|
שיינע־רחל (דזשודיט) כּהן |
|
די גרעסטע מוזיקאַלישע שׂימחה פֿונעם יאָר אין ניו־יאָרק, לויט מײַן מיינונג, קומט פֿאָר בעת דעם סוף־וואָך פֿון מאַרטין לוטער־קינג־טאָג אין מיטן יאַנואַר. די אונטערנעמונג הייסט "דער גאָלדענער פֿעסטיוואַל": צענדליקער מוזיקאַלישע גרופּעס מיטן טראָפּ אויף באַלקאַנישער מוזיק, ווערן פֿאַרבעטן פֿון גאַנץ אַמעריקע אויפֿצוטרעטן. אין פֿיר זאַלן שפּילט מען און מע טאַנצט, און מע הוליעט ביז צוויי אַ זייגער בײַ נאַכט.
שוין 14 יאָר וואָס איך גיי אויף דעם פֿעסטיוואַל. אין אָנהייב איז דאָס געווען געצילט בלויז אויף דער קליינער באַלקאַנישער מוזיק־וועלט, און מע פֿלעג דינגען פֿאַרן פֿעסטיוואַל, אויף איין נאַכט, אַ קאַטוילישע שול אין וואַשינגטאָן־הײַטס. אָבער פֿאַר אַ יאָרן האָט מען ריזיקירט און געדונגען אַ טײַערן, געראַמען היסטאָריש־אַלטן בנין אין ברוקלין און ס׳האָט זיך אויסגעצאָלט.
דרײַ יאָר נאָך אַנאַנד האָב איך אָרגאַניזירט אַ "זינגערײַ"־סעסיע בײַם פֿעסטיוואַל מיט אַזוינע ייִדישע זינגערס ווי דזשאַש וואַלעצקי, עטל ריים, קאַראָל פֿרימאַן, פּערל טייטלבוים, ביילע גאָטעסמאַן, אָבער מע האָט די סעסיע נישט אָנגענומען דאָס יאָר. די טענה איז געווען, וואָס מע וויל בײַטן די פּראָגראַם און הערן אַנדערע מינים מוזיק. אַ ביסל באַליידיקט, בין איך סײַ־ווי־סײַ געפֿאָרן אויפֿן פֿעסטיוואַל, ווײַל אַזוי גוט פֿאַרברענג איך זעלטן.
פֿאַר וואָס שרײַב איך בכלל וועגן דעם פֿעסטיוואַל? קודם־כּל, האָבן עטלעכע גרופּעס יאָ געשפּילט אָדער געזונגען די מוזיק פֿון ייִדן, אָבער נישט אַשכּנזיש־ייִדישע מוזיק. די גרופּע "דודס האַרף", למשל, האָט געשפּילט אַן עלעקטרישע ספֿרדיש־ייִדישע מוזיק. אַ קאַפּעליע פֿון פּיטסבורג "איסטערן וואָטערשעד קלעזמער קוואַרטעט", אַ גרופּע וואָס איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס, איז אויפֿגעטראָטן, און האָט אויסגענומען בײַם עולם, כאָטש אויף מיר האָבן זיי נישט געמאַכט קיין געוואַלדיקן רושם. אַ דואָ־גרופּע "איסראַ־אייליען" איז באַשטאַנען פֿון צוויי יונגע ישׂראלים מיט צוויי גיטאַרעס, וועלכע האָבן געשפּילט אָריגינעלע אַראַנזשירונגען פֿון באַלקאַנישע און מיטל־מיזרחדיקע מעלאָדיעס.
די זינגערין שיינע־רחל (דזשודיט) כּהן, מסתּמא הײַנט די גרעסטע מבֿינטע פֿון ספֿרדישע לידער, איז געקומען צו פֿאָרן פֿון טאָראָנטאָ, וווּ זי לערנט אין "יאָרק־אוניווערסיטעט". ווי אַלע יאָר בײַ דעם פֿעסטיוואַל, איז זי אויפֿגעטראָטן מיט איר טאָכטער תּמר, און צוזאַמען האָבן זיי געזונגען ספֿרדישע לידער. איר טאָכטער האָט דאָ, צום ערשטן מאָל אין אַ באַזונדערער סעסיע, פֿאָרגעשטעלט איר אייגענע לידער־פּראָגראַם. כּהן האָט דורכגעפֿירט אַ סך פֿאָרש־אַרבעט אין שפּאַניע און צווישן לאַדינאָ־זינגערס אין פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער. איר דאָקטאָראַט איז געווען וועגן ייִדיש־שפּאַנישע מוזיק אין קאַנאַדע.
די צווייטער סיבה וואָס איך שרײַב וועגן דעם פֿעסטיוואַל איז, ווײַל כּמעט אַ העלפֿט פֿון אַלע מוזיקער און זינגער, און די פֿירער פֿון דער באַלקאַנישער מוזיק־באַוועגונג זענען — ייִדן. אַ טייל פֿון די מוזיקער וואָס נעמען אָנטייל "טראָגן צוויי היטלעך"; איין היטל, ווען זיי שפּילן ייִדישע מוזיק, און דאָס צווייטע ווען זיי שפּילן באַלקאַנישע מוזיק.
