ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון יונגע קלעזמאָרים, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון מאַנצבילן, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דאָס מוטער־טאָכטער פּאָרל פֿון עליין (איטעלע) האָפֿמאַן־וואַטס און סוזען וואַטס פֿון פֿילאַדעלפֿיע. נישט נאָר איז די מאַמע עליין אַ מוזיקער, אַ קלעזמער, נאָר זי שפּילט אויף די פּײַקלעך, דער "מענערישסטער" אינסטרומענט אין דער קאַפּעליע. די טאָכטער סוזען שפּילט אויפֿן טרומייט און ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע שפּילערס אין דער קלעזמער־וועלט. אָבער די פֿאַרבינדונג אין דער משפּחה מיט קלעזמער־מוזיק איז עלטער ווי די צוויי דורות, און אין אַ נײַעם פֿילם "איטעלע: אַ לעבן אין קלעזמער" [Eatele: A Life in Klezmer] באַקענט מען זיך מיט דער גאַנצער משפּחה־געשיכטע.
די בראַנזשע פֿון קלעזמערײַ בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָט זיך תּמיד געהאַלטן אין דער משפּחה, און איז איבערגעגעבן געוואָרן פֿון איין דור צום צווייטן. דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס האָט געקענט באַשרײַבן ווי די אַלע קלעזמאָרים אין דער אַמאָליקער גאַליציע זענען באַשטאַנען פֿון בלויז געציילטע משפּחות, וואָס האָבן זיך משדך געווען איינע מיט דער אַנדערער, און האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ גרויסער טעריטאָריע במשך פֿון יאָרן. מע דאַרף געדענקען, אַז דער סטאַטוס פֿונעם קלעזמער איז געווען אַ גאַנץ נידעריקער. דעריבער האָבן די קלעזמאָרים־משפּחות זעלטן געקענט געפֿינען אַ שידוך אין רײַכערע פֿאַמיליעס.
דער זיידע פֿון עליין האָפֿמאַן־וואַטס, דער קלעזמער יוסף האָפֿמאַן, האָט געלעבט אינעם אוקראַיִנישן שטעטל באָגאָפּאָליע, נישט ווײַט פֿון אָדעס. זײַן זון יעקבֿ האָפֿמאַן (1899—1974) איז געקומען קיין אַמעריקע און אָנגעהויבן צו שפּילן דעם קסילאָפֿאָן אין "קאַנדעלס אָרקעסטער" אין די 1920ער יאָרן. איין רעקאָרדירונג פֿון דער תּקופֿה "דזשייקי דזשעז עם אָפּ" [Jakie, Jazz‘em Up] שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם באַקאַנטסטן משל פֿון אַ צונויפֿגוס פֿון קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז־מוזיק, בפֿרט מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס.
"דזשייק" האָפֿמאַן האָט אָנגעפֿירט זײַן אייגענע קאַפּעליע אין פֿילאַדעלפֿיע, און דער קלעזמער־מוזיקער און וויסנשאַפֿטלער ד״ר האַנקוס נעצקי האָט פּרטימדיק געפֿאָרשט די קלעזמער־וועלט און סבֿיבֿה אין דער שטאָט. אינעם פֿילם דערציילט ער, אַז ווען דזשייק האָפֿמאַן איז אָנגעקומען קיין פֿילאַדעלפֿיע אין 1905 האָט זיך שוין דאָרטן געהאַט אַנטוויקלט אַ קלעזמער־סבֿיבֿה, וואָס האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון ניו־יאָרק, מיט איר אייגענעם רעפּערטואַר. כּמעט אַלע פֿון די פֿילאַדעלפֿיע קלעזמאָרים האָבן געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע.
דזשייקס טאָכטער עליין איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ מוזיקאַלישער שטוב. אין "איטעלע" דערציילט עליינס שוועסטער, אַז "געוויינטלעך, אין אַנדערע היימען, קומט זיך צונויף די משפּחה אין קיך אָדער אין עסצימער און מע שמועסט בשעת מע נאַשט אויף עפּעס, אָבער בײַ אונדז איז די פּיאַנע געוואָרן דער צענטער. דער טאַטע האָט געשפּילט און עליין האָט געקלאַפּט אויף עפּעס, אָדער זי איז אַראָפּגעגאַנגען אין קעלער און אַרויפֿגעבראַכט איר פּײַקל מיטצושפּילן מיטן טאַטן."
