- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווער וואָלט געקענט גלייבן, אַז דײַטשלאַנד וועט ווערן אַ צענטער פֿון ייִדיש געזאַנג און קלעזמער־מוזיק נאָכן חורבן? דער פֿענאָמען איז אַ גאָר אינטערעסאַנטער און קאָמפּליצירטער און ווערט גוט דאָקומענטירט אין אַ נײַער קאָמפּאַקטל־געשיכטע וואָס די דײַטשע פֿירמע "Bear Family Records" האָט אין חודש יוני אַרויסגעגעבן אויף 12 דיסקן. די פֿירמע האָט אַ שם פֿאַר אירע אויסשעפּיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון רעקאָרדירונגען, און אין דער נײַסטער — "זאָל זײַן: ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד און איר אײַנפֿלוס (1953—2009)" — האָט מען אַרײַנגעלייגט אַ סך פֿאָרש־אַרבעט און מי. "זאָל זײַן" (Sol Sajn) ווערט אײַנגעטיילט אין פֿיר חלקים און יעדער חלק באַשטייט פֿון דרײַ קאָמפּאַקט־דיסקן. במשך פֿון מײַ און יוני האָב איך באַקומען צוויי ערשט־דערשינענע קאָמפּאַקטלעך, וואָס זיי וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אַנדערשקייט; ביידע קלינגען זיי אַנדערש פֿון דער געוויינטלעכער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק, און אַנדערש איין קאָמפּאַקטל פֿונעם אַנדערן. איין גרופּע באַציט זיך צו דער מוזיק מיט אַ ביסל איראָניע, די אַנדערע מיט אַן אינטענסיווער נײַגעריקייט. די זינגערין פֿון דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" איז שׂרה־מינע גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער באַקאַנטער זינגערין און געזאַנג־לערערין חנה (אַדריאַן) קופּער. יענע וואָך האָט די ענגלישע צײַטונג "דזשויִש וויק" [Jewish Week] זי אַרויפֿגעשטעלט אויף זייער יערלעכער רשימה פֿון "36 ייִדן ייִנגער פֿון 36" וועלכע וועלן מאַכן, ווי מע האָפֿט, אַ רושם אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, אַז די וועלט האַלט שוין אַן אויג אויף שׂרה־מינע גאָרדאָן און איר קאַריערע. |