- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַהרן בלומענפֿעלד איז אַ קאָמפּאָזיטאָר, לערער און קלאַסיש־טרענירטער פּיאַניסט, וועלכער שאַפֿט אין דרײַ פֿאַרשיידענע זשאַנערן פֿון מוזיק: דזשאַז, קלאַסישע און ייִדישע מוזיק. זײַן טאַטע איז געווען אַ למדן, און בלומענפֿעלד איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטרענג פֿרומער היים. די חזנים וואָס ער האָט געהערט אין שיל און אויף קאָנצערטן, האָבן אויף אים געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. ער האָט זיך פֿאַרשריבן קודם אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט און דערנאָך אין "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" צו ווערן אַ חזן. אָבער ער האָט, סוף־כּל־סוף, גראַדויִרט פֿון ראָטגערס־אוניווערסיטעט מיט אַ מאַגיסטער אין מוזיק־קאָמפּאָזיציע, און געפֿאָרשט די ערשטע תּקופֿה פֿון דער דזשאַז־פּיאַנע־מוזיק אין אַמעריקע. פֿון דער פֿאָרשונג זענען אַרויסגעקומען צוויי ביכער וועגן "בלוז"־פּיאַנע און דזשאַז־אימפּראָוויזאַציע אויף דער פּיאַנע. ווי אַ לערער, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ קלאַס פֿון פּיאַנע־אימפּראָוויזאַציע לאַנגע יאָרן בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט. וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק האָט בלומענפֿעלד דיריגירט מיט טעמפּל־כאָרן, געזונגען ווי אַ חזן, און געשאַפֿן גרויסע סימפֿאָנישע ווערק ווי "עזרוך: אַ סימפֿאָנישע פּאָעמע" און אַ "חורבן־אָנדענק סימפֿאָנישע פּאָעמע". אין דער ייִדישער שפּראַך האָט ער קאָמפּאָנירט און געשריבן די ליברעטאָ פֿון צוויי אָריגינעלע אָפּערעס "רחל" און "פּגיאל און בת־שבֿע". דערמיט וויל איך אַרויסהייבן, אַז פּסח נעמט אין זיך אַרײַן אַ שלל מיט סימבאָליק, קונסט, פֿאָלקס־אויסדרוק, וואָס דעקט נישט נאָר די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים, וואָס ליגט בײַם צענטער פֿונעם יום־טובֿ, נאָר אַ סך מער. דעריבער קען מען פֿאַררעכענען פֿאַרשיידענע מינים לידער ווי פּסח־לידער, כאָטש זיי האָבן נישט קיין דירעקטע שײַכות מיט דער הגדה. יעדע עטלעכע וואָכן, זעץ איך זיך אַוועק מיט מײַן מאַמע, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און מיר גיבן אַ קוק, צי עמעצער דערמאָנט זי, אָדער שרײַבט אַ קריטיק פֿון איר, צי אַ רעצענזיע. גאָר גיך האָבן מיר געזען, אַז נישט נאָר מען שרײַבט, נאָר זינגערס און קאַפּעליעס זינגען אירע לידער, רעקאָרדירן אירע לידער, און מיר ווייסן גאָרנישט דערפֿון. אונדזער גרעסטער סורפּריז איז פֿאָרגעקומען, ווען מיר האָבן געפֿונען אויף "יו־טוב", אַז איינער וואָס רופֿט זיך "מײַן זיידי", האָט גענומען דער מאַמעס זינגליד, וואָס זי האָט געשאַפֿן די ווערטער און מוזיק, וועגן דעם חורבן פֿונעם בוקעווינער שטעטל זוויניעטשקע — "געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל" — און האָט צוגעפּאַסט פֿאָטאָגראַפֿיעס און צייכענונגען צו באַגלייטן די רעקאָרדירונג פֿונעם קאָמפּאַקטל "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט", אין וועלכער עס זינגט לאָרין סקלאַמבערג פֿון די "קלעזמאַטיקס". זי האָט עולה געווען פֿון בעלץ, בעסעראַביע, צו 16 יאָר, און האָט גראַדויִרט מיט אַ דיפּלאָם אין מוזיקאָלאָגיע און ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם "בר־אילן־אוניווערסיטעט". אין 2002 האָט זי