דער עלטסטער ייִדישער ליאַלקע־קינסטלער ווערט 100 יאָר אַלט
נאָרבערט בוכהאָלץ (לינקס) מיט זײַנע ליאַלקעס און מיטן מבֿין פֿון אַלטע שפּילעכלעך, אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "Antique Road Show" |
מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער ליאַלקע־קינסטלער נאָרבערט (נחמיה) בוכהאָלץ, בעסער באַקאַנט ווי נאַט נאָרבערט, צוזאַמענגעקליבן זײַנע דרײַ טוץ ליאַלקעס, און זיי אַרײַנגעזעצט אין קליינע וועגעלעך, וואָס ער האָט געניצט פֿאַר זיי אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דערנאָך האָט ער זיי געשלעפּט צו דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אַנטיק ראָוד שאָו" (פּרעזענטאַציע פֿון אַנטיקן), וווּ הונדערטער מענטשן ברענגען אַלטע אוצרות פֿון דער היים — צירונג, מעבל, אַלטע דאָקומענטן, — האָפֿנדיק, אַז די "מציאות" וואָס זיי האָבן געקויפֿט פֿאַר עטלעכע טאָלער בײַ אַן אויספֿאַרקויף, וועלן זײַן ווערט טויזנטער.
בוכהאָלצעס זון און שנור האָבן אים געהאָלפֿן שלעפּן די קליינע וועגעלעך, און מענטשן האָבן געגאַפֿט אויף דעם בייזוווּנדער — צווישן די ליאַלקעס איז געווען "מיסטער וואָלסטריט", און ליאַלקעס פֿון באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטיאָרן. ווען דער אָפּשאַצער און מבֿין פֿון שפּילעכלעך אויף דער פּראָגראַם האָט אים אויסגעפֿרעגט (http://www.pbs.org/wgbh/roadshow/archive/201003A08.html), האָט בוכהאָלץ דערציילט, ווי זײַן מומע אין ווין פֿלעג אים אַלע מאָל ברענגען צו דער ליאַלקע־שפּיל, און פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך פֿאַרליבט אין זיי. שפּעטער האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיטן WPA (פּרעזידענט רוזוועלטס אַרבעט־פּראָגראַם) און געשאַפֿן גרעסערע ליאַלקעס. דערנאָך אין די 1950ער יאָרן האָט ער געשאַפֿן ליאַלקעס פֿון טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייטן, ווי: עד סאָליוואַן, דזשאַקי גליסאָן, און ליבעראַטשי. דער אָפּשאַצער־מבֿין האָט גיך באַשטימט, אַז אַלע ליאַלקעס צוזאַמען זענען ווערט צווישן 10 און 15 טויזנט דאָלער. "פֿאַר אַלע?" האָט בוכהאָלץ איבערגעפֿרעגט, און צוגעגעבן, אַז "פֿאַר דער ליבעראַטשי־ליאַלקע אַליין האָט מען מיר אָנגעבעטן 5 טויזנט."
בוכהאָלץ האָט מיטגעבראַכט אין די וועגעלעך נישט נאָר די ליאַלקעס וואָס ער האָט אַליין געשאַפֿן פֿון פּלאַסטישן האָלץ אין די 1950ער יאָרן, אָבער אויך עלטערע ליאַלקעס פֿון זײַן מענטאָר זוני מאָוד, און ליאַלקעס פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן מאַריאָנעטן־טעאַטער "מאָדיקאָט", וואָס די קינסטלער זוני מאָוד און יאָסל קאָטלער האָבן געגרינדעט אין די 1920ער יאָרן. "מאָדיקאָט" האָט געשפּילט סאַטירישע מאַריאָנעטן־פֿאָרשטעלונגען און געוואָרן זייער באַליבט. זיי האָבן געשאַפֿן ליאַלקעס פֿון פּאָליטישע פֿיגורן, ווי פּרעזידענט הערבערט הוּווער, מאָהאַנדאַס גאַנדי, לעאָן בלום, ראַמסיי מאַקדאָנאַלד און "וואָל־סטריט". אין 1932 זענען זיי געפֿאָרן אויף אַ טור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און אַ קורצער פֿילם פֿון אַ "מאָדיקאָט"־פֿאָרשטעלונג קען מען זען אין ייִוואָ. נאָך יאָסל קאָטלערס פֿריצײַטיקן טויט אין 1935 האָט "מאָדיקאָט" מער נישט געשפּילט, אָבער זוני מאָוד האָט ווײַטער געשטעלט מאַריאָנעטן־פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש.
