כּנרת, זמורה־ביתן, 2011
מתן חרמוני, אַ ישׂראלדיקער שרײַבער און אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, האָט זיך געווענדעט אין זײַן ערשטן ראָמאַן צו אַ טעמע, וואָס איז עד־היום געווען כּמעט ווי ניט־דערטאַפּט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור׃ דער ייִדישער ניו־יאָרק אינעם ערשטן טייל פֿון 20סטן יאָרהונדערט. עס איז ממש אַ חידוש, פֿאַרוואָס האָט דער גרעסטער אין דער וועלט ייִדישער כּרך אַזוי ווייניק אינטערעסירט די גאַנצע העברעיִשע ליטעראַטן.
חרמוניס ראָמאַן איז געבויט אַרום דעם לעבן פֿון אַן אויסגעטראַכטן אַמעריקאַנער ייִדישן מחבר מיטן נאָמען מרדכי שוסטער. ווי עס איז מודיע זײַן ביאָגראַפֿישער אַרטיקל כּלומרשט אין זלמן רייזענס "לעקסיקאָן", איז ער געבוירן געוואָרן אין 1888 און געקומען קיין אַמעריקע אינעם עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר (שוין ווי אַ יתום) און האָט געאַרבעט ווי אַ זעצער אינעם פֿאַרלאַג "היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני" אין ניו־יאָרק. ער האָט זיך קונה שם געווען מיט אַ ביכער־סעריע "מיס אַנני פּיידזש", און דערנאָך פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי שונד־ראָמאַנען און אַ היפּשע צאָל פּיעסעס. דער פּסק־דין פֿונעם "לעקסיקאָן" איז געווען נעגאַטיוו׃ "אָבער זייער קוואַליטעט איז פֿון אַ נידעריקער מדרגה".
חרמוני עפֿנט זײַן ראָמאַן מיט דער סצענע פֿון שוסטערס אָרעמער לוויה אינעם שטעטל סאַראַטאָגאַ–ספּרינגס, שטאַט ניו–יאָרק. דער גאַנצער עולם באַשטייט פֿונעם אָרטיקן בריוון־טרעגער, דעם מילכיקן, דעם גערטנער און דער קראַנקן־שוועסטער. די אַמאָליקע ברויזנדיקע אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור איז מער נישטאָ, און קיינער געדענקט מער ניט דעם מחבר, מרדכי שוסטער.
אַזאַ מין אָנהייב דערמאָנט אין צוויי וויכטיקע ראָמאַנען פֿון ייִדישן און העברעיִשן מאָדערניזם׃ בערגעלסאָנס "אָפּגאַנג" און "זכרון דברים" פֿון יעקבֿ שבתי. אָבער אין אונטערשייד צו די העלדן פֿון יענע ראָמאַנען, וואָס האָבן באַגאַנגען זעלבסטמאָרד און איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סך שפּורן אין די נשמות פֿון זייערע חבֿרים און קאָכאַנקעס, איז שוסטער אַ "פּאָסט–מאָדערנער" העלד, וואָס האָט איבערגעלעבט זײַן צײַט. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ פּאָסט־מאָדערנעם ראָמאַן, האָט די האַנדלונג ניט קיין המשך. יעדעס קאַפּיטל באַהאַנדלט אַ באַזונדערן עפּיזאָד, וועלכער קומט פֿאָר בעת שוסטערס לעבן אָדער נאָך זײַן טויט, אָבער זייער סדר איז ניט קיין כראָנאָלאָגישער.
אינעם צענטער פֿון דער האַנדלונג שטייט די ניו־יאָרקער לאָוער־איסט־סײַד פֿון אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט, מיט אירע געסלעך, קאַפֿעען און רעסטאָראַנען; פֿולגעפּאַקט מיט אינטריגעס, ליבעס און קינאת–סופֿרים. חרמוני שילדערט די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה מיט אַ היפּש ביסל איראָניע. זײַן עבֿרית קלינגט אויסטערליש–גלותדיק, ענלעך צו ש. י. עגנון. אַזוי שאַפֿט ער אַ ליטעראַרישן עפֿעקט פֿון "אָפּפֿרעמדונג". ער בויט אַ קולטורעלע און צײַטיקע דיסטאַנץ צווישן דעם הײַנטיקן ישׂראלדיקן לייענער און דעם אַמאָליקן ייִדישן ניו־יאָרק.
