- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע "קיצל אין האַרצן", אַנדרעאַס שמיטגאַס, האָט אין אַ פֿריִערדיקן געראָטענעם פּראָיעקט פֿאַרבעטן דעם אַמעריקאַנער ייִדיש־פּעדאַגאָג, פּסח פֿישמאַן, קיין דײַטשלאַנד אַרומצופֿאָרן און דערציילן זײַנע אויסגעטראַכטע מעשׂיות, וואָס ער האָט אויסגעשפּילט פֿאַרן דײַטשישן עולם. די מוזיקער אין דער גרופּע — דער גיטאַריסט שמיטגאַס, קלאַרנעטיסט בערנד שפּעהל, באַסיסט טאָמאַס פֿריצע — זענען שוין צוזאַמען 12 יאָר, און דאָס צוזאַמענשפּילן קלינגט אָן אַ פּגם. נאָכן טויט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער איז די גרופּע אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן פּאָעזיע און פֿײַערדיקער פּערזענלעכקייט. דער טיטל פֿון דער נײַער רעקאָרדירונג "פֿידלרויז" נעמט זיך פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. לויט די מוזיקער פֿון "קיצל אין האַרצן", שטעלט מיט זיך פֿאָר די רויז אַ סימבאָל פֿון ליבע און שיינקייט, און די פֿידל — אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער מוזיק. דעריבער קען מען פֿאַרן ייִדישן מוזיקער קיין מער פּאַסיקן אימאַזש נישט געפֿינען. "איך גיי צו דער חופּה", אַ פֿאָלקסליד פֿון דער זאַמלונג פֿון משה בערעגאָווסקי, ווערט פֿאָלקיש געשפּילט און געזונגען. שטראַוס פֿידל דריקט אויס דעם אַלטן פֿידלקלאַנג, מיט אַלע קרעכצן. די אַנדערע מוזיקער שפּילן ווייניקער טראַדיציאָנעל, אָבער אַזוי ווי דער פֿידל פֿאַרנעמט דעם אויבן אָן אין "פֿידלרויז", שאַפֿט זיך אַ שטימונג פֿון עלטערע צײַטן. אין דעם שטיקל "סקאָטשנע — שער — סירבע" ווײַזט שטראַוס פֿאַרוואָס זי ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע קלעזמער־פֿידלערס הײַנט. מודה אַני לפֿניך, גאָט ניט צאָרן, זי וואָס פֿון דײַן קינד איז אין דער פֿרעמד געוואָרן, שווערע יאָרן, לענדער פֿילע איך געדענק ניט מער די תּפֿילה. דאָס ליד ווערט צוזאַמען געזונגען מיט סוצקעווערס "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן", וואָס שטראַוס רעציטירט צום טייל, און זינגט מער דראַמאַטיש, ווי די אַנדערע לידער. ווען דער פֿידל שפּילט נישט, קען די גרופּע "קיצל אין האַרצן" קלינגען מער ראָק־און־ראָליש, צוליב גײַ שלומס פּײַקלעך, ווי מע הערט אין דער פּאָפּורי "מרון־מעדלי". דזשעף וואַרשאַוער באַטייליקט זיך ווי דער זינגער פֿון "שלום־עליכם" און אין אַנדערע נומערן. דאָס פּאָרל, שטראַוס און וואַרשאַוער, זינגען צוזאַמען אינעם אומבאַקאַנטן פֿאָלקסליד "פֿרײַטיק אין דער פֿרי" און אין דזשאַש וואַלעצקיס ליד "שבת קודש", וואָס איז אפֿשר דער הויכפּונקט פֿון דער רעקאָרדירוגנ. "קיצל אין האַרצן" זוכט תּמיד אויס נײַע מאַטעריאַלן פֿאָרצושטעלן. דער קלאַרנעטיסט בערנד שפּעהל צייכנט זיך אויס אין "אשת חיל", אין אַ מעלאָדיע, געפֿונען אין בערנשטיינס "מוזיקאַלישער פּנקס" פֿון 1927. די רעקאָרדירונג נעמט אויך אַרײַן אַנדערע ניגונים פֿון די בראַצלעווער און אַ גאַסן־ניגון. שוין יאָרן וואָס שמיטגאַס פֿאָרשט ייִדישע טאַנץ־לידער, און ווי אַ רעזולטאַט פֿון זײַן פֿאָרשונג, הערט מען עס אינעם געזונגענעם "קאָלאָמייקעס". בכלל איז "פֿידלרויז" סײַ אַ האַרציקע, סײַ אַן אינטעליגענטע רעקאָרדירונג מיט געשמאַק און נײַער "סחורה". http://www.fidlroyz.com דאָס קאָמפּאַקטל Rumeynishe Fantasien ס "רומענישע פֿאַנטאַזיע" — מיטן פֿידלער יאָהאַנעס פּאָל גרעסער און אַקאָרדעאָניסטקע/פּיאַניסטקע סילוויאַ טשאַראַנקאָ, איז אַן אינסטרומענטאַלע רעקאָרדירונג אינספּירירט פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען פֿונעם פֿידלער יוסף סאָלינסקי (1911); אַ קלאַסישער פֿידלער, וואָס האָט אָבער געשפּילט אין אַ ייִדישן סטיל. גרעסער איז אויך אַ קלאַסיש־אויסגעשולטער פֿידלער, און האָט שוין געשפּילט ראָק־מוזיק און עקספּערימענטאַלע מוזיק, אָבער מיט צען יאָר צוריק האָט ער זיך פֿאַרליבט אין קלעזמער־מוזיק, און פֿירט הײַנט אָן מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿון דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם. זינט 2010 שפּילן גרעסער און טשאַראַנקאָ צוזאַמען מיט דער "רומענישע פֿאַנטאַזי"־פּראָגראַם. טשאַראַנקאָ איז אויך קלאַסיש אויסגעשולט, און צוזאַמען באַטראַכטן זיי די טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿידל־מזויק פֿון אַ קלאַסישן קוקווינקל. עס שפּילן נאָר די צוויי מוזיקער אויף דער רעקאָרדירונג, אָבער ווען טשאַראַנקאָ שפּילט אויפֿן אַקאָרדעאָן קען דאָס קלינגען ווי אַן אָרקעסטער, ווי מע הערט אין "זשאָק צו באַטאַ — בראַול". טשאַראַנקאָס פּיאַנע־שפּילן מאַכט נאָך דעם אַלטן צימבל, און דעם בײַט פֿון צימבל אויף פּיאַנע האָט מען שוין געהערט אויף די אַלטע רעקאָרדירונגען בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. עס איז אַוודאי אַ קונץ צו שפּילן רומענישע שטיקלעך, זיי זאָלן קלינגען נישט אין גאַנצן רומעניש, נאָר אויך ייִדישלעך, און גרעסער און טשאַראַנקאָ באַווײַזן, אַז זיי פֿאַרשטייען דאָס. עס איז אויך אַ מחיה צו הערן ייִדישע פֿידל־מעלאָדיעס, וואָס ס‘רובֿ קאַפּעליעס שפּילן הײַנט אויפֿן קלאַרנעט. מיט אָט דער רעקאָרדירונג פֿאַרנעמט יאָהאַנוס גרעסער אַן אָרט צו גלײַך מיט די אָנפֿירנדיקע פֿידלערס פֿון דער קלעזמער־באַוועגונג. צו באַשטעלן, שרײַבט צו: info@jpg-online.de |