|
אַ זײַט פֿון זאַקאַריאַ אַל־קאַזוויניס ווערק |
|
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דזשיימס סקאָט, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַם יעיל־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאָר אינטערעסאַנט בוך מיטן נאָמען "די קונסט פֿון נישט האָבן קיין רעגירונג: אַן אַנאַרכיסטישע געשיכטע פֿונעם באַרג־ראַיאָן אין דער דרום־מיזרחדיקער אַזיע". דער מחבר דערציילט וועגן דעם סאָציאַלן שטייגער, וואָס הערשט אינעם גרויסן באַרג־מאַסיוו, וועלכער נעמט אַרום דעם צפֿונדיקן טייל פֿון אינדיע, כינע, וויעטנאַם, טײַלאַנד און קאַמבאָדיע, אַ גרויסן טייל פֿון לאַאָס, דעם שטאַט שאַן אין בירמע און געוויסע שטחים אין אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און טיבעט.
דער דאָזיקער ראַיאָן איז באַקאַנט מיטן נאָמען זאָמיע. איר וועט נישט געפֿינען אַזאַ לאַנד אויף די פּאָליטישע מאַפּעס פֿון דער וועלט; אַדרבה, די אײַנוווינער פֿון זאָמיע אָנערקענען נישט קיין אָפֿיציעלע גרענעצן. זיי וואַרפֿן אָפּ סיסטעמאַטיש די אָפֿיציעלע מאַכט־אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט די שטײַערן, צאָל־אַמט און אַרמיי־פּריזיוו. סקאָט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן פֿירט זיך שוין במשך פֿון הונדערטער יאָר ווי אַ מין אַנאַרכיסטיש לאַנד; די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זאָגט זיך כּסדר אָפּ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ציוויליזאַציע, כּדי אָפּצוהיטן זייער פֿרײַהייט און אומאָפּהענגיקייט.
אַ סך אײַנוווינער פֿון זאָמיע פֿירן אַ שטרענג־עגאַליטאַרן לעבנס־שטייגער. זיי האָבן נישט קיין אויטאָריטאַרע פֿירער און, אין אַ צאָל ראַיאָנען, באַקעמפֿן זיי שטאַרק די חילוקים צווישן די קלאַסן און פֿירן אַ קאָמונאַל לעבן. סקאָט האַלט, אַז זאָמיע איז דער גרעסטער און דער עלטסטער ראַיאָן אין דער הײַנטיקער וועלט, וווּ די מענטשן לעבן אינעם שאָטן פֿון די מלוכות, אָבער ווילן בשום־אופֿן נישט זײַן אַ טייל פֿון דער אָפֿיציעלער סיסטעם.
דאָס לעבן אין די הויכע, ווילדע בערג אין נישט גרינג; די איזאָלאַציע דערלויבט אָבער די מענטשן אינעם ראַיאָן אויסצומײַדן כּמעט אינגאַנצן די השפּעה פֿון דער רעגירונג.
סקאָטס בוך האָט אַרויסגערופֿן אַ ריי דעבאַטן אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. נישט אַלע פֿאָרשער זענען מסכּים מיט זײַנע אויספֿירן. אַ טייל קריטיקער האַלטן, אַז די אײַנוווינער פֿון זאָמיע געפֿינען זיך אין אַ געוויסער פֿאַרבינדונג מיט די אַרומיקע מלוכות, הגם ס׳איז קלאָר, אַז זיי שטרעבן צו לעבן מער־ווייניקער אומאָפּהענגיק.
סקאָט רופֿט צו פֿאָרשן אַנדערע "ווילדע" ראַיאָנען פֿון אונדזער פּלאַנעט — צום בײַשפּיל, אין געוויסע טיילן פֿון אַפֿריקע — וווּ די מענטשן לעבן אויף אַ באַזונדערן שטייגער, ווײַט פֿון דער אָפֿיציעלער מאַכט.
בערך אין דער זעלבער צײַט, ווען סקאָט האָט געגרייט זײַן בוך צום דרוק, האָט די ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע "שבֿי ישׂראל", וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט זוכן די פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים, דורכגעפֿירט אַ גאַנצע קאַמפּאַניע, כּדי דאָס ישׂראלדיקע רבנות זאָל אָנערקענען דעם שבֿט "בני־מנשה" אין אינדיע ווי אייניקלעך פֿון ייִדן.
"בני מנשה" איז אַ רעלאַטיוו גרויסע גרופּע פֿון אַרום 9 טויזנט מענטשן, וועלכע גלייבן, אַז זיי שטאַמען פֿונעם שבֿט־מנשה — איינער פֿון די לעגענדאַרע פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים. זיי זענען אַ טייל פֿונעם באַרג־פֿאָלק זאָמי, נאָך וועלכן דער דערמאָנטער ראַיאָן אין דזשיימס סקאָטס בוך הייסט זאָמיע.