אין דער היים האָט זי זיך אויסגעלערנט די קלעזמערישע שטיקלעך: פֿריילעכס, שערס, פּאָלקעס, מאַזורקעס. זי האָט ווײַטער שטודירט אינעם וועלט־באַקאַנטן "קורטיס אינסטיטוט פֿון מוזיק" אין פֿילאַדעלפֿיע און איז געווען די ערשטע פֿרוי צו גראַדויִרן פֿון דער שול ווי אַ פּײַקלערין. אַפֿילו מיט אַ דיפּלאָם פֿון אַזאַ חשובֿער שול, האָט זי באַשלאָסן ממשיך צו זײַן די אַלטע משפּחה־טראַדיציע פֿון שפּילן ייִדישע מוזיק אויף חתונות, בר־מיצוות און אַנדערע שׂימחות.
אינעם פֿילם "איטעלע" זעט מען ווי עליין האָפֿמאַן־וואַטס און סוזען שפּילן צוזאַמען אויף דער בינע, און ווי די טאָכטער סוזען האָט ליב צו מאַכן שפּאַס פֿון דער באַציִונג צווישן איר און איר מאַמען. "מײַן מאַמע האָט געהאַט פֿיר קינדער, אָבער איינס פֿון זיי האָט זי אויפֿגעגעסן" וויצלט זי זיך פֿאַרן עולם. די וויכטיקייט, אָבער, פֿון אויפֿהאַלטן די משפּחה־טראַדיציע, נישט געקוקט אויף דער אַמאָל אָנגעשטרענגטער באַציִונג, ווערט באַטאָנט בעתן גאַנצן פֿילם. אין איין סצענע קוקט מען איבער די אַלטע מוזיקאַלישע העפֿטן וואָס דזשייק האָט איבערגעלאָזט; מעלאָדיעס און טענץ וואָס ער האָט נאָך פֿאַרשריבן אין באָגאָפּאָליע. אַזאַ משפּחה־אוצר פֿאַרמאָגט מען זעלטן, און מיט דער צײַט, האָפֿט מען, וועט מען די מעלאָדיעס רעקאָרדירן.
די משפּחה וואַטס איז געקומען אַ ביסל שפּעט צו דער קלעזמער־אויפֿלעבונג, אָבער הײַנט פֿאַרנעמען זיי אַ חשובֿ אָרט. זינט 1998 טרעט אויף עליין האָפֿמאַן־וואַטס אין "קלעזקעמפּ" און שוין יאָרן אין "קלעזקאַנאַדע". זי שפּילט אויף די פּײַקלעך אין אַן אַלטן פּשוטן קלעזמער־נוסח, ניט אין קיין דזשעזישן, און נישט אין קיין קלאַסישן סטיל, כאָטש זי קען זיכער שפּילן אין אַ מער סאָפֿיסטיצירטן נוסח אויב זי וויל.
שוין צענדליקער יאָרן וואָס עליין האָפֿמאַן־וואַטס לערנט פּײַקלערײַ מיט אַנדערע אין דער פֿילאַדעלפֿיער געגנט. אין 2007 האָט דער אַמעריקאַנער "נאַציאָנאַלער פֿאָנד פֿאַר קונסט" צוגעטיילט עליין וואַטס־האָפֿמאַן די אָנגעזעענע "נאַציאָנאַלע ירושה־סטיפּענדיע" און זי האָט מיט איר משפּחה פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין וואַשינגטאָן. צוזאַמען האָט די מוטער־טאָכטער קלעזמער־מאַנשאַפֿט אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל אין 2004 "איך געדענק קלעזמער: די קונסט פֿון קלעזמער־פּײַקלערײַ" [I Remember Klezmer: The Art of Klezmer Drumming].
סוזען וואַטס מאַכט אַ רושם אינעם פֿילם סײַ מיט איר הומאָר, סײַ מיט איר טאַלאַנט. זי איז איינע פֿון דרײַ שוועסטער — די מיזינקע און איז אויפֿגעוואַקסן אַרומגערינגלט מיט מוזיקאַלישע אינסטרומענטן אין דער היים, פּונקט ווי איר מאַמע. ווען זי איז בלויז געווען 11 יאָר אַלט האָט זי אָנגעהויבן מיטצושפּילן מיט דער מאַמען, און צו 14 יאָר אָנגעהויבן צו ווערן באַצאָלט פֿאַר איר שפּילן מיט אַנדערע גרופּעס. מיט איר פֿרויען־קלעזמער־גרופּע "קלעזמיז" [KlezMs] האָט זי געשפּילט איבער גאַנץ אַמעריקע.
דעם פֿילם "איטעלע" האָט געמאַכט די אָרגאַניזאַציע "פֿילאַדעלפֿיע פֿאָלקלאָר־פּראָיעקט" און אַ דאַנק די אוניקאַלע פּערזענלעכקייטן פֿון עליין און סוזען וואַטס, ווי אויך די וווּנדערלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס אין זייער משפּחה־אַרכיוו, האָט זיך געמאַכט אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענט וועגן ייִדישע פֿרויען־מוזיקער אין דער קלעזמער־וועלט.
צו באַשטעלן דאָס ווידעאָ־קאָמפּאַקטל, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.folkoreproject.org