אָנגעהויבן צו שטודירן מיט דער מײַסטער־זינגערין נחמה ליפֿשיץ, און די רעזולטאַטן פֿון דער געראָטענער צוזאַמענאַרבעט האָט מען שוין געהערט אין לאָזינסקיס ערשטער רעקאָרדירונג "ווײַסע שטערן", וואָס מיר האָבן געלויבט אין "פֿאָרווערטס", ווען זי איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר צוריק. אין איר אַרײַנפֿיר צום ביכל אינעם קאָמפּאַקטל, שרײַבט די זינגערין, אַז "איך בין גאָר פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿאַרבינדונג צווישן מאָדערנע ייִדישע לידער און פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע סטילן. דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿלעגט תּמיד אײַנזאַפּן די קולטורן פֿון די פֿעלקער אַרום זיי, און, פֿאַרקערט — די השפּעה איז געווען אַ קעגנזײַטיקע". ווען מע הערט זיך צו צו די לידער, פֿאַרשטייט מען שוין מער פּינקטלעך, פֿאַר וואָס זי האָט דאָס אָנגעשריבן. די מעלאָדיעס, די ווערטער און די אַראַנזשירונגען זענען לויטן נוסח פֿון רומענישער און ציגײַנערישער פֿאָלקמוזיק. צו מאָל וואָלט מען געקענט אַפֿילו מיינען, אַז דאָס גאַנצע קאָמפּאַקטל באַשטייט פֿון איבערגעזעצטע לידער, פֿון רומעניש אויף ייִדיש; אָבער ניין, שוין גיכער שפּיגלען אָפּ די לידער די ליבשאַפֿט צו, און טיפֿע וואָרצלען אין דער רומענישער און ציגײַנערישער קולטור מצד פֿעלזענבאַום. שוין 14 יאָר וואָס איך גיי אויף דעם פֿעסטיוואַל. אין אָנהייב איז דאָס געווען געצילט בלויז אויף דער קליינער באַלקאַנישער מוזיק־וועלט, און מע פֿלעג דינגען פֿאַרן פֿעסטיוואַל, אויף איין נאַכט, אַ קאַטוילישע שול אין וואַשינגטאָן־הײַטס. אָבער פֿאַר אַ יאָרן האָט מען ריזיקירט און געדונגען אַ טײַערן, געראַמען היסטאָריש־אַלטן בנין אין ברוקלין און ס׳האָט זיך אויסגעצאָלט. דרײַ יאָר נאָך אַנאַנד האָב איך אָרגאַניזירט אַ "זינגערײַ"־סעסיע בײַם פֿעסטיוואַל מיט אַזוינע ייִדישע זינגערס ווי דזשאַש וואַלעצקי, עטל ריים, קאַראָל פֿרימאַן, פּערל טייטלבוים, ביילע גאָטעסמאַן, אָבער מע האָט די סעסיע נישט אָנגענומען דאָס יאָר. די טענה איז געווען, וואָס מע וויל בײַטן די פּראָגראַם און הערן אַנדערע מינים מוזיק. אַ ביסל באַליידיקט, בין איך סײַ־ווי־סײַ געפֿאָרן אויפֿן פֿעסטיוואַל, ווײַל אַזוי גוט פֿאַרברענג איך זעלטן. פֿאַר וואָס שרײַב איך בכלל וועגן דעם פֿעסטיוואַל? קודם־כּל, האָבן עטלעכע גרופּעס יאָ געשפּילט אָדער געזונגען די מוזיק פֿון ייִדן, אָבער נישט אַשכּנזיש־ייִדישע מוזיק. די גרופּע "דודס האַרף", למשל, האָט געשפּילט אַן עלעקטרישע ספֿרדיש־ייִדישע מוזיק. אַ קאַפּעליע פֿון פּיטסבורג "איסטערן וואָטערשעד קלעזמער קוואַרטעט", אַ גרופּע וואָס איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס, איז אויפֿגעטראָטן, און האָט אויסגענומען בײַם עולם, כאָטש אויף מיר האָבן זיי נישט געמאַכט קיין געוואַלדיקן רושם. אַ דואָ־גרופּע "איסראַ־אייליען" איז באַשטאַנען פֿון צוויי יונגע ישׂראלים מיט צוויי גיטאַרעס, וועלכע האָבן געשפּילט אָריגינעלע אַראַנזשירונגען פֿון באַלקאַנישע און מיטל־מיזרחדיקע מעלאָדיעס. למשל, אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך געקויפֿט אַ געזאַנג־ביכל פֿון וואַרשע, 1917, וואָס מען האָט אויסגעטיילט ווי אַ מתּנה צום 15־יאָריקן יוביליי פֿון צווײַג 207, "אַרבעטער־רינג" אין אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיע, אין 1923. מע האָט