ס׳רובֿ היסטאָריקער האַלטן, אַז "בני־מנשה" שטאַמען פֿון מיזרח־אַזיע, אָבער האָבן זיך אַמאָל באַזעצט אין צפֿון־אינדיע — אַ טייל פֿון דער דערמאָנטער זאָמיע — און זענען געוואָרן אַ טייל פֿונעם אָרטיקן בונטן עטניש־רעליגיעזן לאַנדשאַפֿט. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז דער דאָזיקער שבֿט האָט גאָרנישט געוווּסט פֿון ייִדישקייט ביזן 20סטן יאָרהונדערט, ווען די קריסטלעכע מיסיאָנערן האָבן זיי באַקענט מיט דער ביבל. אינעם יאָר 1951, האָט איינער אַ מיסיאָנער, מיטן נאָמען טשאַליאַנטאַנגאַ אָדער מעלאַ־טשאַלאַ געזען אין אַ חלום, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן "בני־מנשה" זיך אומצוקערן צו דער רעליגיע פֿון זייערע אָבֿות — ייִדישקייט.
ס׳רובֿ שבֿט־לײַט האָבן זיך ערנסט באַצויגן צו טשאַליאַנטאַנגאַס רוף, און אָנגעהויבן צו היטן געוויסע הלכות. אין די 1980ער יאָרן, האָט אַן אָרטיקער לערער מיטן נאָמען זײַטאַנטשונגי באַמערקט, אַז געוויסע אוראַלטע ריטואַלן פֿון זײַן שבֿט שטימען מיט די הלכות פֿון די קרבנות, וועלכע די ייִדן פֿלעגן ברענגען אינעם בית־המיקדש.
אינעם יאָר 2005, אונטער דער השפּעה פֿון "שבֿי ישׂראל", האָט דער ישׂראלדיקער הויפּט־רבֿ, שלמה עמר, אָנערקענט "בני־מנשה" ווי אייניקלעך פֿון ייִדן; במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר, האָבן 1,700 שבֿט־לײַט אימיגרירט פֿון אינדיע קיין ישׂראל. "שבֿי־ישׂראל" שטרעבט איצט מגייר צו זײַן דעם גאַנצן שבֿט כּהלכה, כּדי צו לייזן זייער ספֿקדיקן סטאַטוס.
|
... |
|
"בני־מנשה" איז נישט די איינציקע גרופּע פֿון אַזאַ מין. דאָס פֿאָלק לעמבאַ אין דרום־אַפֿריקע — אַרום 70,000 נפֿשות — גלייבן, אַז זיי שטאַמען פֿון ייִדן. הגם אַ סך לעמבאַ־לײַט זענען קריסטן אָדער מוסולמענער, היטן זיי שבת און כּשרות אויף זייער אייגענעם אופֿן, צייכענען אַ מגן־דוד אויף זייערע קבֿרים, מלן זייערע קינדער און באַטראַכטן זיך ווי אַ טייל פֿונעם אויסדערוויילטן פֿאָלק.
די גענעטישע שטודיעס האָבן געוויזן, אַז דאָס פֿאָלק לעמבאַ שטאַמט טאַקע יאָ, לכל־הפּחות אויף אַ גרויסער מאָס, פֿון ייִדן. נאָך מער, די גענעטיקער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז אין אַ געוויסער גרופּע צווישן די לעמבאַ, וועלכע פֿירט אויס די פֿונקציעס פֿון גײַסטיקע פֿירער, טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט דער ספּעציפֿישער גען, וועלכער דינט ווי אַ מאַרקער פֿון די כּהנים.
לעמבאַ רעדן אויף אַ צאָל שפּראַכן פֿון דער באַנטו־משפּחה, און זענען בעצם אַ טייל פֿון דער באַנטו־קולטור. די אַנדערע פֿעלקער אין דרום־אַפֿריקע באַטראַכטן זיי ווי "פֿרײַנדלעכע פֿרעמדע". דאָס הייסט, אַז זייערע שכנים ווייסן, אַז לעמבאַ שטאַמען פֿון אַן אַנדער ראַיאָן, אָבער אָנערקענען זיי ווי אייגענע מענטשן און שאַצן הויך אָפּ דעם טאַלאַנט פֿון די לעמבאַ־לײַט צו מינערײַ, מעטאַל־באַאַרבעטונג און מעדיצינישע קענטענישן.
