זעלטן הערן מיר הײַנט פֿון אַ נײַעם קאָמפּאָזיטאָר פֿון ייִדישע לידער און, נאָך זעלטענער, פֿון גאַנצע אָפּערעס אויף ייִדיש. פֿון צײַט צו צײַט, אָבער, יאַווען זיך מוזיקער, וואָס ווילן דווקא יאָ שאַפֿן אָפּערעס און אָפּערעטעס אויף ייִדיש, ווי למשל באַאַרבעטונגען פֿונעם "דיבוק" און "גימפּל תּם". אין ישׂראל שאַפֿט הײַנט דניאל גלאַי ייִדישע אָפּערעס און קאַנטאַטעס, און ער האָט אַרויסגעלאָזט זײַנע שאַפֿונגען אויף קאָמפּאַקטלעך. שטעלט זיך אַרויס, אַז מיר, אין אַמעריקע, האָבן אויך אַ מחבר פֿון ייִדישע אָפּערעס, און ער הייסט אַהרן בלומענפֿעלד.
אַהרן בלומענפֿעלד איז אַ קאָמפּאָזיטאָר, לערער און קלאַסיש־טרענירטער פּיאַניסט, וועלכער שאַפֿט אין דרײַ פֿאַרשיידענע זשאַנערן פֿון מוזיק: דזשאַז, קלאַסישע און ייִדישע מוזיק. זײַן טאַטע איז געווען אַ למדן, און בלומענפֿעלד איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטרענג פֿרומער היים. די חזנים וואָס ער האָט געהערט אין שיל און אויף קאָנצערטן, האָבן אויף אים געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק. ער האָט זיך פֿאַרשריבן קודם אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט און דערנאָך אין "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" צו ווערן אַ חזן. אָבער ער האָט, סוף־כּל־סוף, גראַדויִרט פֿון ראָטגערס־אוניווערסיטעט מיט אַ מאַגיסטער אין מוזיק־קאָמפּאָזיציע, און געפֿאָרשט די ערשטע תּקופֿה פֿון דער דזשאַז־פּיאַנע־מוזיק אין אַמעריקע. פֿון דער פֿאָרשונג זענען אַרויסגעקומען צוויי ביכער וועגן "בלוז"־פּיאַנע און דזשאַז־אימפּראָוויזאַציע אויף דער פּיאַנע. ווי אַ לערער, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ קלאַס פֿון פּיאַנע־אימפּראָוויזאַציע לאַנגע יאָרן בײַם בערקלי־אוניווערסיטעט.
וואָס שייך דער ייִדישער מוזיק האָט בלומענפֿעלד דיריגירט מיט טעמפּל־כאָרן, געזונגען ווי אַ חזן, און געשאַפֿן גרויסע סימפֿאָנישע ווערק ווי "עזרוך: אַ סימפֿאָנישע פּאָעמע" און אַ "חורבן־אָנדענק סימפֿאָנישע פּאָעמע". אין דער ייִדישער שפּראַך האָט ער קאָמפּאָנירט און געשריבן די ליברעטאָ פֿון צוויי אָריגינעלע אָפּערעס "רחל" און "פּגיאל און בת־שבֿע".
אין דער אָפּערע "רחל" דערציילט זיך וועגן אַ יונגער פֿרוי אין ניו־יאָרק אין די 1920ער יאָרן. זי לעבט אין אַ פֿרומער וועלט, און איר חתונה ווערט אַראַנזשירט פֿון אַ שדכן, אָן איר ווילן. נאָך דער חתונה האָט זי מיט אים קינדער און ווען זי געפֿינט אויס, אַז איר מאַן איז אַ פֿאַרברעכער באַשליסט זי אים צו פֿאַרלאָזן. אָבער די קהילה שטיצט זי נישט אין דעם באַשלוס און זי בלײַבט אַליין אויף דער וועלט. נאָך דעם אַנטלויפֿט זי, און צוליב דער גרויסער און קרומער השפּעה פֿון איר מאַן, האַלט מען זי אין אַ משוגעים־הויז.
אינעם קלאָגליד "עס זעט אויס" רעדט זי זיך אַראָפּ פֿון האַרצן, אין אַן עת־צרה, ווען זי באַטראַכט דעם אויסוועג צו נעמען זיך דאָס לעבן.
עס זעט אויס, אַז מײַן לעבן איז פֿאַרענדיקט
איידער עס האָט אָנגעפֿאַנגען.
איך בין אַזוי טרויעריק.
איך קען נישט גליקלעך זײַן.
אין אמתן פֿאַרלאַנג איך עמעצער אַנדערש צו זײַן.
איך באַמערק מענטשן וואָס זײַנען גליקלעך.
וואָס, אוי וואָס איז זייער סוד?
אין מײַן האַרץ וויל איך טאַנצן
זינגען, לעבן און ליבן,
אָבער פֿאַר מיר איז נישט קיין סיבה צו לעבן.
