קעמפּ "קינדערוועלט", 1930ער יאָרן, ניו־יאָרק, אין מיטן שטייט דער דירעקטאָר, צבֿי סקולער |
נישט נאָר פֿאָלקסלידער האָט מען געזונגען, נאָר אָריגינעלע ייִדישע לידער, געשאַפֿן פֿאַרן זומער־לאַגער. ווייניק פֿון די דאָזיקע לידער האָט מען רעקאָרדירט, און ס׳וואָלט אַוודאי געווען כּדאַי זיך צו טרעפֿן מיט די אַמאָליקע קעמפּער און די לידער פֿאַרשרײַבן. יענע וואָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿרוי וויקי מאַניס פֿון ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי צו רעקאָרדירן די לידער, וואָס זי געדענקט פֿונעם קעמפּ "קינדערוועלט". דער קעמפּ איז געווען אַ טייל פֿונעם "ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און האָט זיך געפֿונען אין הײַלאַנד־מילס, ניו־יאָרק. דער שטח פֿונעם זומער־לאַגער האָט זיך געשטרעקט איבער 250 אַקער און דאָס לאַנד האָט מען געטיילט מיט דער "פֿאַרבאַנד"־קאָלאָניע פֿאַר דערוואַקסענע — "אונדזער קעמפּ".
דאָס באַגעגעניש מיט פֿרוי מאַניס האָב איך אַראַנזשירט, נאָך דעם ווי איך האָב באַקומען אַ געזאַנג־ביכל פֿון "קינדערוועלט" פֿון די 1930ער יאָרן. זי האָט אָנגעקוקט דאָס ביכל און באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז געקומען אין קעמפּ עטלעכע יאָר שפּעטער ווי ווען דאָס ביכל איז אַרויס, און געקענט אַנדערע לידער. דער באַקאַנטער אַקטיאָר צבֿי סקולער איז אין די 1930ער יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿון "קינדערוועלט", אָבער נישט אין איר צײַט. דעם "קינדערוועלט־הימען", ווערטער פֿון אַ. מאיראָוויטש, מוזיק פֿונעם גרויסן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, האָט מען נאָך געזונגען אין אירע קעמפּ־יאָרן, און זי האָט דאָס פֿאַר מיר אויפֿגעזונגען.
לאָמיר אַלע מוטיק פֿריילעך
זינגען קינדערוועלט אַ ליד,
באַרג און טאָל וועלן אונדז הערן,
זונען שטראַלן זינגען מיט.
קינדערוועלט איז שיין און זוניק,
פֿעלדער גרין און הימל בלוי,
פֿייגל זינגען אויף די צווײַגן,
בלומען באָדן זיך אין טוי.
דאָ פֿאַרברענגען מיר דעם זומער
אין אַ וועלט פֿון פֿרייד און גליק,
לעבן מיר דאָ פֿרײַ און זאָרגלאָז,
ביז דער האַרבסט רופֿט אונדז צוריק.
לאַזאַר ווײַנער האָט אָנגעפֿירט מיטן געזאַנג אין "קינדערוועלט" בלויז דאָס ערשטע יאָר, ווען ער איז געקומען אין "קינדערוועלט". אָבער זײַן זון, דער קאָמפּאָזיטאָר "יהודי" ווײַנער, איז געווען אַ קעמפּער אין איר עלטער, און זי האָט אים גוט געקענט. אַנדערע לידער זענען פֿאַראַן אינעם געזאַנגביכל, געשריבן בפֿירוש פֿאַרן קעמפּ, ווי "קינדערוועלט מאַרש" (טעקסט און מוזיק פֿון ראובֿן בערגרין). אָבער מײַן אינפֿאָרמאַנט האָט זיי נישט געדענקט.
אין "קעמפּ המשך", וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער "בונד"־אָרגאַניזאַציע, האָט מען געירשנט אַן אַלטע טראַדיציע פֿון בונדישע לידער פֿון מיזרח־אייראָפּע: אַנ־סקיס "די שבֿועה", דער "סקיפֿ־הימען" ("מיר זײַנען יונג, די וועלט איז אָפֿן"), דער "צוקונפֿט־הימען" ("דער מאָרגנרויט אַנטקעגן...). דער "המשך־הימען" איז געווען "מיר קומען אָן". אָבער אַ "המשך ליד" האָט מען אויך געשאַפֿן אין אַמעריקע:
קעמפּ המשך, אונדזער זומערהיים,
ווי פּרעכטיק שיין דײַן נאָמען קלינגט.
ביסט אויפֿגעבויט מיט פֿריידיקער מי
פֿאַר אַ שענערן מאָרגן וואָס לעבט און זינגט.
אַ מוסטער פֿון אַ נײַער וועלט
פֿון שלום, חבֿרשאַפֿט און פֿרייד.
אַ מוסטער פֿון אַ נײַער וועלט
פֿאַר אַלעמען אָן אונטערשייד.
אַ מוסטער פֿון אַ נײַער וועלט
פֿאַר דעם אַמעריקאַנער ייִד.
וווּ ייִדיש ווערט דאָ שטאָלץ גערעדט
און הילכיק קלינגט דאָס ייִדיש ליד.
דער קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער איז געווען דער מוזיק־לערער אין "קעמפּ בויבעריק" איידער ער האָט געאַרבעט אין "קינדערוועלט". בײַם סאַמע אָנהייב פֿון "בויבעריק", 1923—1930, האָט דער "בויבעריק"־ דירעקטאָר, דער שרײַבער און פֿאָרשער פֿון פּעדאַגאָגיק, לייבוש לעהרער, אונטער זײַן פּען־נאָמען "ל. מאַגיסטער" אָנגעשריבן אַ צאָל בויבעריקאַנער לידער, און ווײַנער האָט צו זיי געשאַפֿן די מוזיק. בײַם לעצטן צוזאַמענפֿאָר אין "בויבעריק" אין מײַ, 2012, האָט מען גערעדט וועגן רעקאָרדירן אין סטודיאָ די "קלאַסישע" בויבעריקאַנער לידער, ס׳רובֿ פֿון זיי אָנגעשריבן פֿון לעהרער און ווײַנער.
לייבוש לעהרער האָט אײַנגעפֿירט אין קעמפּ אַ "פֿעלקער־יום־טובֿ" צום סוף פֿונעם זומער, אָבער זײַן השׂגה פֿון וועלט־שלום, האָט אויך אַרײַנגענומען לידער וועגן מלחמה און די נבֿיאישע וויזיע פֿונעם "סוף פֿון די טעג". בײַ אַ טייל קעמפּער האָבן די לידער אָנגעוואָרפֿן אַ פּחד. אינעם ליד "מלחמה" האָט מען געזונגען:
נעם דעם צער פֿון אַלע דורות,
שפּרייט אים אויס אויף אַלע בריקן,
שנירל אים אויף אַלע ברעמען,
פֿלאַנץ אים אײַן אין אַלע בליקן.
דאָס געשריי, פֿון אַלע די פֿאַרלוירענע,
דאָס געוויין פֿון אַלע ניט געבוירענע,
עס בעט, עס מאָנט, אין אײַנגעוויקטן שלאָף.
אַ סוף, אַ סוף, אַ סוף!
נישט אַלע לידער פֿון די זומער־קעמפּס זענען פֿריילעך און מונטער! איז נאָך מער וויכטיק, דערפֿאַר, זיך צו נעמען צו דער אַרבעט און רעקאָרדירן דעם רעפּערטואַר פֿון די לידער אין די ייִדישע זומער־לאַגערן.