דעם 17טן יוני, אין דרום־פֿלאָרידע וווּ ער וווינט הײַנט, האָט נאָרבערט בוכהאָלץ געפּראַוועט זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג. ער איז געבוירן געוואָרן אין בוטשיטש, גאַליציע, אין 1912, און צו זיבעצן יאָר איז ער געקומען קיין ברוקלין, און קודם געאַרבעט ווי אַ קעלנער אין די האָטעלן, אָבער אין די 1930ער יאָרן האָט ער זיך באַטייליקט אין אַ רעגירונג־פּראָגראַם זיך צו לערנען ווי צו שאַפֿן ליאַלקעס.
בוכהאָלץ האָט אָנגעהויבן העלפֿן זוני מאָוד אין זײַן סטודיאָ, און דערנאָך האָבן זיי לאַנגע יאָרן נאָענט מיטגעאַרבעט ביז מאָודס פּטירה אין 1956. זיי האָבן אַפֿילו געמאַכט אַ פֿילם צוזאַמען, ניצנדיק די ליאַלקעס. נאָך מאָודס טויט, האָט בוכהאָלץ אַליין געשריבן ליאַלקע־פּיעסעס פֿאַר אַ ייִדישן עולם וואָס האָט נייטיק געדאַרפֿט אַ ביסל הנאה האָבן נאָך דער מלחמה; געשריבן קאָמישע סצענעס וועגן די ייִדן אויף דער איסט־סײַד, אויף די ניו־יאָרקער גאַסן, און זיי פֿאָרגעשטעלט אויף ייִדיש אין די זומער־קאָלאָניעס אין די קעטסקיל־בערג; און דערנאָך, ווען די ייִדן האָבן זיך דאָרטן באַזעצט, איבער גאַנץ פֿלאָרידע. בוכהאָלץ דערציילט, אַז "די באַלעבאַטים פֿון די האָטעלן אין די קעטסקילס זענען געוואָרן די זעלבע האָטעל־באַלעבאַטים אין פֿלאָרידע, האָט מען מײַנע ליאַלקעס פֿון פֿריִער גוט געקענט, און איך האָב גיך באַקומען אַרבעט אין פֿלאָרידע". ער האָט חתונה געהאַט מיט סילוויאַ, און זי האָט אים געהאָלפֿן הינטער די קוליסן.
בוכהאָלץ פֿלעג פֿאָרשטעלן זײַן ליאַלקע־שפּיל דרײַ אָדער פֿיר מאָל אַ טאָג; אײַנגעפּאַקט אַלץ אין זײַן אויטאָ — די ליאַלקעס, די בינע, דעם רעקוויזיט — און הײַדאַ, געפֿאָרן צום צווייטן האָטעל אָדער באָנגאָלאָ־קאָלאָניע. אין אָנהייב איז אַלץ געווען אויף ייִדיש, און צו ביסלעך, איז ער אַריבער אַלץ מער און מער אויף ענגליש. אין פֿלאָרידע האָט ער נאָך געשפּילט אויף ייִדיש ביז די 1980ער יאָרן.
זײַנע ליאַלקעס האָבן דערגרייכט אַ ברייטערן עולם אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן; ער האָט אַפֿילו געניצט זײַנע ליאַלקעס אויף אַ טעלעוויזיע־רעקלאַמע פֿאַר שאָקאָלאַד־מילך. ערשט ווען ער האָט דערגרייכט זײַן 88סטן יאָר האָט ער מער נישט געקענט שפּילן.
הײַנט, בעת אַן אינטערוויו מיט פֿרײַנד בוכהאָלץ אויפֿן טעלעפֿאָן אין פֿלאָרידע, דערציילט ער וועגן זוני מאָוד מיט וואַרעמע געפֿילן. אין די 1930ער יאָרן איז מאָוד שוין געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע אילוסטראַציעס, קאַריקאַטורן און קונסט. אין אַ יוניאָן־לאָקאַל האָבן די צוויי זיך באַקענט, און בוכהאָלץ האָט צוגעקוקט ווי ער שניצט די ליאַלקעס. "מיר האָבן זיך נישט געאײַלט ווען מיר האָבן געמאַכט די ליאַלקעס", דערציילט ער, און עטלעכע וואָכן האָט געדויערט אויסצופֿורעמען איין ליאַלקע.
אפֿשר איז דאָס דער סוד פֿון אַריכת־ימים — מע טאָר זיך נישט אײַלן. ווי עס זאָל נישט זײַן, באַגריסן מיר דעם קולטור־אוצר, מײַסטער ליאַלקע־קינסטלער נאָרבערט בוכהאָלץ צו זײַן קײַלעכדיקן יוביליי!
