ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Nieme dusze?
Kobiety w kulturze jidysz.
Red. Joanna Lisek. Wroclaw, 2010

שטומע נשמות? פֿרויען אין דער ייִדיש־קולטור.
רעד. יאָאַנאַ ליסעק, ווראָצלאַוו (ברעסלע), 2010


אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז פּוילן געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישע לימודים בכלל, און פֿון שטודיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט. עס איז נאַטירלעך, אַז די אינטערעסן פֿונעם נײַעם דור פּוילישע פֿאָרשער געהערן צו דעם פּוילישן ייִדנטום, און עס איז אויך נאַטירלעך, אַז זייער געדאַנקען־גאַנג ווערט באַווירקט דורך די הײַנטצײַטיקע מערבֿדיקע טעאָרעטישע שטרעמונגען. ביידע טענדענצן ווערן בולט פֿאָרגעשטעלט אינעם נײַעם וואָגיקן זאַמלבוך פֿון אַרטיקלען וועגן פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

דאָס בוך איז אַ פּועל־יוצא פֿון צוויי אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און נעמט אַרײַן צוואַנציק רעפֿעראַטן, וואָס דעקן בערך פֿיר הונדערט יאָר פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע — פֿון סאַמע סוף 16טן יאָרהונדערט (קאַטאַזשינאַ שורמיאַק וועגן דער געשטאַלט פֿון ייִדישער פֿרוי אין "בראַנטשפּיגל") ביז די 1950ער יאָרן. דער טעמאַטישער דיאַפּאַזאָן איז אויך אַ ברייטער׃ פֿון ליטעראַטור און שפּראַך צו רעליגיע, טעאַטער, מאָלערישער קונסט און פּאָליטיק.

אין הסכּם מיט דער הײַנטיקער פֿעמיניסטישער טעאָריע, פֿאָרמולירט אַגניעשקאַ יאַגאָדזיאַנסקאַ דעם פֿאָרשערישן צוגאַנג צו דעם מאַטעריאַל׃ "ניט סתּם באַשטימען דעם ׳געשלעכט׳ פֿון דעם אָדער יענעם מקור, נאָר אויך קענען אויסטײַטשן דעם באַטײַט פֿון אַזאַ מין אינפֿאָרמאַציע". דער פֿאַרנעם פֿון מקורים, וואָס ווערן באַטראַכט פֿונעם דאָזיקן שטאַנדפּונקט, נעמט אַרײַן סײַ ליטעראַרישע טעקסטן אויף ייִדיש, סײַ די ווערק פֿון קונסט, היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון פֿאַרשידענע מינים, פּרעסע און פֿאָלקלאָר.

עטלעכע שטודיעס זײַנען געווידמעט די באַקאַנטע און ניט־אַזוי־באַקאַנטע פֿרויען׃ די דיכטערינס ציליע דראַפּקין (אַגניעשקאַ לעגוטקאָ), אירענאַ קלעפּפֿיש (בעלאַ שוואַרצמאַן־טשאַרנאָטאַ) און הדסה רובין (מאַגדאַלענאַ רוטאַ), דער פֿאָרשערין פֿון פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע רעגינאַ ליליענטאַל (פּיאָטר גראָנציקאָווסקי) און אסתּר ראָזנטאַל־שנײַדערמאַן, דער מחברין פֿון זכרונות וועגן איר לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (יאָאַננאַ נאַליווײַקאָ־קוליקאָוו).

אין דעם גרעסטן אַרטיקל (פֿון קאַראָלינאַ שימאַניאַק) גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי עס ווערט באַהאַנדלט דער פֿרויען־ענין אין דער ייִדישער ליטעראַרישער קריטיק. צום אָנהייב, ברענגט שימאַניאַק אַ טשיקאַווע באַמערקונג פֿון שמואל ניגערס טאָגבוך וועגן דער "ווײַבערלעכער" נאַטור פֿון ליטעראַרישער קריטיק, וואָס איז "פּאַסיוו" און "נאָכמאַכעריש", להיפּוך צו דער קונסט גופֿא, וואָס איז אַקטיוו, שעפֿעריש און דערפֿאַר "מענלעך". דאָס אילוסטרירט דעם טעזיס וועגן דעם, אַז די געשלעכטלעכע סטערעאָטיפּן שטעקן זייער טיף אין אַלע חקירות פֿון דער ייִדישער קולטור.

שימאַניאַקס אַנאַליזירט פּרטימדיק די דיסקוסיע וועגן דער דיכטונג פֿון פֿרויען, וואָס האָט סוף־1920ער יאָרן אויפֿגעפֿלאַקערט אין וואַרשע אַרום די פּאָעטישע זאַמלונגען פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און מלכּה חיפֿץ־טוזמאַן. פֿון דער מענערישער זײַט איז אַרויס מלך ראַוויטש מיט אַן אַרטיקל "מיידלעך, פֿרויען, ווײַבער" אין די "ליטעראַרישע בלעטער" (1927). ווי עס דערווײַזט שימאַניאַק, האָט ראַוויטש געפּרוּווט צו "נייטראַליזירן" די "ווײַבערישקייט" פֿון דער פֿרויען־ליריק. ראַוויטשן האָט דערווידערט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, וואָס האָט אים באַשולדיקט אין אַ נטיה צו "קאָלעקטיוויזאַציע און פּאָליגאַמיע", ווײַל ער, ווי דאָס רובֿ מענער, האָט באַהאַנדלט די "פֿרויען־ליריק" הורטאָם, אַנשטאָט צו באַטראַכטן די דיכטערינס אינדיווידועל.