אינעם נײַנטן יאָרהונדערט, האָט אַ מיסטעריעזער ייִדישער סוחר מיטן נאָמען אלדד דערקלערט, אַז ער שטאַמט פֿונעם שבֿט־דן, און דערציילט אַ ריי מעשׂיות וועגן די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, וועלכע האָבן געלעבט, לויט זײַנע ווערטער, אין געוויסע פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען פֿון אַפֿריקע אָדער אַזיע. אלדד־הדני האָט באַזוכט בבֿל (פּערסיע), טוניס און שפּאַניע, דערציילנדיק די אָרטיקע ייִדן וועגן דעם לעבנס־שטייגער פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים.
אַ סך גרויסע רבנים, בתוכם רש״י און ראבֿ״ד, האָבן אָנגענומען אלדד־הדניס מעשׂיות ווי אויטענטישע; אבן־עזרא און אַ צאָל אַנדערע ראשונים האָבן זיי אָבער אָפּגעוואָרפֿן און אַפֿילו חוזק געמאַכט פֿון זיי. אַזוי צי אַזוי, זענען די פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונגען פֿון אלדד־הדני געווען זייער פּאָפּולער בײַ ייִדן במשך פֿון הונדערטער יאָרן און זענען געווען פֿאַרשפּרייט אויך אין ייִדישע איבערזעצונגען.
צווישן אַלע שבֿטים אין אלדד־הדניס מעשׂה איז באַזונדערס אינטערעסאַנט דער שבֿט פֿון בני־משה, וועלכע לעבן אויף יענער זײַט פֿונעם לעגענדאַרן טײַך סמבטיון. לויט אלדדן — אָדער לויט דער דערציילונג, וואָס דאָס פֿאָלק האָט שפּעטער צוגעשריבן צו אלדדן — איז ערגעץ אין דער וועלט פֿאַראַן אַ לאַנד, באַוווינט פֿון משה רבינוס אייניקלעך, וווּ עס הערשט אַ מין קאָמונאַלע אָדער אַפֿילו אַן אַנאַרכיסטיש־קאָמוניסטישע געזעלשאַפֿט (מיינענדיק אַן עכטע קאָמונע און נישט, חלילה, דעם פֿאַלשן סאָוועטישן "קאָמוניזם"). די בני־משה זענען אַלע גלײַך צווישן זיך און האָבן נישט קיין רעגירונג און באַדינער; זיי באַאַרבעטן די ערד צוזאַמען און פֿאַרמאַכן קיינמאָל נישט די טירן פֿון זייערע הײַזער, ווײַל צוליב זייער סאָציאַלער גלײַכקייט און הויכן מאָראַלישן ניוואָ זענען אין זייער לאַנד נישטאָ קיין גנבֿים. אויב עמעצער לאָזט עפּעס איבער אין אַ פֿעלד, וועט קיינער עס נישט צונעמען.
אין דער "ייִדישער ענציקלאָפּעדיע" שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז די מעשׂה וועגן בני־משה איז אַ קאָמוניסטישע אוטאָפּיע. געוויסע עלעמענטן אין אלדד־הדניס דערציילונג מאַכן טאַקע אַן אײַנדרוק פֿון אַן אוטאָפּישער אויסטראַכטעניש. לויט דער לעגענדע, איז אינעם לאַנד פֿון בני־משה נישטאָ קיין טרייפֿענע און סכּנותדיקע חיות, און אַלע מענטשן זענען געזונט, ווײַל זיי זינדיקן נישט. צוליב דעם, האָט דער באַקאַנטער חסידישער זינגער און אָריגינעלער שרײַבער יום־טובֿ ערלעך אויסגעדריקט אַן אומגעוויינטלעכע מיינונג, אַז בני־משה לעבן אין שאַמבאַלאַ — אַ מיסטיש לאַנד, וואָס פֿיגורירט אין די טיבעטיש־בודיסטישע לעגענדעס — און פֿליִען, נישט מער און נישט ווייניקער, אויף די "פֿליִענדיקע טעלערס". ערלעכס "אופֿאָלאָגישע" טעאָריע (פֿונעם וואָרט UFO) ווערט באַשריבן אויף ייִדיש, אין זײַן ביכל "קול מבֿשׂר".
ערלעך איז נישט געווען דער ערשטער שרײַבער, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט פֿאַנטאַסטיק און די מעשׂיות וועגן די פֿאַרשוווּנדענע עשׂרת־השבֿטים. אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט זאַקאַריאַ אַל־קאַזוויני, אַ פּראָמינענטער פּערסישער וויסנשאַפֿטלער און שרײַבער, דערלקערט, אַז דער איסלאַמישער נבֿיא, מוכאַמאַד, האָט שטאַרק געלויבט דעם שבֿט פֿון בני־משה פֿאַר זייער קאָמונאַלן געזעלשאַפֿטלעכן לעבנס־שטייגער. אַל־קאָזוויני באַמערקט, אַז אין אַ געוויסן פּסוק פֿונעם קאָראַן לויבט מוכאַמאַד "די צדיקים צווישן דעם פֿאָלק פֿון משה".
