|
אײַזיק זינגער |
|
מײַן זיידע בנימין איז געווען אַן אַגענט פֿאַר דער "זינגער ניי־מאַשין־פֿירמע". ער האָט די מאַשינען פֿאַרקויפֿט אויף באָרג און מע האָט דאָס געלט אים געדאַרפֿט אויסצאָלן ראַטעסווײַז. פֿאַר אַזאַ איידעלער נשמה ווי מײַן זיידע, איז די אַרבעט נישט געווען אַזאַ צוגעפּאַסטע: קונים זענען אים געבליבן שולדיק געלט און די פֿירמע האָט אים געסטראַשעט, אָדער ער זאָל אַליין באַצאָלן פֿאַר דער מאַשין אָדער ער זאָל די ניי־מאַשין צוריקנעמען און לאָזן די משפּחה אָן פּרנסה. אַזוינע פּריקרע און טרויעריקע סיטואַציעס האָבן זיך נישט איין מאָל געטראָפֿן.
מע וואָלט זיכער געקענט אָנשרײַבן אַן עסיי וועגן דער "׳זינגער ניי־מאַשין׳ אין דער ייִדישער געשיכטע", אָדער אַפֿילו אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַזאַ גרויסע השפּעה האָט די טעכנאָלאָגיע געהאַט אין דער עקאָנאָמיע פֿון די ייִדן, נישט נאָר אין דער אַלטער היים, נאָר אויך אין דער "נײַער" היים, אַמעריקע. וואָס פֿאַר אַ ייִדישע משפּחה קען נישט דערציילן אַן אַנעקדאָט פֿון אַ "זינגער" ניי־מאַשין?
הײַנטיקס יאָר מערקט מען אָפּ צוויי דאַטעס אין שײַכות מיט אײַזיק זינגער און זײַן ניי־מאַשין: ער איז געבוירן געוואָרן אין פּיטסטאָן, ניו־יאָרק, דעם 27סטן אָקטאָבער, 1811; דאָס הייסט, פּונקט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק; און אין 1851, מיט 160 יאָר צוריק, האָט ער אַנטוויקלט דעם ערשטן מוסטער פֿאַר זײַן פּאָפּולערער ניי־מאַשין.
ווער איז געווען דער אײַזיק מעריט זינגער? עפּעס אַ ייִדישער אָדער האָט אין אים געפֿלאָסן, אָבער דורך וועמען און ווי אַזוי ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן איז נישט קלאָר. זיכער איז אָבער, אַז ער איז נישט אויפֿגעוואַקסן ווי אַ ייִד, און זײַנע קינדער און אייניקלעך האָבן קיין שום שײַכות מיט ייִדן נישט געהאַט. זײַן טאַטע אָדם האָט, אין דער אמתן, געהייסן רײַזינגער, און געווען אַ מילנער אין דײַטשלאַנד, איידער ער איז געקומען מיט זײַן פֿרוי רות קיין אַמעריקע אין 1803. נאָך דעם ווי דער טאַטע האָט זיך געגט און נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט, איז אײַזיק אַנטלאָפֿן צו 12 יאָר, צו זײַן ברודער אין ראָטשעסטער, ניו־יאָרק. דער עלטערער ברודער איז געווען אַ מעכאַניקער און דאָרטן האָט אײַזיק, צו ערשט, זיך אויסגעלערנט ווי צו בויען און באַאַרבעטן מאַשינען.
זינגער איז אויפֿגעוואַקסן און געוואָרן אַן אימפּאָזאַנטע פֿיגור — 6 פֿוס מיט 4 אינטשעס אין דער הייך. כאָטש ער האָט פֿאַרמאָגט אַ גוואַלדיקן קאָפּ אויף מאַשינען און מעכאַניק, האָט ער גיכער געוואָלט ווערן אַן אַקטיאָר. צום גליק, פֿאַר דער געשיכטע, האָט ער זיך נישט אויסגעצייכנט אויף דער בינע און איז צוריק געוואָרן אַ מעכאַניקער. ער איז נאָך נישט געווען קיין 30 יאָר אַלט, ווען ער האָט באַקומען זײַן ערשטן פּאַטענט פֿאַר אַן עקבער וואָס בויערט דורך שטיינער. צען יאָר שפּעטער האָט ער באַקומען נאָך אַ פּאַטענט פֿאַר אַ מאַשין, וואָס שניצט האָלץ און שנײַדט מעטאַל.
ער האָט צו 19 יאָר חתונה געהאַט צום ערשטן מאָל און געהאַט צוויי קינדער. דערנאָך איז ער געקומען אין דער שטאָט ניו־יאָרק און ווײַטער געאַרבעט ווי אַ מעכאַניקער. זינגער האָט געפֿירט ליבעס מיט פֿאַרשיידענע פֿרויען, און, סך־הכּל, געהאַט 20 "לעגאַלע" קינדער און 18 ממזירים. זעט אויס, אַז ער האָט געהאַט עטלעכע משפּחות אין פֿאַרשיידענע שטעט, און איין משפּחה האָט נישט געוווּסט פֿון דער צווייטער.