קאַראָל פֿרימאַן האָט שטודירט מיט בולגאַרישע און גריכישע פֿרויען־זינגערינס, און קען זינגען אַ גאַנצע פּראָגראַם פֿון די לידער פֿון גריכיש־ייִדישע זינגערינס ווי ראָזאַ אַשכּנזי. זי האָט אין דער זעלבער צײַט געטאָן פֿאָרש־אַרבעט מיט די ייִדישע אימיגראַנטן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס זענען אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. די גרויסע "אַנטדעקונג" צווישן די אַלע אימיגראַנטן איז געווען בראָניע סאַקינאַ פֿון אוקראַיִנע, וועלכע האָט געדענקט גאָר אַ סך אַלטע פֿאָלקסלידער, און לאַנגע באַלאַדעס, און האָט געקענט טאַנצן אַ ייִדיש טענצל דערצו.
פֿרימאַן איז געווען צווישן די פֿאָרשער, וואָס האָבן צענדילקער שעהען רעקאָרדירט בײַ איר און געלערנט נישט בלויז איר רעפּערטואַר, נאָר אויך דעם טראַדיציאָנעלן אופֿן פֿון זינגען אויף ייִדיש. אינעם פֿעסטיוואַל האָט זי געזונגען באַלקאַנישע פאָלקסלידער מיט דער גרופּע "זשענסקאַ פּעסנאַ", איינע פֿון די עלטערע גרופּעס, און איינע וואָס באַשטייט כּמעט אין גאַנצן פֿון ייִדן. די אַקאָרדעאָן־שפּילערין פֿון "זשענסקאַ פּעסנאַ" לאָרען בראָדי, האָט געשפּילט מיט איינער פֿון די ערשטע קאַפּעליעס פֿון דער קלעזמער־באַוועגונג "קאַפּעליע". דער אוד־שפּילער פֿון דער גרופּע, אַדאַם גוד, האָט לאַנגע יאָרן באַגלייט די האָלענדיש־ייִדישע זינגערין ניקי דזשייקאָבס. דער טאַמבוראַ־שפּילער אַלאַן זעמעל, מער באַקאַנט ווי אַ באַלאַלײַקע־שפּילער, האָט אָנגעפֿירט מיט קלאַסן אין "קלעזקעמפּ" עטלעכע יאָר.
אַנדערע פֿרײַנד מײַנע קומען פֿון אַנדערע טיילן אַמעריקע הנאה צו האָבן בײַם "גאָלדענעם פֿעסטיוואַל" און איך זע זיי בלויז דעם אָוונט. ראָבערט (באָב) ליבמאַן קומט פֿון אָסטין, טעקסעס, כּדי צו טאַנצן. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטעמאַטיק, אָבער איך האָב אַ ספֿק צי זײַנע סטודענטן ווייסן, אַז דער ייִדישער לערער איז איינער פֿון די גרעסטע מבֿינים פֿון באַלקאַנישע פֿאָלקסטענץ. זײַן דאָקטאָראַט האָט אויסגעפֿאָרשט בולגאַרישע טענץ אין די דערפֿער, און איצט, אַז ער האַלט שוין בײַם פּענסיאָנירן זיך, פֿאָרט ער צוריק יעדן זומער צו די באַלקאַנען, ווײַטער צו טאָן פֿאָרש־אַרבעט.
וועגן דער זינגערין עטל ריים האָבן מיר געשריבן, און זי איז די "באָבע" סײַ פֿון דער באַלקאַנישער באַוועגונג, און אין אַ געוויסן זינען, אויך פֿון דער ייִדישער. זי האָט יאָרן לאַנג געשטיצט דאָס ייִדישע טראַדיציאָנעלע געזאַנג, און אַרויסגעגעבן אַ נײַעם קאָמפּאַקטל פֿונעם קלאַרנעטיסט דוד טאַראַס. בײַם פֿעסטיוואַל הײַנטיקס יאָר האָט זי געזונגען מיט דער גרופּע "אַנסאַמבל הילקע", וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס האַרמאָניע־געזאַנג פֿון די אוקראַיִנער און פּאָלעסיע.
אַ ייִדישע קישקע קען מען נישט אָפּשאַצן. אַז מע גיט אַ קראַץ די באַלקאַנישע מוזיקער און זינגער בײַם "גאָלדענעם פֿעסטיוואַל", וועט מען געפֿינען ייִדישע וואָרצלען און פֿאַרבינדונגען. דעריבער איז די אונטערנעמונג אַזאַ זעלטענער פֿענאָמען — מע הערט אומעטום באַלקאַנישע מוזיק; מע טאַנצט באַלקאַנישע טענץ, אָבער מע פֿילט זיך ווי אויף אַ ייִדישער חתונה.