דער סיפּור־המעשׂה פֿון דער צווייטער אָפּערע "פּגיאל און בת־שבֿע" איז אַ קאַפּיטשקע מער אָפּטימיסטיש ווי "רחל". פּגיאל איז אַ יונגער מקובל, וועלכער האָט אַ וויזיע פֿון הימל און פֿאַרליבט זיך אין בת־שבֿע, די טאָכטער פֿונעם רבֿ פֿון קראַסנע, אַ שטעטל אין פּוילן. איר טאַטע וויל זי זאָל חתונה האָבן מיטן גרעסטן יונגן תּלמיד־חכם אין פּוילן — נחמיה, דער זון פֿונעם קיעלצער רבֿ. אָבער אין אַ קאָנקורס צו באַשטימען ווער ס‘וועט חתונה האָבן מיט בת־שבֿע, קומט פּגיאל אויפֿן ערשטן אָרט. בת־שבֿע ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון נאָך אַ קאַוואַליר, זישע, און פּגיאל פֿאָרט קיין אַמעריקע זוכן זײַן געליבטע. זײַן שיף זינקט אינעם ים, אָבער ער ראַטעוועט זיך, און געפֿינט זיך אין סאַוואַנאַ, דזשאָרדזשיע, וווּ ער לערנט זיך ווי צו שפּילן פּיאַנע. ער פֿאָרט קיין ניו־יאָרק זי ווײַטער צו זוכן, אָבער מיט אַ נײַער פּרנסה — אַ בלוס־פּיאַנע־שפּילער.
שטעלט זיך אַרויס, אַז זישע איז אַ פֿאַרברעכער און די ווײַטערדיקע סצענעס פֿון דער אָפּערע, אין וועלכע די צוויי געליבטע, בת־שבֿע און פּגיאל, קומען צוזאַמען און זענען עולה קיין ישׂראל, זענען פֿאַרדרייטע און קאָמפּליצירטע, און דערמאָנען אין די אַלטע האָליוווּד־פֿילמען פֿון עדגאַר דזשי. ראָבינזאָן. ביידע אָפּערעס קומען פֿאָר, צום גרויסן טייל, אין אַמעריקע און ס‘רובֿ לידער זענען אויף ייִדיש. אייניקע, וועלכע ווערן געזונגען אין אַ נישט־ייִדישער סבֿיבֿה, ווי אין אַ בלוז־קרעטשמע, זינגט מען אויף ענגליש. די פּוילישע סצענעס ווערן געזונגען בלויז אויף ייִדיש, און די סצענעס אין ניו־יאָרק מיט ייִדן ווערן אויך געזונגען אויף ייִדיש.
עס איז קלאָר פֿון די ייִדישע לידער, אַז בלומענפֿעלד איז אַ גוטער קאָמפּאָזיטאָר אָבער נישט קיין פּאָעט אויף ייִדיש. די שורות זענען צו פּשוט, אַפֿילו פּרימיטיוו, אויף אַן אָנהייבערישער מדרגה פֿון דער שפּראַך. למשל, דער רשע אין דער אָפּערע "פּגיאל און בת־שבֿע", זישע, זינגט דאָס ליד "איך בין נישט קיין שלעכטער מאַן":
איך בין נישט קיין שלעכטער מאַן
גלייב נישט, איך בעט דיך,
אַז איך בין אַ שלעכטער מאַן.
בת־שבֿע, איך בין נישט קיין שלעכטער מאַן.
איך בין אַ גוטער מאַן,
עס איז נאָר אַן ענין פֿון אויסזיכט.
בת־שבֿע, איך בין נישט קיין שלעכטער מאַן.
איך בין אַ סך אַנדערש.
יאָ, איך בין אַ סך אַנדערש פֿון זיי
ווײַל איך גלויב נישט די מעשׂיות,
די אַלע מעשׂיות פֿון רעליגיעזע מענטשן
וואָס דאַוונען גאַנצע טעג.
דאַווענען און דאַווענען; עס קומט צו גאָרנישט.
יאָ, איך בין אַ סך אַנדערש פֿון זיי
ווײַל איך וויל לעבן!
יאָ, לעבן מיט שׂימחה, מיט פֿאַרגעניגן. אַהרן בלומענפֿעלד קאָמפּאָנירט די מוזיק אין אַ קלאַסישן סטיל, נישט קיין פֿאָלקישן. ער ווײַזט אַרויס אַן אינטערעסאַנטן כּוח־הדמיון, און האָט בפֿרט ליב די ייִדישע אונטערוועלט — אַן אינטערעס, וואָס האָט אַ טראַדיציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. לאָמיר האָפֿן, אַז ער וועט ווײַטער זיך לערנען די שפּראַך און שאַפֿן נאָך אַנדערע אָפּערעס אויף ייִדיש.