דער "העליקס"־פּראָיעקט דערנענטערט סטודענטן צו דער ייִדישער קולטור
די גרופּע פֿון "העליקס" בײַם טײַך נאַרעוו אין טיקטין, פּוילן |
ס’איז אַ פֿאַקט, אַז ס’זענען פֿאַראַן מער קורסן אין צפֿון־אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן וועגן דער צעשטערונג פֿון די ייִדן און זייער קולטור אין מיזרח־אייראָפּע, ווי קורסן וועגן דער ייִדישער קולטור גופֿא. אינעם נײַעם "העליקס" (ספּיראַל)־פּראָיעקט, וואָס די אָרגאַניזאַציע "ייִדישקייט־לאָס־אַנדזשעלעס" האָט אײַנגעפֿירט דאָס יאָר, וועט מען פֿאָרן אויף עקסקורסיעס קיין מיזרח־אייראָפּע מיט אוניווערסיטעט־סטודענטן און אַזוי אַרום זיי באַקענען מיט אונדזער רײַכער ייִדישער קולטור־ירושה. די דאָזיקע אָנטיילנעמער, האָפֿט מען, וועלן ווײַטער לערנען וועגן די קולטור־אוצרות ווי דערציִער אין קהילות צי אין שולן.
"די יוגנט דאַרף נישט שטודירן נאָר דעם חורבן. מע דאַרף בײַטן דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער געשיכטע", האַלט ד״ר ראָבערט פּעקאַרעק, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדישקייט־לאָס־אַנדזשעלעס", און לאַנצירער פֿונעם פּראָיעקט, אין וועלכן אַ מאַקסימום צאָל פֿון 36 ביז־גראַדויִר־סטודענטן, אײַנגעטיילט אין דרײַ גרופּעס, וועלן פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון אַוואַנסירטע גראַדויִר־סטודענטן, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדישער געשיכטע און קולטור. אַלע סטודענטן, צווישן 18 און 24 יאָר אַלט, קענען אַרײַנגעבן אַן אַפּליקאַציע, נישט וויכטיק וואָס איז דער פֿינאַנציעלער סטאַטוס פֿונעם אַפּליקאַנט.
איידער מע פֿאָרט, אָבער, גרייט מען זיך צו אויף דער נסיעה — דער סטודענט פֿאַרברענגט עטלעכע טעג אין לאָס־אַנדזשעלעס אינעם "ייִדישקייט"־ביוראָ, און לערנט אין סעמינאַרן און וואַרשטאַטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, געשיכטע און קולטור. די גרופּע איז אָנגעקומען קיין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן יוני און דעם 18טן יוני זענען זיי אָפּגעפֿאָרן קיין פּוילן. נאָך דער נסיעה קערט מען זיך אום קיין לאָס־אַנדזשעלעס, און מע באַהאַנדלט אַלץ, וואָס מע האָט געזען און איבערגעלעבט, און מע טראַכט ווי אַזוי די ייִדישע קולטור קען ווערן אַ טייל פֿון אַן אַמעריקאַנער ייִדישער דערציִונג.
דאָס יאָר האָט מען פֿאַרטראַכט די נסיעות לויט דער געאָגראַפֿיע. נאָך צוויי גרופּעס דאַרפֿן פֿאָרן דאָס יאָר, איינע קיין צענטראַל־פּוילן און די צווייטע צו די דרום־קאַרפּאַטן־בערג. עס זענען 6 ביז־גראַדויִר־סטודענטן געפֿאָרן צוזאַמען מיט ד״ר פּעקאַרער און צוויי גראַדויִר־סטודענטן. די "אַנענבערג־פֿונדאַציע" האָט דאָס יאָר געדעקט אַלע הוצאות פֿון די סטודענטן.
איך האָב פּעקאַרער געפֿרעגט, צי ער באַטראַכט דעם פּראָיעקט ווי אַן אַלטערנאַטיוו צום "געבורטרעכט"־פּראָיעקט (Birthright), אין וועלכן מע פֿאָרט אומזיסט קיין ישׂראל? זײַן ענטפֿער איז געווען: "ניין, ׳העליקס׳ דאַרף דערגאַנצן דעם געבורטרעכט־פּראָיעקט. מדינת־ישׂראל איז בלויז 64 יאָר אַלט, און די ייִדישע געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע איז אַלט טויזנט יאָר. ׳העליקס׳ איז אויך מער אַן אַקאַדעמישע נסיעה. מיר קלײַבן אויס די בעסטע סטודענטן, וועלכע ווילן פֿאַרברייטערן זייער קענטעניש פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע. זיי דאַרפֿן זײַן טאַקע פֿאַראינטערעסירט אין אונדזער פּראָיעקט. דאָס יאָר האָבן פּראָפֿעסאָרן נאָמינירט די סטודענטן, און אַלע אָנטיילנעמער זענען געקומען פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט און פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער "קאַליפֿאָרניער שטאַטישן אוניווערסיטעט." מיט דער צײַט האָפֿט "ייִדישקייט", אַז די אָרטיקע ייִדישע קהילות וועלן שטיצן דעם פּראָיעקט און שיקן סטודענטן פֿון זייערע שטעט.
