- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, ווי באַוווּסט, האָט די "אונעסקאָ" אָפּגעשטימט אײַנצושליסן אין איר אָרגאַניזאַציע די פּאַלעסטינער מלוכה, ווי אַ נײַעם מיטגליד. אַזוי איז די ביז־איצטיקע פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, געוואָרן אַ "מלוכה", נאָך איידער דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט עס באַשטימט. ס’וואָלט אַוודאי געקומען די פּאַלעסטינער אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם מזל צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַזאַ בכּבֿודיקער אָרגאַניזאַציע. דאָס "מזל" איז אָבער אַ געפֿעלשטס, חוצפּהדיק אַרויסגעריסן מיט מיאוסע גענג און שטיק. ווי זאָגט מען, אַז מע קען נישט אָנקומען צו דעם ציל מיטן גלײַכן וועג, גייט מען מיטן קרומען. מילא, פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, וואָס קריכט איבער די קעפּ און געפֿינט שטיצע בײַ לענדער, בײַ וועלכע די מאָראַלישע ווערטן זײַנען כּמעט אויפֿן זעלבן ניוואָ, אָדער זײַנען אָפּהענגיק פֿון אַ ווײַליקער פּאָליטישער קאָניונקטור פֿון הײַנטיקן טאָג; אַן אַנדער זאַך אָבער איז, אַז דער באַשלוס פֿון "אונעסקאָ" פֿאַרשאַפֿט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע גופֿא נישט קיין כּבֿוד, און רופֿט אַרויס צו איר אַן אומצוטרוי. נאָך מער: מיט דעם באַשלוס האָט "אונעסקאָ" באַגײַסטערט די פּאַלעסטינער אויף זייער "קרומען וועג", און איצט זײַנען זיי שוין גרייט צו ווערן מיטגלידער פֿון נאָך 16 אָרגאַניזאַציעס און אַגענצן, וועלכע עקזיסטירן אונטערן דאַך פֿון דער "יו־ען". נישט אָפֿט טרעפֿט מען הײַנט אַקאַדעמיקער, אויף וועלכע מע איז גרייט צו שטיין און וואַרטן אין דרויסן, אַפֿילו פֿיר שעה כּדי צו האָבן דעם זכות צו הערן זייער אויפֿטריט. דער MIT־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק, נועם כאָמסקי, וואָס איז שוין איבער אַכציק יאָר אַלט, געהערט דווקא צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון "אַקאַדעמישע מפֿורסמים". נישט ווינציק מענטשן, בפֿרט די לינק־געשטימטע, אָבער נישט בלויז זיי, זענען דורשטיק נאָך יעדן וואָרט זײַנעם. אַזוי איז אויך געשען, ווען כאָמסקי האָט דעם 17טן אָקטאָבער געהאַלטן אַ רעדע אין באַרנאַרד קאָלעדזש אונטערן טיטל: "אַמעריקע און ישׂראל-פּאַלעסטינע: מלחמה און שלום". ווי אַ באַוווּסטער שאַרפֿער קריטיקער — אי פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, אי פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז יעדע רעדע זײַנע רופֿט אויך אַרויס קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן מצד פֿאַרשידענע גרופּעס. אַזוי אַז, כּדי "צו באַלאַנסירן" כאָמסקיס אויפֿטריט, האָט דער אָרטיקער "הלל" פֿאַרבעטן דעם אַדוואָקאַט און האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אַלען דערשאָוויץ צו האַלטן זײַן רעדע מיט אַ טאָג פֿריִער. מען מעג פֿירן אַ וויכּוח לגבי דער נייטיקייט פֿון אַזאַ מין טריט, אָבער די טווּנג אַליין איז גאַנץ לעגיטים און מע דאַרף דאָס אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואָס איז, לחלוטין, נישט-כּשר איז דער פֿאַקט, אַז אין מײַ 2010 האָט ישׂראל נישט אַרײַנגעלאָזט כאָמסקין צו באַזוכן דעם מערבֿ-ברעג (דורך יאָרדאַניע) און צו האַלטן אַ רעדע אין ראַמאַלאַ.
