ד״ר אַלען בערן |
ווער וואָלט געקענט גלייבן, אַז דײַטשלאַנד וועט ווערן אַ צענטער פֿון ייִדיש געזאַנג און קלעזמער־מוזיק נאָכן חורבן? דער פֿענאָמען איז אַ גאָר אינטערעסאַנטער און קאָמפּליצירטער און ווערט גוט דאָקומענטירט אין אַ נײַער קאָמפּאַקטל־געשיכטע וואָס די דײַטשע פֿירמע "Bear Family Records" האָט אין חודש יוני אַרויסגעגעבן אויף 12 דיסקן. די פֿירמע האָט אַ שם פֿאַר אירע אויסשעפּיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון רעקאָרדירונגען, און אין דער נײַסטער — "זאָל זײַן: ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד און איר אײַנפֿלוס (1953—2009)" — האָט מען אַרײַנגעלייגט אַ סך פֿאָרש־אַרבעט און מי. "זאָל זײַן" (Sol Sajn) ווערט אײַנגעטיילט אין פֿיר חלקים און יעדער חלק באַשטייט פֿון דרײַ קאָמפּאַקט־דיסקן. די אַרײַנפֿירן און באַמערקונגען צו די מוזיקאַלישע איינסן האָבן געשריבן ד״ר בערטראַם ניקאָלײַ, הײַקאָ לעהמאַן, פֿראַנקאַ לאַמפּע, און דער עיקר, ד״ר אַלען בערן, באַקאַנט ווי דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון די "ווײַמאַרער ייִדיש־וואָכן", וואָס קומען פֿאָר זומער און ווינטער אין דער דײַטשער שטאָט ווײַמאַר. אין יעדן טייל האָט מען נישט נאָר אַן אַרײַנפֿיר, נאָר אַ פּרטימדיקע ביאָגראַפֿיע פֿון די קינסטלער.
דעם ערשטן טייל האָט מען ווײַטער אײַנגעטיילט אויף דרײַ טעמעס: "די פֿאָלק־באַוועגונג אַנטדעקט דאָס ייִדישע ליד", "דאָס ייִדישע ליד אין מיזרח־דײַטשלאַנד", און "ייִדישע לידער פֿון די שכנותדיקע אייראָפּעיִשע לענדער". כאָטש לויטן טיטל הייבט זיך אָן די געשיכטע אין 1953, שטאַמען די ערשטע לידער אין דער זאַמלונג פֿון די אָנהייב 1960ער יאָרן, ווען די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָלקמוזיק־באַוועגונג האָט געבליט. איין זינגער אינעם קאָמפּאַקטל, פּעטער ראָהלאַנד פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד, איז אומבאַקאַנט אין אַמעריקע (ער איז געשטאָרבן אין 1966 צו 33 יאָר). ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען ייִדישע לידער אין דײַטשלאַנד אין 1963 און מע קען דאָ הערן זײַנע אויסטײַטשונגען פֿון "פֿאָר איך מיר אַרויס" און "אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן". די השפּעה פֿון טעאָדאָר ביקעל הערט מען אין זײַן זינגען; פֿון דעסטוועגן, איז זײַן פֿאָרשטעלונג אַן אַנטדעקונג, און צענדליקער אַזוינע "אַנטדעקונגען" וועט מען הערן אויף די 12 קאָמפּאַקטלעך.
די זינגערס פֿון ייִדישע לידער אין דײַטשלאַנד זענען טאַקע געווען פּיאָנערן, אָבער די זאָרג און באַוווּסטזיניקייט וואָס שייך זינגען ריכטיק אויף ייִדיש איז דאָ נישט פֿאַראַן. דאָס שאַפֿט ממש קאָמישע מאָמענטן. למשל, ווען וואָלטער מאָסמאַן זינגט הירש גליקס ליד "שטיל די נאַכט איז אויסגעשטערנט", הערט מען אויפֿן אָרט פֿון דער שורה "היט אָפּ דעם שׂונאס קאַראַוואַן" די ווערטער "היט אָפּ דעם זונהס קאַראַווען"!