פּשוט אַרויפֿגעקלעפּט אַ גרין "אַרבעטער־רינג"־דעקל אויפֿן וואַרשעווער ביכל. מיר דאַכט, אַז די זאַמלונג איז איינע פֿון די ערשטע פֿון ייִדישע זינגלידער וואָס האָט אויך די נאָטן צו די לידער. כאָטש לויטן טיטל באַשטייט דאָס בוך פֿון "אַ זאַמלונג פֿון פּאָפּולערסטע פֿאָלקסלידער", קען מען געפֿינען פֿאַרשיידענע מינים אַנדערע לידער; לידער וואָס זענען אונדז גוט באַקאַנט, ווי "הער נאָר דו שיין מיידעלע" און "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה". אָבער אויך גאַנץ זעלטענע לידער און עלטערע באַלאַדעס, ווי "גיי איך מיר צום שטאַלעכל", וואָס לויט איין מקור איז אַרײַן פֿון ענגליש אויף דײַטש, ווען מע האָט עס איבערגעזעצט אין אַן אַלמאַנאַך בײַם אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. דערנאָך האָבן זינגערס דאָס "פֿאַרייִדישט" און עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ ייִדישלאַנד. אַנדערע לידער זענען נישט לאַנג פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך געשריבן געוואָרן, אָבער דעם מחברס נאָמען שטייט נישט דערבײַ. למשל, "די יום־טובֿדיקע טעג" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, ווערט דאָ אָנגערופֿן, אַנאָנים, "דאָס שנײַדער־ליד". וואָס זאָל מען טון, ייִדן? אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג. וואָס זאָל מען טון, מענטשן? עסן דאַרף מען יעדן טאָג. אַז דער מאָגן וויל נישט וויסן פֿון קיין געטאָ זאַך, נאָר ער שטרײַט און ער פֿאַרלאַנגט צו עסן זייער אַ סך. (ליד געזונגען אין לאָדזשער געטאָ, מסתּמא געשריבן פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ, פֿאַרשריבן פֿון ד״ר גילה פֿלאַם בײַ יאַנקעלע ראָטענבערג)
די "אידעלזאָן־געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" האָט ווי איר ציל דאָס אויפֿהאַלטן רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק, וועלכע זיי באַטראַכטן ווי "קלאַסישע". למשל, די אַלטע פּלאַטע — "מײַן וועג" — פֿון די "באַרי שוועסטער" האָט די "געזעלשאַפֿט" ווידער אַרויסגעגעבן, ווי אַ "קלאַסיש" קאָמפּאַקטל. אָבער די דאָזיקע רעקאָרדירונג וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגליש־שפּראַכיקע לידער, ווי פֿרענק סינאַטראַס ליד "מײַן וועג", שטעלט מיט זיך פֿאָר, לפֿי דעתּי, די "באַרי שוועסטער"־פּלאַטע מיטן גרעסטן עלעמענט פֿון "קיטש". בײַ אונדז זאָגט מען — "ווי בײַ וועמען": יעדער האָט זײַן אייגענעם געשמאַק. בײַם איבערלייענען די אַנדערע אַרויסגעגעבענע קאָמפּאַקטלעך זייערע ווערט קלאָר, אַז די "אידעלזאָן"־געזעלשאַפֿט האָט דווקא ליב די קאַטעגאָריעס פֿון דער ייִדישער מוזיק, וואָס לאָזן זיך שווער צו דעפֿינירן. די אַנדערע רעקאָרדירונגען אין זייער קאַטאַלאָג נעמען אַרײַן אייניקע פֿון שוואַרצע דזשעז־ און בלוז־שפּילער און זייערע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער און מעלאָדיעס; אָדער פֿון "לאַטײַן"־אַמעריקאַנער מוזיקער, ווי זיי שפּילן ייִדישע לידער מיט אַ "לאַטײַנישן" (דאָס הייסט, דרום־ און צענטראַל־אַמעריקאַנער) ריטעם. די פֿישעלעך אין וואַסער, בײַ זיי איז שוין פֿיל בעסער, בײַ זיי איז נישט קיין אונטערשייד, פֿון קלענער ביז צום גרעסער. (אַ ייִדיש פֿאָלקסליד) אַזוי האָט אונדזער שכן אין בראָנקס, צוניע רײַמער, געזוננגען ווען מען איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ אונדז. דעמאָלט האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל בײַ דער סטראָפֿע, ווײַל, אַז בײַ די פֿיש זאָל נישט זײַן "קיין אונטערשייד פֿון קלענער ביז צום גרעסער", איז אַוודאי נישט אמת. דער פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר וואָלפֿגאַנג מידער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דעם פֿאָלקלאָר־מאָטיוו פֿון גרויסע פֿיש וואָס עסן קליינע פֿיש. אָבער אויף אַ מעשׂה — און אַ פֿאָלקסליד — פֿרעגט מען נישט קיין קשיא. פֿיש אין אונדזערע פֿאָלקסלידער באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט, און נישט אַלע מאָל צום גוטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע פֿון אַ דערטרונקענעם חתן, און אין איין סטראָפֿע זינגט זי: כ׳בין אין וועלט אַ שפּור פֿון דיר און יעדע זאַך איז ווי אַ טיר, לאָמיך אַלע שפּורן שפּירן, דורך אַלע זאַכן גיין צו דיר! "אין פֿאַרנאַכטן: ד", אַבֿרהם־העשל
די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט פֿאַר איר גרופּע "פּרעהס טאָכטער" טרעט אויף שוין עטלעכע יאָר מיט אַ פּראָגראַם פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל. איין קאָנצערט האָבן מיר רעצענזירט פֿון דער פּראָגראַם מיט יאָרן צוריק, און, סוף־כּל־סוף, איז איצט אַרויסגעקומען אַ קאָמפּאַקטל "Songs of Wonder", (לידער פֿון וווּנדער) מיט צען פֿון די העשל/שעכטער לידער. אין וואַרשע, 1933, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם פֿאַרלאַג "אינדזל" אַבֿרהם העשלס ערשט בוך, אַ זאַמלונג ייִדישע לידער מיטן טיטל — "דער שם־המפֿורש: מענטש". דער מחבר איז געווען 26 יאָר אַלט, ווען ער האָט זיי אָנגעשריבן, און איז געווען אַ דאָקטאָראַנט אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם בערלינער אוניווערסיטעט. די לידער דערמעגלעכן אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אינעם לעבן און טראַכטן פֿון אַ מענטש, וואָס וועט שפּעטער ווערן אַ וויכטיקער ייִדישער דענקער און רעליגיעזער פֿירער אין אַמעריקע. זײַן סינטעז פֿון פֿירן אַ ייִדיש לעבן בשעת מען איז אויך אַקטיוו אין לייזן די אַלגעמיינע סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, האָט אים געמאַכט אַ נאָמען איבער דער וועלט. ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", האָט ער משפּיע געווען אויף דורות יונגע געלערנטע. עס זעט אויס, אַז די צײַט איז געקומען צו שאַפֿן מוזיקאַלישע ווערק פֿאַר אונדזערע ייִדישע פֿרויען־פּאָעטן. סײַ די ברוקלינער פֿידלערין דבֿורה שטראַוס, סײַ דער רוסיש־ייִדישער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ זענען אין גאַנג פֿון פּראָיעקטן צו שאַפֿן מוזיק צו די ווערטער פֿון דער פּאָעטעסע קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי. בײַ דער זומער־פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דער מוזיקער אַלען בערן געשפּילט זײַנע נײַע קאָמפּאָזיציעס צו די לידער פֿון רחל קאָרן, רחל פֿישמאַן, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים און שׂרה רייזען. די האָלענדישע זינגערין לוסעט וואַן־דען בערג האָט זיי לעצטנס רעקאָרדירט אויף איר קאָמפּאַקטל "יתומים." אינעם קאָמפּאַקטל "נאַכטיקע מוזיק" ״Nakhtike Muzik״ קען מען הערן אָריגינעלע מעלאָדיעס צו די טעקסטן פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי, געשאַפֿן פֿונעם דײַטשן קאָמפּאָזיטאָר דאַמיאַן מאַריאַ ראַב. די לידער ווערן פֿאָרגעשטעלט פֿון דער זינגערין סטעלאַ יורגענסאָן מיט דער גרופּע "מאַ פּיראָשקאַ", פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד. זשיכלינסקי איז שוין לאַנג אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די בעסטע ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע נאָכן חורבן, און ס׳איז אַוודאי אַ שאָד, וואָס מער מענטשן זענען נישט באַקאַנט מיט איר פּאָעזיע. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין ניו־יאָרק, ביז זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע לעבן איר זון, איז זי זעלטן געקומען אויף ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען און האָט זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט. זעלטן ווען האָב איך אַ געלעגנהייט צו שרײַבן וועגן קאָמיקס, איין וואָך נאָך אַן אַנדערער, אין דער צײַטונג. אָבער אינעם נײַעם בוך "Yiddishkeit" , רעדאַקטירט פֿון האַרווי פּעקאַר און פּאָל בול, גיבן זיי איבער דורך בילדערשטרײַפֿן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. ווי אַן אונטערקעפּל פֿונעם בוך שטייט "אַ ייִדישע פֿאָלקשפּראַך און דאָס נײַע לאַנד", און דער טראָפּ פֿון די קאַפּיטלעך ליגט טאַקע אויף ייִדישער אימיגראַנטישער איבערלעבונג אין אַמעריקע. אַזוי ווי אַ גרויסער טייל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט אַ שײַכות צו ייִדישער מוזיק, נעמען מיר דאָס אַרײַן אין אונדזער רובריק. דאָס בוך האָט מען אײַנגעטיילט אין קאַפּיטלעך לויט געוויסע טעמעס, עלעהיי ס׳וואָלט געווען אַן אילוסטרירטע ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. די צענדליקער קאָמיקס האָבן געשאַפֿן פֿאַרשיידענע קינסטלער און שרײַבער, אָבער אַלע דערציילן זיי וועגן דער ייִדישער קולטור מיט אַן אָריגינעלן וויזועלן צוגאַנג. האַרווי פּעקאַר איז אַ באַקאַנטער שרײַבער פֿון קאָמיקס, אָבער ער צייכנט נישט די בילדער, נאָר שרײַבט די טעקסטן. ער איז געשטאָרבן אין יוני 2010 און "ייִדישקייט" איז זײַן לעצט בוך. פּאָל בול האָט אַ סך געשריבן וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און בפֿרט דער לינקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָליטיק. אַוודאי האָט מען נישט געקענט אויסמײַדן פּאָליטיק אין אַזאַ אַרומנעמיקער אונטערנעמונג, אָבער אין דעם באַנד פֿאַרנעמט די ייִדישע שפּראַך און קולטור דעם אויבן אָן. מע באַקענט זיך מיט האַרווי פּעקאַרס משפּחה־בוים אינעם ערשטן בילדערשטרײַף וואָס הייסט — "אַ פּראָלאָג", אין וועלכן פּעקאַר דערציילט ווי זײַנע באָבע־זיידע זענען געקומען קיין אַמעריקע פֿון דער ביאַליסטאָקער געגנט, און ער איז דאָ געבוירן געוואָרן אין 1939. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ קליינע שפּײַזקראָם. ייִדיש איז געווען זײַן ערשטע שפּראַך און מיטן זיידן האָט ער גערעדט בלויז ייִדיש. אָבער נאָך דעם זיידנס טויט האָט ער פֿאַרגעסן די שפּראַך. ער האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש און שרײַבט אַז "צוליב דער קאָלירפֿולקייט און ריטעם פֿון ייִדיש האָט עס מיר געטאָן הנאה צו הערן, כאָטש איך האָב עס צוביסלעך פֿאַרגעסן". אַזוי ענדיקט זיך דער "פּראָלאָג" און מיט דעם וויל מען זאָגן, מסתּמא, אַז מיט "ייִדישקייט" האָט פּעקאַר געשטרעבט צו געפֿינען זײַנע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען. |