- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די זינגערין און אַקאָרדעאָן־שפּילערין, נשמה לעוויצקי, שטאַמט פֿון צפֿון־קאַליפֿאָרניע, אָבער האָט אַרומגעוואַנדערט, און האָט אין ניו־יאָרק געוווינט עטלעכע יאָר. אפֿשר האָט איר זי געהערט זינגען ייִדישע לידער אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע? אין ניו־יאָרק האָט זי געזונגען אין דער גרופּע "מאַקס און מינקאַ", און אַראַנזשירט מוזיק פֿאַרן קינדער־קאָמפּאַקטל "פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג". בסך־הכּל האָט זי אַרויסגעלאָזט זיבן קאָמפּאַקטלעך מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס. אויף איר נײַער רעקאָרדירונג "די גנבֿים" (אויף ענגליש The gonifs), הערט מען, אַז לעוויצקי האָט ליב צו זינגען לידער מיט אינטערעסאַנטע ווערטער, און נישט סתּם פּאָפּולערע לידער. איר אופֿן פֿון פֿאָרשטעלן אַ ליד, וואָלט איך באַצייכנט ווי אַ קאַבערע־סטיל — אַ ביסל דראַמאַטישקייט, און אַ ביסל ראָמאַנטישקייט. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן ווי זי זינגט די לידער אין אַ קאַפֿע אָדער קאַבערע. זעט אויס, אַז אַ קאַבערע־סטיל און קאַבערע־לידער זענען אין דער מאָדע: מיר האָבן אָקאָרשט רעצענזירט נאָך אַ נײַע קאַבערע־רעקאָרדירונג פֿון "מאַפּאַמונדי" — וואַרשעווער ייִדישע קאַבערע־לידער. הלוואַי וואָלט געווען כאָטש איין קאַבערע אין דער גרויסער ניו־יאָרק, וווּ מע וואָלט געקענט רעגולער הערן די ייִדישע לידער! לעוויצקי קען ייִדיש און פֿוילט זיך נישט צו נישטערן אין די אַלטע געדרוקטע ייִדישע זאַמלונגען צו געפֿינען "סחורה", וואָס איז נישט אַזוי גוט באַקאַנט. למשל דאָס ליד "אוי, וויי ברײַנע, איך האָב צו דיר אַ טענה" מיטן זעלטענעם גראַם "טו זשע אָן דאָס רויטע קליידל און קום מיט מיר אין טשײַנע" [אַ טייהויז], האָט זי געפֿונען אין י. ל. כּהנס זאַמלונג פֿון 1912. אויף איר בלאָג — http://madamlevitsky.com/site/blog/ — קען מען לייענען ווי אַזוי די זינגערין האָט געפֿונען די לידער, און וועגן דעם גאַנצן פּראָצעס פֿון אַראַנזשירן די מאַטעריאַלן. צו מאָל טראַכט זי צו טיף אַרײַן אין די ווערטער און דאָס דערפֿירט צו פֿאַלשע עטימאָלאָגיעס פֿון ווערטער און אומפֿאַרשטייענישן, אָבער דער לייענער פֿילט מיט מיט איר שטאַרקער הנאה פֿון די לידער, און איר פֿרייד בעתן רעקאָרדירן. די לידער זענען זעלטן רעקאָרדירט געוואָרן, אַ חוץ מאַנגערס "רבינו תּם" (מוזיק פֿון הערץ רובין) און דאָס פֿאָלקסליד "פֿישעלעך אין וואַסער". אין איר נוסח פֿון "רבינו־תּם" וועבט צונויף לעוויצקי אַ טערקישע מוזיקאַלישע פֿאַנטאַזיע... אַ גאַנצע שפּיל ווערט דאָ אויסגעטראַכט, און די ווערטער זענען ווי אויסגעמאָסטן פֿאַר לעוויצקיס קאַבערע־צוגאַנג. בײַם פֿאָלקסליד "פֿישעלעך אין וואַסער" זינגט לעוויצקי שוין אין אַ מער טראַדיציאָנעלן אופֿן. מע האָט שוין דאָס ליד רעקאָרדירט אין פֿאַרשיידענע לענדער, און אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם האָבן די געזאַנג־לערערס עטל ריים און מיישקע אַלפּערט דאָס ליד געלערנט אין קלאַס. וועלן אַרויסקומען ווי אַ רעזולטאַט נאָך רעקאָרדירונגען. ס׳איז אַ ליד ווי הונדערטער אַנדערע אויף ייִדיש — אַ טאָכטער און איר מאַמע טענהן זיך אויס