Nieme dusze?
שטומע נשמות? פֿרויען אין דער
ייִדיש־קולטור. אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז פּוילן געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישע לימודים בכלל, און פֿון שטודיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט. עס איז נאַטירלעך, אַז די אינטערעסן פֿונעם נײַעם דור פּוילישע פֿאָרשער געהערן צו דעם פּוילישן ייִדנטום, און עס איז אויך נאַטירלעך, אַז זייער געדאַנקען־גאַנג ווערט באַווירקט דורך די הײַנטצײַטיקע מערבֿדיקע טעאָרעטישע שטרעמונגען. ביידע טענדענצן ווערן בולט פֿאָרגעשטעלט אינעם נײַעם וואָגיקן זאַמלבוך פֿון אַרטיקלען וועגן פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס בוך איז אַ פּועל־יוצא פֿון צוויי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און נעמט אַרײַן צוואַנציק רעפֿעראַטן, וואָס דעקן בערך פֿיר הונדערט יאָר פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע — פֿון סאַמע סוף 16טן יאָרהונדערט (קאַטאַזשינאַ שורמיאַק וועגן דער געשטאַלט פֿון ייִדישער פֿרוי אין "בראַנטשפּיגל") ביז די 1950ער יאָרן. דער טעמאַטישער דיאַפּאַזאָן איז אויך אַ ברייטער׃ פֿון ליטעראַטור און שפּראַך צו רעליגיע, טעאַטער, מאָלערישער קונסט און פּאָליטיק. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דזשיימס סקאָט, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַם יעיל־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאָר אינטערעסאַנט בוך מיטן נאָמען "די קונסט פֿון נישט האָבן קיין רעגירונג: אַן אַנאַרכיסטישע געשיכטע פֿונעם באַרג־ראַיאָן אין דער דרום־מיזרחדיקער אַזיע". דער מחבר דערציילט וועגן דעם סאָציאַלן שטייגער, וואָס הערשט אינעם גרויסן באַרג־מאַסיוו, וועלכער נעמט אַרום דעם צפֿונדיקן טייל פֿון אינדיע, כינע, וויעטנאַם, טײַלאַנד און קאַמבאָדיע, אַ גרויסן טייל פֿון לאַאָס, דעם שטאַט שאַן אין בירמע און געוויסע שטחים אין אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און טיבעט. דער דאָזיקער ראַיאָן איז באַקאַנט מיטן נאָמען זאָמיע. איר וועט נישט געפֿינען אַזאַ לאַנד אויף די פּאָליטישע מאַפּעס פֿון דער וועלט; אַדרבה, די אײַנוווינער פֿון זאָמיע אָנערקענען נישט קיין אָפֿיציעלע גרענעצן. זיי וואַרפֿן אָפּ סיסטעמאַטיש די אָפֿיציעלע מאַכט־אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט די שטײַערן, צאָל־אַמט און אַרמיי־פּריזיוו. סקאָט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן פֿירט זיך שוין במשך פֿון הונדערטער יאָר ווי אַ מין אַנאַרכיסטיש לאַנד; די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זאָגט זיך כּסדר אָפּ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ציוויליזאַציע, כּדי אָפּצוהיטן זייער פֿרײַהייט און אומאָפּהענגיקייט.
קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
פֿון דער הײַנטיקער פּרשה הייבט די תּורה אָן זיך צו פֿאָקוסירן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. בלויז די ערשטע צוויי סדרות — "בראשית" און "נח" — זענען געווידמעט דער אַלגעמיינער מעשׂה־בראשית און דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט, מיט אירע מעלות און קאַטאַסטראָפֿישע מפּלות. הײַנט לייענען מיר שוין וועגן דעם ערשטן ייִד אין דער וועלט — אַבֿרהם־אָבֿינו. אין דער אמתן, זענען אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן. למשל, פֿון די דערציילונגען וועגן די ייִדישע אמהות און אַנדערע פֿרויען, קאָן אַ מאַן אויך אָפּלערנען אַ לימוד פֿאַר זיך, און פֿאַרקערט. אויף אַן ענלעכן אופֿן, הגם די תּורה רעדט כּסדר וועגן ייִדן, האָבן אַלע פּרשיות אויך אַן אַלגעמיין־מענטשלעכע ווערט. ס׳רובֿ סדרות אינעם חומש, אַחוץ די ערשטע צוויי, זענען געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלק, ווײַל דאָס לעבן פֿון אַ יחיד און פֿון אַ קאָנקרעטער מענטשלעכער קהילה איז וויכטיקער, ווי די גלאָבאַלע פֿראַגעס פֿונעם גאַנצן אוניווערס. יעדער יחיד, ווי אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט, וואָס מאַכט דורך אַן אייגענעם אוניקאַלן וועג אינעם לעבן, איז דער תּכלית פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית. די חז״ל זאָגן, אַז יעדער מענטש מוז גלייבן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל פֿאַר אים. כ׳בין אין וועלט אַ שפּור פֿון דיר און יעדע זאַך איז ווי אַ טיר, לאָמיך אַלע שפּורן שפּירן, דורך אַלע זאַכן גיין צו דיר! "אין פֿאַרנאַכטן: ד", אַבֿרהם־העשל
די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט פֿאַר איר גרופּע "פּרעהס טאָכטער" טרעט אויף שוין עטלעכע יאָר מיט אַ פּראָגראַם פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל. איין קאָנצערט האָבן מיר רעצענזירט פֿון דער פּראָגראַם מיט יאָרן צוריק, און, סוף־כּל־סוף, איז איצט אַרויסגעקומען אַ קאָמפּאַקטל "Songs of Wonder", (לידער פֿון וווּנדער) מיט צען פֿון די העשל/שעכטער לידער. אין וואַרשע, 1933, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם פֿאַרלאַג "אינדזל" אַבֿרהם העשלס ערשט בוך, אַ זאַמלונג ייִדישע לידער מיטן טיטל — "דער שם־המפֿורש: מענטש". דער מחבר איז געווען 26 יאָר אַלט, ווען ער האָט זיי אָנגעשריבן, און איז געווען אַ דאָקטאָראַנט אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם בערלינער אוניווערסיטעט. די לידער דערמעגלעכן אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אינעם לעבן און טראַכטן פֿון אַ מענטש, וואָס וועט שפּעטער ווערן אַ וויכטיקער ייִדישער דענקער און רעליגיעזער פֿירער אין אַמעריקע. זײַן סינטעז פֿון פֿירן אַ ייִדיש לעבן בשעת מען איז אויך אַקטיוו אין לייזן די אַלגעמיינע סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, האָט אים געמאַכט אַ נאָמען איבער דער וועלט. ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", האָט ער משפּיע געווען אויף דורות יונגע געלערנטע. די געשעענישן אין ליביע האָבן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. איצט, ווען דעם דיקטאַטאָר האָט מען סוף-כּל-סוף געהרגעט און זײַן טויטער גוף איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן — ווי אין אַ פֿילם וועגן פֿאַר-מאָדערנע צײַטן — אויף חוזק צו מאַכן (און ווי אַ באַווײַז, אַז ער איז טאַקע טויט), האָט מען דאגות וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג אין לאַנד. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז דאָרטן איז מען שוין גרייט אָנצוהייבן די תּקופֿה פֿון דעמאָקראַטיע. מיר ווייסן דאָך, אַז דעמאָקראַטיע פֿאָדערט טראַדיציעס און אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס זײַנען, לחלוטין, ניטאָ אין אַזאַ מדינה ווי ליביע. בכלל, אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעוווינט געוואָרן צו אויטאָריטאַרישע פֿאָרמען פֿון רעגירן, קען אַן איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע געדויערן זייער לאַנג. גיט נאָר אַ קוק, למשל, ווי דער זעלבער קאַדאַפֿי איז געווען, און בלײַבט, פּאָפּולער בײַ די רוסן, און ווי זיי, די זעלביקע רוסן, האָבן פֿײַנט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. פּראָ-קאַדאַפֿי-שטימונגען דאָמינירן אין דער הויפּטשטראָמיקער (דאָס הייסט, פּראָ-פּוטינישע) מעדיאַ. דאַכט זיך, ערשט נעכטן איז עס געווען: אויפֿן רעפּובליקאַנער פֿאַרמעסט פֿון יונגע מוזיקער, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די גראַדואַנטן און סטודענטן פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע און דער ספּעציעלער מוזיקאַלישער מיטלשול פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער, האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט שפּילן דעם תּלמיד פֿון דער שול, דעם יונגן פֿידלער נאַום כאָש. מיט זײַן רײַפֿן טאַלאַנט, טעכניק און טיפֿער באַטראַכטקייט האָט ער זיך אויסגעטיילט צווישן די אַנדערע קאָנקורסאַנטן. דעמאָלט האָט כאָש געוווּנען דעם צווייטן פּריז, און זײַן אויפֿטריט איז באַמערקט געוואָרן אין די מוזיקאַלישע קרײַזן פֿון דער קרוינשטאָט. געבוירן געוואָרן איז נאַום אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿון אַ בויער־אינזשעניר און לערערקע פֿון געאָגראַפֿיע און געשיכטע. דעם נאָמען האָט ער געירשנט פֿון אַ קרובֿ, אים אויף לענגערע יאָר, אַ קרבן פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903. זײַנע עלטערן, ווי אויך אַנדערע טאַטע־מאַמעס אין יענע יאָרן, האָבן געטרוימט, אַז זייער זון זאָל באַקומען אַ מוזיקאַלישע דערציִונג און האָבן אים אָפּגעגעבן אין דער מוזיק־שול ער זאָל זיך לערנען שפּילן פֿידל. נאַום איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גוטע הענט; דער פֿידל־לערער עמנואל צינמאַן האָט געשמט מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון אַ געניטן פּעדאַגאָג. ער האָט באַלד דערזען אינעם ייִנגעלע אַ באַזונדערע פֿעיִקייט צו מוזיק און שוין ווײַטער נישט געצווייפֿלט, אַז נאַומס לעבנס־וועג וועט זײַן פֿאַרבינדן מיט דער קאַריערע פֿון אַ מוזיקער. מײַן זיידע בנימין איז געווען אַן אַגענט פֿאַר דער "זינגער ניי־מאַשין־פֿירמע". ער האָט די מאַשינען פֿאַרקויפֿט אויף באָרג און מע האָט דאָס געלט אים געדאַרפֿט אויסצאָלן ראַטעסווײַז. פֿאַר אַזאַ איידעלער נשמה ווי מײַן זיידע, איז די אַרבעט נישט געווען אַזאַ צוגעפּאַסטע: קונים זענען אים געבליבן שולדיק געלט און די פֿירמע האָט אים געסטראַשעט, אָדער ער זאָל אַליין באַצאָלן פֿאַר דער מאַשין אָדער ער זאָל די ניי־מאַשין צוריקנעמען און לאָזן די משפּחה אָן פּרנסה. אַזוינע פּריקרע און טרויעריקע סיטואַציעס האָבן זיך נישט איין מאָל געטראָפֿן. מע וואָלט זיכער געקענט אָנשרײַבן אַן עסיי וועגן דער "׳זינגער ניי־מאַשין׳ אין דער ייִדישער געשיכטע", אָדער אַפֿילו אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַזאַ גרויסע השפּעה האָט די טעכנאָלאָגיע