געוויינטלעך, ווערט דער דאָזיקער אויסדרוק אָפּגעטײַטש אין דער איסלאַמישער טראַדיציע ווי אַ פּאָזיטיווער אָפּרוף וועגן ייִדן און ייִדישקייט בכלל. לויט אַל־קאַזוויני, האָט מוכאַמאַד געמיינט דווקא די "קאָמוניסטישע" בני־משה, און גערופֿן די מוסולמענער אָנצונעמען די זעלבע אידעאַליסטיש־אוטאָפּישע סיסטעם. אַל־קאַזוויני איז אויך געווען איינער פֿון די ערשטע שרײַבער־פֿאַנטאַסטן אין דער וועלט; ער האָט אָנגעשריבן אַ ראָמאַן וועגן אַן אײַנוווינער פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט, וועלכער האָט באַזוכט אונדזער ערד.
אַז מע טראַכט זיך אַרײַן, קלינגט אַל־קאַזוויניס אָפּטײַטש פֿונעם קאָראַן זייער טשיקאַווע, אויב מע ווענדט זי אָן צו דער הײַנטצײַטיקער פּאָליטיק. עס באַקומט זיך, אַז דער איסלאַמישער נבֿיא מוכאַמאַד איז געווען נתפּעל... פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן. ס׳איז אויך טשיקאַווע, אַז אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר ווערן די ייִדן אויף יענער זײַט פֿונעם טײַך סמבטיון אָנגערופֿן "רויטע ייִדעלעך"; ווײַזט אויס, אַז זיי זענען "רויט" אויך אינעם פּאָליטישן זין.
ערנסט גערעדט, מוז מען נישט אָפּוואַרפֿן אלדדס דערציילונג ווי אַן אויסטראַכטעניש. אַרכאַיִשע קאָמונעס פֿון יעגערס און פֿרוכט־קלײַבערס זענען געווען ברייט פֿאַרשפּרייט מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, און זענען נאָך אַלץ בנימצא אין אַפֿריקע, דרום־אַמעריקע און אַזיע. צוויי דערמאָנטע גרופּעס, וועלכע האָבן, זעט אויס, עפּעס אַ שײַכות צו ייִדן — די "בני־מנשה" און דאָס לעמבאַ־פֿאָלק — זענען שטאַרק פֿאַרבונדן מיט קאָמונאַלער און כּמו־אַנאַרכיסטישער קולטור פֿון די באַרג־לײַט אין זאָמיע און אין דרום־אַפֿריקע.
די באַנטו־פֿעלקער האָבן אַנטוויקלט אַ גאַנצע פֿילאָסאָפֿיע פֿון קעגנזײַטיקער הילף און ברידערלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן, וואָס הייסט "אובונטו". דער באַרימטער רוסישער אַנאַרכאָ־קאָמוניסט פּיאָטר קראָפּאָטקין און אַנדערע לינקע דענקער ברענגען אָפֿט די אַפֿריקאַנער שבֿטים ווי אַ פּראַקטישן בײַשפּיל פֿון אַ ראַדיקאַל־סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט. מע קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז אַ גרופּע אײַנגעוואַנדערטע ייִדן אָדער אָרטיקע גרים האָט געקאָנט טאַקע פֿירן אַ קאָמונאַל לעבן, אַזוי ווי די אַנדערע "פּרימיטיווע" פֿעלקער אַרום דער וועלט.
אונדז, הײַנטיקע ייִדן, איז זיך שווער פֿאָרצושטעלן, ווי אַזאַ געזעלשאַפֿט האָט אויסגעזען — אויב זי האָט עקזיסטירט. עס קאָן זײַן, אַז די שוואַרץ־הויטיקע ייִדישע פֿרויען פֿלעגן זאַמלען פֿרוכטן לכּבֿוד שבת, לויפֿנדיק האַלב־נאַקעט איבערן דזשונגל, ווי דער שטייגער איז אין דער הייסער טראָפּישער אַפֿריקע, כּדי צו צעטיילן זייער גערעטעניש גלײַך צווישן די משפּחות פֿון זייער שבֿט. ווער ווייסט...
ווי עס ווײַזט דזשיימס סקאָטס בוך, איז אונדזער וועלט נאָך אַלץ פֿול מיט אַנטראָפּאָלאָגישע רעטענישן, שוין אָפּגערעדט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.