ווידער קלינגט אַ ייִדיש לידל,
מאַמע־לשון — ס‘איז דאָך אַ מחיה.
קלעזמער: הײַנטיקע חכמים
שפּילן ייִדישע ניגונים
צווישן אַלטע לידער שפּילט מען נײַע.
מיט די שורות הייבט זיך אָן דאָס ליד "זינגט אויף ייִדיש" פֿון אַרקאַדי גענדלער. אַז דער זינגער, לערער און ייִדישער קולטור־טוער אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער פֿון אוקראַיִנע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן אוצר פֿאַר דער ייִדיש־וועלט האָבן מיר שוין געשריבן מער ווי איין מאָל. דער 91־יאָריקער כעמיקער פֿון זאַפּאָראָזשע, אוקראַיִנע, פֿאַרמאָגט נאָך אַנדערע מעלות וואָס מע דאַרף אַרויסהייבן, דער עיקר, ווי אַ פֿרוכטפּערדיקער שרײַבער פֿון ייִדישע זינגלידער; אַ טאַלאַנט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט שפּעט אין זײַן לעבן. אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל "ייִדישע לידער" הערט מען צום ערשטן מאָל אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע אייגענע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען.
די רעקאָרדירונג האָט אַרויסגעגעבן די קאַליפֿאָרניער פֿירמע Golden Horn, וועלכע האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן פֿאַרנומען אַן אויבן אָן אין דער קלעזמער־וועלט מיט קאָמפּאַקטלטעך פֿון חנה קופּער, "ווערעצקי פּאַס", "בודאָוויץ" און לעצטנס, מײַקל ווינאָגראַד. אָבער פֿאַרן צוזאַמענשטעלן די רעקאָרדירונג טראָגט דאָס אַחריות אַ גרופּע פֿרײַנד פֿון גענדלערן, בראָש מיטן דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. דעם פּראָיעקט האָבן געשטיצט גענדלערס חסידים פֿון איבער דער וועלט, און זיי וועלן נישט אַנטוישט ווערן פֿונעם רעזולטאַט.
צוטריט צו אַ וועבזײַט, וווּ מע קען לייענען אַ פּרטימדיקן באַריכט, שיין אילוסטרירט, פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, באַקומט מען ווען מע קריגט דאָס קאָמפּאַקטל. דאָרטן קען מען לייענען אַ מוזיקאַלישן אַנאַליז פֿונעם מוזיקאָלאָג ד״ר יואל רובין, און אַ לענגערין ביאָגראַפֿישן עסיי פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס.
עטלעכע לידער פֿון דער רעקאָרדירורנג זענען באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט, און די לאָנדאָנער זינגערין הילדע בראָנשטיין האָט רעקאָרדירט גענדלערס "זינגט אויף ייִדיש". אָבער ס׳רובֿ לידער זענען דאָ פֿאַרשריבן צום ערשטן מאָל. נישט אַלע האָט גענדלער געשאַפֿן, צווישן זיי "זײַ פֿריילעך", אַ ליד מיט וועלכן ער הייבט אָן יעדן קאנצערט. צו אַנדערע לידער האָט ער צוגעגעבן זײַנע אייגענע סטראָפֿעס, ווי אינעם ליד "כ׳האָב ניט געזען".
גענדלער וווינט שוין יאָרן אין זאַפּאָראָזשניע, אָבער ער שטאַמט פֿונעם בעסעראַבישן שטעטל סאָראָקע, און האָט אָנגעשריבן צוויי לידער וועגן זײַן היימשטאָט — "מײַן שטעטל סאָראָקע" און "פֿאַרגעסט ניט סאָראָקע".
פֿאַרגעסט ניט דעם וועג צו דעם חדר!
פֿאַרגעסט ניט די קינדערשע פֿרײַהייט!
פֿאַרגעסט ניט ווי מ‘האָט בײַ דער שײַן פֿון לבֿנה
געשוווירן אין ליבע און טרײַהייט!
פֿאַרגעסט ניט די שטיבער די קליינע!
פֿאַרגעסט ניט די גערטנער די שיינע!