אָבער דער פּרק "ייִדיש" אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע איז ניט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט. אַ מין סימבאָלישער המשך ווערט פֿאַרקערפּערט אין דער פֿיגור פֿון שוסטערס אַ שכן מיטן נאָמען יהושע (דזשאָשואַ) רעדלער, אַן אַמאָליקער אַמעריקאַנער היפּי, וועלכער האָט על־פּי צופֿאַל געירשנט דעם איינציקן פֿאַרבליבענעם קאָמפּלעט פֿון שוסטערס געזאַמלטע ווערק. די דאָזיקע ירושה ברענגט אים סוף־כּל–סוף קיין ירושלים, וווּ ער ווערט אַ פּראָפֿעסאָר אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט.
אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז די ייִדישע ליטעראַטור, אַפֿילו אין איר נידעריקסטן נוסח פֿון "שונד", דינט ווי אַ מין "מורה נבֿוכים" פֿאַר די פֿאַרלוירענע ייִדישע נשמות פֿון די שפּעטערע דורות. די גילגולים וואַנדערן פֿון אייראָפּע קיין אַמעריקע און ווײַטער קיין ישׂראל, פֿאַרטאָן אין זייערע טאָג־טעגלעכע דאגות, אָבער זייער שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור מאַכט זייער לעבן טיפֿער און גיט צו אַ ציל. דער אַלט־מאָדישער דערציילער קלינגט פּראָסט און פּשוט, אָבער זײַן נאַיִווע אַלוויסנדיקייט, זײַן רעדן אין דער איצטיקער צײַט, בטעמט מיט אַ תּנ״ך–אינטאָנאַציע, שאַפֿט אַ היפּנאָטישן עפֿעקט.
חרמוניס דערציילער האַלט זיך בײַם אַלטן ליטעראַרישן כּלל פֿון די קלאַסיקער׃ ער מאַכט "אַ מעשׂה אין אַ מעשׂה איבער אַ מעשׂה". די גורלות און סיטואַציעס ווערן אָנגעקניפּט און איִבערגעפֿלאָכטן איינער מיטן אַנדערן, און פֿון דעם אַלץ וועבט זיך דער לײַוונט פֿון ייִדישן לעבן אין אַמעריקע אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
די פּערסאָנאַזשן גייען אַריבער פֿון איין מעשׂה אין דער אַנדערער, און אַלע אין איינעם פֿורעמען זיי אויס אַ גרויסן טעקסט אינעם סטיל פֿון "היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני", דעם גרעסטן אַמעריקאַנער ייִדישן פֿאַרלאַג, וואָס האָט עקזיסטירט העכער ווי פֿופֿציק יאָר און אַרויסגעלאָזט הונדערטער ביכער און ספֿרים אויף ייִדיש און לשון–קודש. ווען מען לייענט חרמוניס ראָמאַן, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק אַז מען בלעטערט דעם קאַטאַלאָג פֿון אָט דעם פֿאַרלאַג, וואָס איז אַרויס צום פֿופֿציקסטן יאָרטאָג אין 1951. דער קאַטאַלאָג איז כּולל צענדליקער ייִדישע און איבערגעזעצטע ראָמאַנען, לערנביכער פֿאַר כּלערליי שפּראַכן, נאָטן מיט לידער, חומשים, סידורים, מחזרים, זילבערנע לײַכטער און טליתים.
דער ראָמאַן דערציילט וועגן אבֿדות און המצאות. דאָס, וואָס איינער פֿאַרלירט, ווערט געפֿונען דורך עמעצן אַן אַנדערן. ווי עס באַמערקט שוסטער, "זכרונות זײַנען ווי אַקציעס אין ׳דזשענעראַל עלעקטריק׳. הײַנט זעען זיי אויס ווי גאָרנישט, אָבער אין אַ פּאָר יאָר אַרום — הו־האַ, און נאָך אין אַ פּאָר יאָר אַרום — הו-הו-הו."
אַזוי ווי דער קאַטאַלאָג פֿון "היברו פּאַבלישינג קאָמפּאַני", צייכנט חרמוניס ראָמאַן אַ מאַפּע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער אַמעריקע, דעם גרויסן קאָנטינענט צווישן דעם אַטלאַנטישן און דעם פּאַציפֿישן אָקעאַן, וואָס איז אַ מאָל געווען פֿול מיט תּושבֿים מיט כּלערליי חלומות, באַגערן, ליבעס און שׂינאות. דער ראָמאַן פֿירט אונדז דורך אָט דעם לאַנד פֿונעם ייִדישן אַמאָל, און לאָזט איבער דעם מעלאַנכאָלישן סך־הכּל׃ "זכרונות אָן דעם בעל־זכרונות זײַנען גאָרנישט. זיי זײַנען ווי כוואַליעס אָן אַ ים."