געהאַט אין דער עקאָנאָמיע פֿון די ייִדן, נישט נאָר אין דער אַלטער היים, נאָר אויך אין דער "נײַער" היים, אַמעריקע. וואָס פֿאַר אַ ייִדישע משפּחה קען נישט דערציילן אַן אַנעקדאָט פֿון אַ "זינגער" ניי־מאַשין? הײַנטיקס יאָר מערקט מען אָפּ צוויי דאַטעס אין שײַכות מיט אײַזיק זינגער און זײַן ניי־מאַשין: ער איז געבוירן געוואָרן אין פּיטסטאָן, ניו־יאָרק, דעם 27סטן אָקטאָבער, 1811; דאָס הייסט, פּונקט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק; און אין 1851, מיט 160 יאָר צוריק, האָט ער אַנטוויקלט דעם ערשטן מוסטער פֿאַר זײַן פּאָפּולערער ניי־מאַשין. חיים וואָלף איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס אין ניו־יאָרק. פֿון צײַט צו צײַט טרעט ער אויף, שפּילט, גיט קאָנצערטן. דער בחור, אויב מ׳קען אַ מענטש אין די פֿופֿציקער נאָך אַלץ רופֿן בחור, איז הויך און שלאַנק, פֿאַרמאָגט אַ פֿײַן שטימעלע צום זינגען און איז גרייט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אָבער דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. מיר פֿאַרמאָגן נאָר איין ייִדישן טעאַטער, און נישט איין מאָל שפּילט מען דאָרט "ייִדיש טעאַטער" אויף ענגליש. צווישן די טויזנטער מיט טויזנטער ייִדישע פּיעסעס און מיוזיקלס, איז דער אָפּקלײַב ניט אַלע מאָל אַ געלונגענער. לאָמיר האָפֿן מיטן נײַעם אײַנפֿלוס פֿון דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָרשע ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט פֿאַרלאָזט דעם ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל און אָנגענומען אַ שטעלע אין דער "פֿאָלקסבינע", וועט זיך נעמען דאָרט רוכעווען מיט עכט ייִדיש טעאַטער. צוריק צו חיים וואָלפֿן, וועלכער האָט געגעבן זײַן קאָנצערט אין מיטן אָקטאָבער אין דער שיינער געבײַדע פֿון ייִוואָ, אין פּרעכטיקן זאַל וואָס זיי פֿאַרמאָגן. חיים איז ממש געוואַקסן אין זײַן אָפּקלײַב פֿון ייִדישן מאַטעריאַל. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, אַלע אויסגעהונגערטע צו הערן אַ ייִדיש וואָרט אין דער וויכטיקסטער ייִדישער אינסטיטוציע, וווּ דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר דזשאָנאַטאַן ברענט איז גרייט צוריקצוברענגען די ייִדישע פּאָזיציע אין ייִדישן לעבן. צווישן די גרויע קעפּ איז אויך בײַגעווען אַ ייִנגערער דור. מיטגעהאַלטן זינגען גאַנצע קופּלעטן דעם זינגער מיט זײַן וווּנדערלעכן אַקאָמפּאַניסט הערב קאַפּלאַן. זיי זײַנען געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן לידער־רעפּערטואַר און געהאַט גרויס הנאה פֿון חיימס אויפֿטריט. אויב איר ווייסט נישט ווי צוצוגרייטן בלעטערקרויט (kale), מעגט איר זיך אויסלערנען, ווײַל דאָס גרינס האָט אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמינען K און C, און קאַלציום. אַזוי ווי שפּינאַט, ווערן די בלעטער אָבער אײַנגעשרומפּן נאָכן קאָכן, הייסט עס, אַז צוויי גאַנצע בינטלעך וועלן סטײַען פֿאַר בלויז דרײַ אָדער פֿיר מענטשן. 2 בינטלעך בלעטערקרויט 2 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 רויטע ציבעלע, אין דינע רעפֿטלעך 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 1/8 לעפֿעלע שאַרפֿע רויטע פֿעפֿער־שופּן 1 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק 1/4 לעפֿעלע זאַלץ וואַרפֿט אַרויס די האַרטע טיילן פֿון דער בלעטערקרויט. פּאַרעט אָדער קאָכט אָפּ די אָפּגעריסענע בלעטער אין אַ צוגעדעקטן טאָפּ זודיק וואַסער, ביז זיי ווערן ווייך — בערך 5—6 מינוט. זיפּט אָפּ די בלעטער. |