"דער געוויינטלעכער קאַלעדזש־סטודענט ווייסט גאָרנישט וועגן ייִדיש; איז די נסיעה אַן אַנטפּלעקונג פֿאַר זיי, און זי האָט באמת געביטן זייער טראַכטן וועגן דער ייִדישער געשיכטע, און וועגן זייער ווײַטערדיקן דרך אין דער אַקאַדעמישער וועלט". איין סטודענט האָט אויסגעפֿונען, אַז זײַן באָבע איז געווען אַ לערערין פֿון פֿיזיק אויף ייִדיש אינעם ווילנער רעאַל־גימנאַזיום.
איין סטודענטקע פֿון דער איצטיקער "העליקס"־נסיעה, אַנאַ קאָטל, האָט אונדז דערציילט, אַז זי האָט שטודירט ייִדישע ליטעראַטור אין בערקלי, און האָט אַ סך געלערנט פֿון דער נסיעה: "איך האָב געקענט פֿאַרשטיין מײַנע שטודיעס אינעם אָריגינעלן קאָנטעקסט, געקענט פֿאַרבינדן אמתע ערטער מיט אמתע מענטשן. איך האָב געקענט רעדן ייִדיש און הערן ייִדיש פֿון געבוירענע ייִדיש־רעדערס און לייענען די ייִדישע פּאָעזיע אין דער שטאָט אין וועלכער זי איז געשאַפֿן געוואָרן. מײַן טעזיס האָט באַהאַנדלט צוויי מחברים פֿון ווײַסרוסישע שטעטלעך, וועמענס נעמען איך האָב פֿריִער בלויז געלייענט אין ביכער — קיין מאָל נישט געהערט ווי מען רעדט די נעמען אַרויס. אַז מיר זענען געפֿאָרן דורך דעם גאַנצן קאַנט פֿון די שטעטלעך, האָב איך בעסער פֿאַרשטאַנען די געגנט, און די שטעטלעך זענען מער נישט געווען סתּם ערטער פֿון ׳דער אַלטער היים׳."
אין בעלאַרוס און אין ליטע, האָבן די סטודענטן אויך געזען, אַז ייִדיש פֿאַרבינדט טאַקע ייִדן פֿון אומעטום. אין ווילנע האָט די ווילנערין פֿאַניע בראַנצאָווסקי זיי אַרומגעפֿירט איבער דער שטאָט. אין גראָדנע האָט דער גראָדנער הירש חסיד זיי דערציילט וועגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אין דער קאָלאָניע לעבן סוּוואַלק, וווּ מאָריס ראָזענפֿעלד איז אויפֿגעוואַקסן בײַ דער אָזערע, האָט מען געלייענט זײַן פּאָעזיע, און בעסער פֿאַרשטאַנען דאָס דאָרפֿישע ייִדישע לעבן פֿון אַמאָל. מע לייענט ליטעראַטור אַנדערש נאָך אַזוינע איבערלעבונגען, האַלט פּעקאַרער. אין מינסק האָט מען געזען וווּ קולבאַקס דירה איז געווען, וווּ מע האָט געדרוקט די צײַטונג "אָקטיאַבער", און דאָס אָרט, וווּ מע האָט די מינסקער ייִדישע אינטעליגענץ דערשאָסן. אומעטום האָט מען געלייענט פֿון דער ליטעראַטור פֿאַרבונדן מיטן אָרט. למשל, אין גראָדנע האָט די גרופּע געלייענט די לידער פֿון לייב נײַדוס אויף דער "נײַדוס גאַס".
נאָך דער נסיעה, וואָס האָט אַרײַנגענומען די שטעט וואַרשע, טיקטין, ביאַליסטאָק, גראָדנע, נאָוואָגרודעק, אַמדור, מינסק און ווילנע, האָט מען פֿאַרברענגט דרײַ טעג אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ יעדער סטודענט האָט געדאַרפֿט שאַפֿן אַ פֿאָטאָ־דאָקומענטאַר־אַלבאָם פֿון דער איבערלעבונג. איצטער כאַפּט ד״ר פּעקאַרער אָפּ דעם אָטעם. אָבער אין גיכן, וועט ער פּלאַנירן די ווײַטערדיקע נסיעות פֿון "העליקס". נאָך אַזאַ גוטן אָנהייב, ריכט מען זיך אויף אַ ווײַטערדיקער הצלחה מיט דעם געניאַלן געדאַנק.