פֿאַרגעסט ניט די לידער, וואָס האָבן געקלונגען
אין וואַלד בײַ דעם שטעטל סאָראָקע.
צו גענדלערס פֿאָלקישע ווערטער און מוזיק האָט דער "פּראָדוסער" און מוזיקאַלישער דירעקטאָר קריסטיאַן דאַוויד באַשלאָסן צו אַראַנזשירן די לידער מיט אַ קוואַרטעט — נאַנדאָר שעגקרלקעני אויפֿן פֿידל, אַגנעס פֿורלינגער אויפֿן פֿידל, מעריקע הילמאַר אויפֿן וויאָלין־טשעלאָ און אַלאַן בערן בײַ דער פּיאַנע. די אינסטרומענטן רופֿן אַרויס אַ קונסטליד־קלאַנג אָדער סאַלאָן־מוזיק־קלאַנג, און אין געוויסע לידער שאַפֿט עס אַ רירנדיקע שטימונג. למשל, דאָס ליד "זײַ פֿריילעך" וואָלט מען געקענט לײַכט אויסטײַטשן מיט אַ האָפּקנדיקן ריטעם, אָבער דאָ זינגט גענדלער די ווערטער מיט סענטימענט, און די פֿידל דריקן אויס דעם טרויער, נישט די פֿרייד פֿון די ווערטער. אין ליד "די הוידלקע", אַן אויטאָביאָגראַפֿיש ליד וועגן דעם שווערן גאַנג פֿון לעבן, פּאַסט אויך די קלאַסישע פֿידל־ און פּיאַנע־קלאַנגען, וועלכע הייבן אַרויס אַ נאָסטאַלגיש געפֿיל.
עס האָט זיך דער פֿרילינג צעבליט און פֿאַרוועלקט,
דער זומער געענדיקט פֿאַר מיר.
עס בלאָזן שוין האַרבסטיקע ווינטן אין פֿעלד,
עס קלאַפּט שוין דער ווינטער אין טיר...
פֿאַר די לידער מיט אַ טאַנגאָ־ אָדער וואַלצער־ריטעם ווי "ווינער וואַלס" איז געראָטן די אַראַנזשירונג, נאָר אינטערעסאַנט וואָלט געווען צו הערן אַ מאָל אַ מער קלעזמערישן קלאַנג, ווי מען איז צוגעוווינט געוואָרן אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. דאָ און דאָרט ווערט פֿאַרלוירן גענדלערס קול אין דער מוזיק; קיין טרענירט קול האָט ער נישט און די פֿאָלקישקייט איז דאָך אַ טייל פֿון זײַן חן ווי אַ זינגער.
נישט אַלץ ווערט אַראַנזשירט אין דעם סטיל. ביאַליקס אַ ליד "ניט אין שטאָט" זינגט ער אָן אַ באַגלייטונג. בײַם ליד "קלעזמער־פּאַריז", שפּילט בלויז אַלען בערן אויפֿן אַקאָרדיאָן, און דאָס שאַפֿט טאַקע אַ פּאַריזער אַטמאָספֿער. בײַם ליד "חבֿרים פֿון קינדהייט", אַ רירנדיק ליד וועגן אַלטע חבֿרים, שפּילט אַלען בערן אַליין בײַ דער פּיאַנע.
אַרקאַדי גענדלער וויל זיך נישט רופֿן קיין קאָמפּאָזיטאָר, אָבער מוזיקאַליש און פּאָעטיש איז ער געוויס. סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק מאַכן אַ רושם, און די צײַט וועט ווײַזן, וועלכע ווערק ווערן "קלאַסישע", וועלן דויערן און ווערן פֿאַרשפּרייט. אין דער אמתן איז ער אַ נײַער פֿענאָמען אין אונדזער מוזיק־געשיכטע: אַ זינגער פֿונעם עלטערן דור וואָס איז באַליבט געוואָרן אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן פֿון דער וועלט; זײַנע לידער שפּיגלען אָפּ זײַן נאָענטע און וואַרעמנע באציִונגען צום ייִנגערן עולם. כאָטש די לידער האָבן מעלאַנכאָלישע עלעמענטן, שײַנט דורך דעם טרויער אַ ליבשאַפֿט צום לעבן און צום מענשטן.