכנט אין דער רשימה פֿון די תּרי״ג־מיצוות. למשל, עמעצער קאָן אָננעמען אויף זיך, אין פּרינציפּ, אַ נדר אָנצומאָלן אַ בילד פֿון אַ בוים — און די דאָזיקע אַקציע קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קאַנאַל פֿון פּערזענלעכער נשמה־דיסציפּלין.
"דאָס איז די זאַך" — זאָגט אונדז די תּורה. ייִדישקייט איז נישט אַ פֿאַרגליווערטע סיסטעם פֿון פֿיקסירטע כּללים, נאָר אַ לעבעדיקע גײַסטיקע דערפֿאַרונג. אַדרבה, דער אייבערשטער איז איבעראַל און יעדע קלייניקייט אין דער וועלט איז, אין דער אמתן, אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג. יעדע קלייניקייט קאָן ווערן "די זאַך" — אַ קוואַל פֿון אַן אוניקאַלער השׂגה פֿון אַחדות־השם.
פֿונדעסטוועגן, זענען די נדרים נישט אַ רעקאָמענדירטער מעטאָד צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. עס זענען פֿאַראַן אַנדערע מעטאָדן, וועלכע דערמעגלעכן דאָס צו טאָן, נישט אָננעמענדיק אויף זיך פּערזענלעכע פֿאַרבאָטן און צוזאָגן.
למשל, ווי אינעם דערמאָנטן בײַשפּיל מיט אַ בילד, קאָן פֿאַר אַ קינסטלער מאָלערײַ גופֿא דינען ווי אַ קוואַל פֿון רוחניותדיקער השׂגה. מאָלנדיק אַ בוים, קאָן ער אָפּשאַצן די שיינקייט פֿון דער נאַטור און אײַנזען דאָס ג־טלעכע ליכט, וואָס שטעקט אַפֿילו אין די סאַמע פּשוטע זאַכן.
די צווייטע פּרשה אין דער הײַנטיקער סדרה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן די 40־יאָריקע ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר, פֿון מצרים קיין ארץ־ישׂראל. די תּורה גיט איבער די רשימה פֿון 42 ערטער, וווּ די ייִדן זענען אײַנגעשטאַנען. די מאָנאָטאָנישע ליסטע פֿון נסיעות צווישן לאַנג־פֿאַרגעסענע אומבאַקאַנטע ערטער קאָן קלינגען גאַנץ נודנע, אויב מע נעמט זי אָן בלויז ווי אַ מעשׂה וועגן אַ גשמיותדיקן מאַרשרוט. על־פּי־קבלה איז עס אָבער אַ גאַנצע "מאַפּע" פֿונעם מענטשלעכן לעבן און באַוווּסטזײַן.
יעדער מענטש, במשך פֿון זײַנע פּערזענלעכע וואַנדערונגען אינעם גרויסן "מידבר" פֿון לעבן, שטויסט זיך אָן אויף פֿאַרשיידענע אַרכעטיפּ־סיטואַציעס, וועלכע שטימען מיט די "מסעי בני ישׂראל" — די ייִדישע נסיעות אינעם מידבר. ווען מע קומט צו אַ געוויסער "סטאַנציע" אויפֿן לעבנס־וועג, קאָן מען דאָרטן אײַנזען אַ באַזונדער גײַסטיק ליכט און אָפּלערנען נײַע לימודים — ווי אויך קומען צו נײַע שוועריקייט און נסיונות.
די ריי פֿון לעבן־דערפֿאַרונגען זעט צומאָל אויס נודנע און מאָטאָטאָניש, אַזוי ווי די רשימה פֿון אוראַלטע ערטער אין דער הײַנטיקער פּרשה. פֿונדעסטוועגן, אויב מע קוקט זיך גוט אַרײַן, קאָן מען אין יעדן מאָמענט אײַנזען אַ נײַע השׂגה, אַ נײַע מעגלעכקייט צו באַקומען אַן אוניקאַלע גײַסטיקע דערפֿאַרונג. אַ צאָל הייליקע ספֿרים "דעשיפֿרירן" אַ טייל פֿון די 42 "לעבן־סטאַנציעס", אויפֿן סמך פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. נישט אַלעמאָל איז אָבער קלאָר, אויף וואָס פֿאַר אַ דערפֿאַרונג עס זענען מרמז געוויסע נעמען צווישן די ערטער פֿון ייִדישע מידבר־וואַנדערונגען; עס קאָן זײַן, אַז נישט תּמיד קאָן מען זיי אָפּטײַטשן אויף אַ קאָנקרעטן אופֿן, ווײַל בײַ יעדן יחיד — אַזוי ווי אינעם דערמאָנטן בײַשפּיל מיט נדרים און בילדער — זענען פֿאַראַן אוניקאַלע איבערלעבונגען און פּערזענלעכע "סטאַנציעס", וועלכע לאָזן זיך נישט דערקלערט צו ווערן אויף אַן אַלגעמיינעם אופֿן.