אַלען בערן האָט אָפֿט מאָל אויסגעקליבן מער ווי איין נוסח פֿונעם זעלבן ליד אויף די 12 קאָמפּאַקטלעך. דרײַ מאָל הערט מען "שטיל די נאַכט איז אויסגעשטערנט" אויף דעם ערשטן קאָמפּאַקטל; אויף אַנדערע קאָמפּאַקטלעך הערט מען אויך צוויי אָדער דרײַ מאָל דאָס זעלבע ליד. ד״ר בערן, אַן ערנסטער טעאָרעטיקער פֿון דער מוזיק, וויל מיט דעם אַוודאי אַרויסהייבן די אַנטוויקלונג פֿון אַ ליד, אָבער פֿאַרן צוהערער וואָס קויפֿט די געשיכטע צו הערן וואָס מער פֿאַרשיידענע לידער, וועט דאָס זײַן אַן אַנטוישונג.
אינעם צווייטן קאָמפּאַקטל וועגן די זינגערס פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד צייכענען זיך אויס ציפּע ליקאָווסקי און לין יאַלדאַטי, אַ זיגנערין פֿון דער שארית־הפּליטה. וועגן יאַלדאַטיס וויכטיקן בײַשטײַער צום ייִדישן ליד אין דײַטשלאַנד האָט מען געוווּסט, אָבער בדרך־כּלל זענען ס'רובֿ פֿאָרשטעלונגען אויף אַ הויכער מדרגה. דאָס דריטע קאָמפּאַקטל נעמט אַרײַן לידער פֿון די 1980ער און 1990ער יאָרן — די ערשטע שפּראָצן פֿאַר און נאָך דער אַזוי־גערופֿענער קלעזמער־אויפֿלעבונג. ווען מע קוקט אויף די דאַטעס פֿון די לידער פֿונעם ערשטן טייל אין דער געשיכטע, זעט מען גאָר ווייניק פֿון די 1970ער יאָרן. דאָס הייסט, ס'איז געוואָרן שטיל נאָך די 1960ער יאָרן ביז דער השפּעה פֿון אַמעריקע, און די טעמע ווערט געדעקט אינעם צווייטן טייל.
ווען די יונגע אַמעריקאַנער קאַפּעליעס ווי "קאַפּעליע", "קלעזמאַטיקס", "בראַווע אַלטע וועלט" און דער קלאַרנעטיסט אַנדי סטאַטמען, האָבן אָנגעהויבן צו שפּילן אין אייראָפּע אין די 1980ער און 1990ער יאָרן איז די השפּעה געווען אַ גרויסע, ווי מע קען הערן אין קאָמפּאַקטל נומער 4. אָבער אין דער זעלבער צײַט, אָנהייבנדיק פֿון 1984, האָט דער אַרגענטינער/ישׂראלדיקער קלאַרנעטיסט גיאָראַ פֿײַדמאַן געלאָזט זײַן שטעמפּל אויף דער קלעזמער־סבֿיבֿה אין דײַטשלאַנד און זײַנע רעקאָרדירונגען און השפּעה אויף די דײַטשע קאַפּעליעס און קלאַרנעטיסטן ווי העלמוט אייזל און "העריס פֿריילעך" קען מען הערן אינעם 5טן קאָמפּאַקטל. לויט הײַקאָ לעהמאַנס באַמערקונגען אינעם באַגלייט־ביכל, האָט פֿײַדמאַן פֿאַרשפּרייט דעם געדאַנק צווישן די דײַטשע מוזיקער, אַז קלעזמער־מוזיק דאַרף נישט געהערן נאָר צו די ייִדן, אַז די מוזיק קען אַרויסברענגען שלום און צווישן־פֿעלקערישע האַרמאָניע. די השׂגה פֿילט מען נאָך הײַנט אין דער אייראָפּעיִשער קלעזמער־מוזיק.
אינעם 6טן קאָמפּאַקטל, אויף דער טעמע "די ייִדישע וועלט צו גאַסט אין דײַטשלאַנד", הערט מען די מוזיקער פֿון אַרום דער וועלט וואָס זענען געקומען שפּילן און זינגען אין דײַטשלאַנד און באַקאַנט געמאַכט דאָס לאַנד מיט אַזוינע פֿײַנע זינגערס ווי שורה ליפּאָווסקי פֿון האָלאַנד, חוה אַלבעשרטיין פֿון ישׂראל, און "די נײַע קאַפּעליע" פֿון בודאַפּעסט.
