אין מיטן פֿון דער בפֿירוש נישט־ייִדישער אונטערנעמונג (כאָטש עס קומען אַ סך רוסישע ייִדן), איז אויפֿגעטראָטן דער מוזיקער דן קאַהן פֿון בערלין, צוזאַמען מיט די רוסיש־ייִדישע מוזיקער, באַקאַנט פֿאַר זייער עקצענטרישקייט, דער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ און גיטאַר־שפּילער וואַניע זשוק. דאַכט זיך, אַז זשוקן האָט מען אָראָפּגעבראַכט גלײַך צו פֿליִען פֿון מאָסקווע; אַ סימן, איך האַלט, אַז מסתּמא גיט אַ רוסישער אָליגאַרך דאָס געלט צו דעקן די קאָסטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, ווײַל דער עולם איז געווען אַ רעלאַטיוו קליינער.
דן קאַהן האָט געזונגען זײַנע ראַדיקאַלע לידער און באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע לידער אויף ייִדיש און ענגליש, ווי געבירטיגס "אַרבעטסלאָזע מאַרש" און וואַרשאַווסקיס "מילנערס טרערן" (כּדאַי צו זען זײַן מוזיקאַלישן ווידעאָ פֿון דעם "מאַרש" אויף יו־טוב https://www.youtube.com/watch?v=6KFVVKFxr60. אויב די ייִדיש־וועלט וואָלט געהאַט אַ פּריז פֿאַרן בעסטן מוזיקאַלישן ווידעאָ, וואָלט דאָס זיכער געוווּנען!). דער עולם בײַם "דזשעטלאַג" האָבן פּאָזיטיוו אויפֿגענומען זײַנע לידער, ווי אויך די חריפֿותדיקע בעל־פּהיִשע קונצן פֿון פּסוי קאָראָלענקאָ, וועלכער קען זיך אויסדרוקן מיט חכמה אויף רוסיש, ענגליש און ייִדיש אָן וועלכער נישט איז פּראָבלעם.
די אָרגאַניזירער פֿונעם דאָזיקן פֿעסטיוואַל פֿאַרבעטן מוזיקער, וואָס קענען ברענגען עפּעס נײַעס צו דער הײַנטיקער מוזיק. פֿאַרשטיי איך שוין, פֿאַרוואָס דמיטרי (זיסל־יוסף) סלעפּאָוויטש איז דאָרטן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ יאָרן. בײַ אַלע זײַנע קאָנצערטן און פֿאָרשטעלונגען שטעקט זיך אָן דער עולם מיט זײַן התפּעלות און ענערגישן גײַסט, וואָס פּאַסט טאַקע פֿאַר דעם "ברענענדיקן מאַן".
אין די עטלעכע יאָר זינט ער האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע, איז ער שוין געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער ניו־יאָרקער קלעזמער־וועלט. עס דאַכט זיך אונדז, אַז ערשט נעכטן האָבן מיר מיט אים געמאַכט אַן אינטערוויו, ווען ער איז געקומען צו גאַסט פֿון בעלאַרוס קיין "קלעזקאַנאַדע"; איינער צווישן אַ גרופּע מוזיקער און זינגער פֿון מיזרח־אייראָפּע און געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס זענען אַהין געבראַכט געוואָרן, אַדאַנק אַ סובסידיע. די זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק פֿון כאַרקאָוו, דער ייִדיש־לערער און פֿאָרשער מאָטל גאָרדאָן פֿון פּעטערבורג זענען אויך געקומען צו יענער צײַט, ווי אַ טייל פֿון דער גרופּע.
זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש |
דאָס קאָמפּאַקטל, וואָס הייסט פּשוט "ליטוואַקוס", הייבט זיך אָן מיט אַ "דאָבראַנאָטש" און "קאַראַהאָד" וווּ עס צייכנט זיך אויס דער פֿידלער קרייג יודלמאַן, אַ נײַער מוזיקער אין דער קלעזמער־וועלט. סלעפּאָוויטשעס קלאַרנעט שפּיגלט אָפּ אַ פֿאָלקישן קלאַנג, און כאָטש עס זענען פֿאַראַן אַ צאָל מײַסטער־קלעזמער־קלאַרנעטיסטן הײַנט, איז זײַן קלאַנג אַנדערש — ער באַמיט זיך אויסצודריקן אַ דאָרפֿישן קלאַנג, און עס געלינגט אים.
אין "זיסלס וואָלאָך" הערט מען אַ ריטעם וואָס איז שווער נישט מיטצוטאַנצן. אין אַ צײַט, ווען קאַפּעליעס זוכן עפּעס נײַעס, עפּעס אויף דער גרענעץ פֿון קלעזמער און אַן אַנדער מין מוזיק, האַלט זיך סלעפּאָוויטש מיט דער אַלטער, "טראַדיציאָנעלער" קלעזמער־מוזיק. סלעפּאָוויטש, אַן עטנאָמוזיקאָלאָג, וואָס האָט אַ סך טעג פֿאַרבראַכט מיט עלטערע ייִדישע זינגערס אין דער ליטע, פֿאַרשטייט וויפֿל עכטקייט עס ליגט אין דעם.
אין דעם שטיקעלע "כײַטערמאַ" גיט מען יעדן פֿון די אַנדערע מוזיקער אַ געלעגנהײַט צו באַווײַזן זײַן טאַלאַנט: דזשאַשוע קאַמפּ אויפֿן אַקאָרדיאָן, טיילער בערגרען־קריסמאַן אויפֿן באַס, און סאַם ווײַזנבערג אויף דער פּויק. די זינגערין און אַקטריסע דניאלע ראַבאַני זינגט דאָס פֿאָלקסליד "אוי אַ נאַכט אַ שיינע", וואָס מע קאָמבינירט מיטן ליד "היי, דו, דו רוקט זיך צו", און אין דעם פֿאַל, האָט סלעפּאָוויטש זי באַגלייט מיט אַ מער טעאַטראַלישער אַראַנזשירונג. אין מײַנע אויערן קלינגט עס אַפֿילו ווי פֿון דער ענגלישער פֿאָלק־טראַדיציע (אַגבֿ, מע הערט אַזאַ אַראַנזשירונג אין אַדריאַן קופּערס רעקאָרדירונג "מע חלומט אין ייִדיש", אַראַנזשירט פֿון מײַקל ווינאָגראַד).
דאָס טרינקליד "ניע זשוריטיעס כלאָפּציע" איז כּמעט אַ הימען פֿון די ווײַס־רוסישע ייִדן און מע פֿאַרבינדט עס מיט חב״ד חסידים. חיים זשיטלאָווסקי האָט געשאַפֿן די באַקאַנטע ווערטער אויף ייִדיש און דאָס איז אַ פּאַסיק ליד צו פֿאַרענדיקן די רעקאָרדירונג. סלעפּאָוויטש זינגט מיט דער זעלבער ענערגיע וואָס מע פֿילט אין אַלע זײַנע מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען און ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו הערן.