וועגן נישט אויסגעשפּילטע ליבעס — אָבער "פֿישעלעך אין וואַסער" האָט געהאַט מזל צו דערגרייכן אַ ברייטערן עולם. דאָ איז די אַראַנזשירונג גאַנץ פּשוט מיט דער באַגלייטונג פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדעאָן־שפּילער דזשאַש האָראָוויץ און באַסיסט סטו בראָטמאַן — אַ טריאָ וואָס שפּילט שוין יאָרן צוזאַמען ווי די גרופּע "ווערעצקי פּאַס". אַפֿילו ווען לעוויצקי זינגט אַזאַ אַלט פֿאָלקסליד קען זי נישט פּשוט "אָפּזינגען" דאָס ליד, נאָר מישט אַרײַן פֿרעמדע מעלאָדיעס אין מיטן; אין דעם פֿאַל, אַן אוקראַיִנישע טאַנץ־מעלאָדיע, און עס פּאַסט. פֿון די נײַע קאָמפּאָזיטאָרן זינגט לעוויצקי עפֿים טשאָרניס ליד "ציגעלע מיגעלע", ווערטער פֿון מאיר חרץ. דאָ צייכנט זיך אויס דער קלאַרנעטיסט פּעטער זשאַק, אַ קלעזמער וואָס איז מיר פֿריִער געווען אומבאַקאַנט, אָבער ס׳איז בולט, אַז כאָטש ער קען גוט שפּילן דזשעז, האָט ער זיך אויך גוט אויסגעלערנט דעם ייִדישן קלעזמער־סטיל. "גלאַט אַזוי" איז אַ ליד פֿון משה־לייב האַלפּערין, וואָס לעוויצקי האָט צוגעגעבן אַ טראַדיציאָנעלע האָראַ־מעלאָדיע. ס׳איז אַן אינטערעסאַנטע קאָמבינאַציע — אַ מאָדערניסטיש ליד מיט אַ פֿאָלקישן ניגון. האָט משה־לייב זיך אַנידערגעשטעלט, אין מיטן דער נאַכט צו דערטראַכטן די וועלט. הערט ער צום אייגענעם טראַכטן זיך אײַן, שעפּטשעט אים עמעץ אין אויער אַרײַן, אַז אַלצדינג איז גלײַך און אַז אַלצדינג איז קרום און ס׳דרייט זיך די וועלט אַרום אַלצדינג אַרום. מיט דער פֿאָלקישער מעלאָדיע קלינגט האַלפּערין גאַנץ מאַנגעריש. אָבער די נטיה צו זינגען אין אַ קאַבערע־סטיל טויג אין געוויסע פֿאַלן. דאָס פֿאָלקסליד "אין דרויסן איז פֿינצטער", אַ ליבע־ליד, רעקאָרדירט פֿון רות רובין, ווערט אַ טאַנגאָ אין לעוויצקיס אויסטײַטש, און עס וואָלט גיכער געפּאַסט צו לאָזן אינעם פֿאָלקישן סטיל. די "מויד פֿון גאַס", וואָס לעוויצקי קען פֿונעם זינגער אַרקאַדי גענדלער, זינגט זי אויך ווי אַ טאַנגאָ. עס דערציילט וועגן דער משפּחה פֿון אַ גאַסן־פֿרוי — די מאַמע מיד, פֿאַרשוואַכט דער טאַטע שיכּורלעך, אַ הפֿקר־יונג דער ברודער גנבֿעט פֿערד פֿון שטאַל געכאַפּט פֿאַר אַ גנבֿה, זיצט אין קרימינאַל... אין איר אַראַנזשירונג, מיטן טראָפּ אויפֿן טאַנגאָ־ריטעם, קלינגט עס ווי אַ חתונה־טאַנץ, און דער טרויער אין די ווערטער ווערט פֿאַרלוירן. אָבער אינעם אונטערוועלט־ליד "ס׳איז שוין פֿאַרפֿאַלן", וועגן זײַן פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה, פּאַסט איר פֿאָלקישע אַראַנזשירונג: ס׳איז שוין פֿאַרפֿאַלן, אוי, ס׳איז שוין פֿאַרפֿאַלן, אויס ס׳איז שוין פֿאַרפֿאַלן, מײַנע יונגע יאָר, אוי די לבֿנה, די לבֿנה מיט די שטערן זענען מיר שוין פֿינצטער געוואָרן. אַלץ וואָס נשמה לעוויצקי טוט, טוט זי מיט קאָפּ, מיט ייִשובֿ־הדעת, און מע פֿילט דאָס, מע הערט דאָס. זי איז אַ מבֿין פֿון דער מוזיק פֿון פֿאַרשיידענע קולטורן און זי באַמיט זיך צו שאַפֿן עפּעס נײַעס אין אונדזער ייִדישער מוזיק־וועלט אויפֿן סמך פֿון איר פֿאַרצווײַגטן וויסן. אין איר נײַ קאָמפּאַקטל "די גנבֿים" האָט זי מצליח געווען. צו באַשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל, גיט אַ קוועטש אויף: http://www.prisonersliteatureproject.com |