אין 1850 האָט מען בײַ אים געבעטן אָנצוקוקן אַ ניי־מאַשין, און עטלעכע טעג שפּעטער האָט ער שוין געבויט אַ פֿאַרבעסערטן נוסח. מיט זײַן מאַשין האָט מען געקענט נייען אויף אַלע טיילן פֿונעם מלבוש, און די נאָדל האָט געקענט נאָכגיין אַפֿילו ווען דער מאַטעריאַל איז נישט געווען גלײַך. בײַם אָנהייב האָט זײַן ניי־מאַשין זיך נישט גוט פֿאַרקויפֿט. מיט אַ פּרײַז פֿון 100$ האָט אַ געוויינטלעכע אַרבעטער־משפּחה זיך נישט געקענט פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס. די באַקלייד־אינדוסטריע האָט נאָך נישט עקזיסטירט צו יענער צײַט, און ווײַבער האָבן פּשוט גענייט די קליידער מיט נאָדל און פֿאָדעם, ווי אין די אַלטע גוטע צײַטן.
אָבער אין מיטן דעם 19טן יאָרהונדערט האָט די וועלט דורכגעלעבט אַן אינדוסטריעלע רעוואָלוציע, און מע האָט אָנגעהויבן בויען כּלערליי מאַשינען מיט זייער אַקוראַטע מעגלעכקייטן. זינגער איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די אַנטוויקלערס פֿון געווער, וועלכע האָבן געמאַכט רעוואָלווערס און ביקסן מיט אַ מילימעטרישער פּינקטלעכקייט. דערצו, האָט מען אײַנגעפֿירט דעם געדאַנק פֿון שאַפֿן מאַשינען מיט טיילן, וואָס מע קען לײַכט בײַטן, לויט דער באַדערפֿעניש פֿון דער אַרבעט, און זינגער האָט אינוועסטירט אַ סך געלט צו בויען ניי־מאַשינען מיט בײַטנדיקע טיילן — פֿאַר איין מין שטאָך האָט מען געקענט האָבן אַ ספּעציעלן טייל, און פֿאַר אַ קלענערן שטאָך — אַ צווייטן.
אין 1857 האָט ער געגרינדעט זײַן "זינגער און קאָמפּאַני" און געבויט מאַשינען פֿאַר 10$ אַ שטיק. מיט זײַן פֿינאַנציעלן שותּף עדוואַרד קלאַרק האָבן זיי, אין 1863, געשאַפֿן די "זינגער מאַניופֿאַקטשורינג קאָמפּאַני". זינגער איז גיך רײַך געוואָרן און האָט זיך באַזעצט אין ענגלאַנד. אַ פֿאַבריק האָט זיך געעפֿנט אין גלאַזגאָו, ענגלאַנד, אין 1867.
אײַזיק זינגער האָט נישט "אַנטדעקט" די ניי־מאַשין. אין ענגלאַנד אין 1790 האָט מען שוין געהאַט געגעבן אַ פּאַטענט אויף דעם, און אין עסטרײַך — אין 1819; אין אַמעריקע — אין 1826, און אין פֿראַנקרײַך — אין 1830. דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער דערפֿינדער עליאַס האַוו האָט געבויט אַן ענלעכע ניי־מאַשין און געפֿירט אַ פּראָצעס קעגן זינגער און געוווּנען אַ סך געלט ווי אַ שטראָף. אין 1860 איז זינגער געוואָרן דער גרעסטער פֿאַרקויפֿער פֿון ניי־מאַשינען און איז געשטאָרבן אין ענגלאַנד אין 1875.
היסטאָריקער פֿון טעכנאָלאָגיע באַמערקן, אַז די זינגער־פֿירמע האָט געפֿילט אַ שליחות צו פֿאַרקויפֿן זייערע מאַשינען, כּדי צו פֿאַרלײַכטערן די אַרבעט פֿון מענער און פֿרויען, און צו געבן יעדן מענטש די מעגלעכקייט צו פֿאַרדינען אין דער היים. עס דערמאָנט זיך די סצענע אין "טבֿיה דער מילכיקער", ווען דער צוקונפֿטיקער איידעם, מאָטל קאַמזויל, דערציילט טבֿיהן, אַז ער האָט געוואַרט חתונה צו האָבן מיט זײַן טאָכטער, ביז ער האָט אָנגעזאַמלט גענוג געלט צו קויפֿן אַ ניי־מאַשין כּדי צו פֿאַרדינען אויף חיונה.
און די קינדער און אייניקלעך פֿון אײַזיק זינגער; וואָס איז געשען מיט זיי? ווינאַרעטאַ זינגער, דאָס צוואַנציקסטע קינד, האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿראַנצויזישן פּרינץ, און געווען אַ וויכטיקער פּאַטראָן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר עריק סאַטי. איר ברודער פּאַריז זינגער, האָט געהאַט אַ קינד מיט דער טענצערין איזאַדאָראַ דונקאַן.
דער דעזײַן פֿון דער זינגער ניי־מאַשין האָט שוין איבערגעלעבט עטלעכע גילגולים, און מע קען מיט זיי אָנפֿילן אַ מוזיי געווידמעט דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע און אינדוסטריע במשך פֿון די לעצטע 150 יאָר. אויף דער וועבזײַט פֿון דער זינגער־פֿירמע, זאַמלט מען, לכּבֿוד די יוביליי־דאַטעס, משפּחה־אַנעקדאָטן וועגן דער ראָלע פֿון דער זינגער ניי־מאַשין, און עטלעכע הונדערט אַזוינע מעשׂיות פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און קולטורן האָבן זיך דערווײַל אָנגעזאַמלט. די זינגער ניי־מאַשין האָט אַ פּנים פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אין לעבן, נישט נאָר בײַ ייִדן, נאָר בײַ מענטשן אויף דער גאָרער וועלט.