דער דאָזיקער וויכּוח האָט באַקומען המשך אין אַ יאָר אַרום, ווען עס איז אַרויס עזרא קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע "ייִדישע דיכטערינס". דאָס דאָזיקע בוך, האַלט שימאַניאַק, "האָט געגעבן דעם ענין פֿון פֿרויען־ליטעראַטור אַ שטופּ איינצײַטיק אין צוויי ריכטונגעגן — סײַ צום גוטן, סײַ צום שלעכטן". די שיין אַרויסגעגעבענע אַנטאָלאָגיע האָט צוגעצויגן מער אוויפֿמערק צו דער פּאָעטישער שעפֿערישקייט פֿון פֿרויען און פֿאַרפֿעסטיקט דעם "הורטאָוונעם" סטערעאָטיפּ "פֿרויען־ליטעראַטור".

בײַ דער גאַנצער טעמאַטישער פֿילזײַטיקייט און כראָנאָלאָגישער ברייטקייט פֿונעם זאַמלבוך פֿעלט אין "שטומע נשמות" איין וויכטיקער זשאַנער׃ דער ייִדישער ראָמאַן. מען דערמאָנט די גרעסטע ייִדישע ראָמאַניסטן, אַזעלכע ווי אַש, בערגעלסאָן, אָפּאַטאָשו נאָר פֿאַרבײַגייענדיק. די ראָמאַנען, וואָס האָבן שטאַרק באַווירקט די אויספֿורעמונג פֿון די פֿרויען־געשטאַלטן אין דער ייִדישער קולטור, פֿון שלום עליכמס "סטעמפּעניו" און מרדכי ספּעקטאָרס "ייִדישע טעכטער" ביז בערגעלסאָנס "נאָך אַלעמען", אַשס "מערי" און "די מוטער", ווערן בכלל ניט באַרירט. ניט דערמאָנט ווערן אויך אַ צאָל וויכטיקע ייִדישע שרײַבערנס, וואָס האָבן געשריבן דווקא וועגן פּוילן׃ לילי בערגער, חה ראָזענפֿאַרב און מרים ראַסקין.

מען קאָן אַוודאי מיט רעכט דערקלערן די דאָזיקע בלויזן מיט דעם גרויסן פֿאַרנעם פֿון דער טעמע. אָבער דער קנאַפּער אינטערעס צו דער ייִדישער פּראָזע, און בפֿרט צו דעם ראָמאַן־זשאַנער, איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַר פּוילן. אמת, די ייִדישע ראָמאַנען זײַנען לאַנג, צומאָל נודנע, און אָפֿטמאָל ניט פֿון דער העכסטער ליטעראַרישער קוואַליטעט. אָבער אַ בוך מיט אַן אונטערטיטל "פֿרויען אין דער ייִדיש–קולטור" דאַרף דאָך נעמען אין באַטראַכט די רײַכע און קאָלירפֿולע גאַלעריע פֿון ווײַבערישע געשטאַלטן אין די קאַנאָנישע ווערק פֿון דער פּויליש־ייִדישער ליטעראַטור, פֿון עוזר וואַרשאַווסקי און אַלטער קאַציזנע, יהושוע פּערלע, און על אחת כּמה וכמה פֿון שלום אַש!

די ייִדישע ליטעראַטור עפֿנט פֿאַר דער פֿעמיניסטישער פֿאָרשונג גוואַלדיקע האָריזאָנטן. דאָס איז אַן אייגנאַרטיקער מין ליטעראַטור, וואָס דער "פֿרויען־ענין" האָט אין איר פֿונעם סאַמע אָנהייב אָן פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט, נאָך איידער די פֿעמיניסטישע טעאָריע איז געבוירן געוואָרן. און עס וואָלט געווען אפֿשר ניט אין גאַנצן יושרדיק צו זײַן חושד אַלע מחברים פֿונעם מענלעכן געשלעכט אין מאַנצבילישן שאָוויניזם, ווײַל די בעסטע און שענסטע ליטעראַרישע געשטאַלטן פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען געשאַפֿן געוואָרן טאַקע דורך אַ מאַן, דוד בערגעלסאָן.

די פֿעמיניסטישע קריטיק האָט שוין קונה־שם געווען ווי איינע פֿון די סאַמע דינאַמישע און אָריגינעלע צווײַגן פֿון ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. עס איז דערפֿאַר זייער וויכטיק, אַז דער דאָזיקער צוגאַנג זאָל זיך ווײַטער אַנטוויקלען, אָבער עס איז אויך וויכטיק, אַז מען זאָל זיך באַפֿרײַען פֿון אייגענע סטערעאָטיפּן. און עס איז דאָ אַ סימן צו האָפֿן, אַז דווקא אין פּוילן וועט זיך שאַפֿן אַ נײַע אייגנאַרטיקע שיטה פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג. די פֿראַגע איז, ווי אַזוי מאַכט מען זי צוטריטלעך פֿאַר דעם ברייטערן עולם אויף ענגליש?