אין די 1990ער און 2000ער יאָרן האָבן די דײַטשע מוזיקער זיך טיפֿער אַרײַנגעלאָזט אין דער ייִדישער מוזיק; מע האָט בעסער זיך אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך און אויסגעזוכט נײַע פּערזענלעכע וועגן. גרופּעס ווי "שיכּור ווי לוט", "אויפֿווינד", "דואָ ווײַלו" און זינגערס ווי קאַרסטען טרויקע, למשל, האָבן שוין נישט נאָכגעמאַכט די אַמעריקאַנער זינגער, נאָר געגאַנגען אַן אייגענעם וועג. די גרופּע "גויים" פֿון ווין, למשל, האָט אין איר קאָמפּאַקטל "אין אַ שטאָט וואָס שטאַרבט" געשאַפֿן נײַע מוזיק צו די טעקסטן פֿון די גאַליציאַנער ייִדישע פּאָעטן וואָס האָבן געוווינט אין ווין פֿאַר און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. אינעם אַכטן קאָמפּאַקטל הערט מען זינגערס און מוזיקערס פֿון דער גאַנצער וועלט, וואָס האָבן געשפּילט אין דײַטשלאַנד, ווי יעפֿים טשאָרניס "קלעזמער אַליאַנץ" און די "כאַרקעווער קאַפּעליע" מיטן פֿידלער סטאַש רײַקאָ. אַ טייל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע קלעזמאָרים האָבן געפֿונען אַזאַ לעבעדיקע קלעזמער־סבֿיבֿה אין דײַטשלאַנד, אַז זיי האָבן באַשלאָסן דאָרטן זיך צו באַזעצן. אינעם 9טן קאָמפּאַקטל הערט מען די השפּעה פֿון די עכט טראַדיציאָנעלע ייִדישע קלאַרנעטיסטן פֿון אַמאָל, דוד טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן, אויפֿן דײַטשן קלעזמער־קלאַנג.
דער לעצטער טייל דעקט די לעצטע 10 יאָר אין דײַטשלאַנד. די נײַע ריכטונגען פֿון די קלעזמאָרים אין אַמעריקע הערט מען אויפֿן 10טן קאָמפּאַקטל, און דאָס עלעפֿטע איז אָפּגעגעבן דער מוזיק פֿונעם ווײַמאַר־ וואַרשטאַט. דאָס נעמט אַרײַן סײַ די דײַטשע און אייראָפּעיִשע קינסטלער וואָס שפּילן דאָרטן, ווי אַנדרעאַ פּאַנקור, לוסעט וואַן־דען בערג און "פֿײַוווּש", סײַ די געסט פֿון מחוץ אייראָפּע ווי דער זינגער אַרקאַדי גענדלער, די זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, די פּיאַניסטין מאַרילין לערנער און דעם ניגונים־זינגער, סרולי דערסדנער. אין דער אינטענסיווער לאַבאָראַטאָריע, "ווײַמאַר", ווערן געשאַפֿן און פֿאַרשפּרייט יעדעס יאָר נײַע מוזיקאַלישע געדאַנקען. דער ווײַמאַרער וואַרשטאַט איז געוואָרן אַ מוז פֿאַרן ערנסטן סטודענט פֿון ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד.
די געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד שליסט זיך מיטן 12טן קאָמפּאַקטל — "נײַע ייִדישע כוואַליע: קלעזמער איז טויט! לאַנג לעבן זאָל קלעזמער!" — וואָס נעמט אַרײַן די נײַסטע קלאַנגען פֿון דן קאַהן, פֿרענק לאָנדאָן, מײַקל ווינאָגראַד, אַדריאַן קופּער און "סאָקאָלד".
די צוועלף קאָמפּאַקטלעך מיט אַן ערך 240 לידער, נעמען אַרײַן גענוג מוזיק צו הערן און צעקײַען וואָכן לאַנג. דער צוהערער וועט אַליין געפֿינען זײַנע אייגענע "ליבלינגען" צווישן די זינגערס, און די געשיכטע איז נישט נאָר אַ געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד, נאָר אַ געשיכטע פֿון ייִדיש־ליד און קלעזמער־מוזיק במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר איבער דער וועלט. עס איז שיין אַרויסגעגעבן געוואָרן (כאָטש איין באַגלייט־ביכל איז זיך צעפֿאַלן נאָך פֿינף מינוט).
ערשט איצט, אַז מע האָט די דאָקומענטאַציע פֿאַר די אויגן, דאַרף זיך אָנהייבן אַ לענגערער שמועס צווישן מוזיק־פֿאָרשער — פֿאַר וואָס איז דווקא דײַטשלאַנד געוואָרן אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק נאָכן חורבן?