קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
מיר באַדאַנקען און באַגלייטן אויף "פּענסיע" אונדזער פֿרײַנד, יצחק לודען, אָבער מיר געזעגענען זיך נישט מיט אים. ער בײַט נאָר דעם סטאַטוס — פֿון אַ שטענדיקן אויף אַ פֿרײַוויליקן מיטאַרבעטער.
מיר ווינטשן אים געזונט און כּוח אָנצוגיין ווײַטער מיט זײַן אַקטיווער שאַפֿערישער אַרבעט לכּבֿוד דעם ייִדישן וואָרט.
רעדאַקציע: באָריס סאַנדלער, איציק גאָטעסמאַן, שׂרה־רחל שעכטער, יואל מאַטוועיעוו, אלעזר קאַץ, מרים האָפֿמאַן, גענאַדי עסטרײַך, מיכאל קרוטיקאָוו, לעאָניד ראַכמאַן, באָריס בודיאַנסקי, קאַרינאַ פֿאַלב, רות סאָלאָמאָן
ווי אויסטערליש זײַנען די וועגן פֿון יעדן איינעמס גורל: ווי נאָר איך האָב זיך צוגעזעצט צו מײַן קאָמפּיוטער מיט דער כּוונה צו שרײַבן וועגן דעם טויש פֿון דורות און צו געזעגענען זיך מיט די לייענער פֿון מײַן קאָלום אין "פֿאָרווערטס", זײַנען מיר אַנטקעגנגעקומען צוויי קעגנזעצלעכע בשׂורות — איינע פֿון די פֿיליפּינען און די אַנדערע פֿון אויסטראַליע. די ערשטע, וואָס דערציילט וועגן דעם געבורט פֿון דעם 7־מיליאַרדיקסטן קינד, וואָס מאַכט נאָך ענגער די באַפֿעלקערונג פֿון דער וועלט. האָט דאָך די זעלבע וועלט ערשט מיט צוועלף־דרײַצן יאָר צוריק, אין יאָר 1999, אָפּגעמערקט מיט שרעק דאָס געבוירן ווערן פֿון דעם 6סטן מיליאַרד נפֿשל, וואָס האָט אויסגעברייטערט מיט נײַע מיליאָנען דעם פֿאַרכּישופֿטן קרײַז פֿון נויט און הונגער, צוזאַמען מיטן קאָלאָסאַלן טעכנאָלאָגישן פֿאָרשריט פֿון דער מענטשהייט.
איז, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דאָס נײַ־געבוירענע עופֿהלע אין די פֿיליפּינען מיטן באַשלוס פֿון אַ ייִדישן זשורנאַליסט אַרויסצוגיין אויף פּענסיע? איך האָב טאַקע געמיינט צו שרײַבן וועגן דעם טויש פֿון דורות, אַז אויך אַ זשורנאַליסט, אַ טאָפּלטער פּענסיאָנער, דאַרף אָפּטרעטן די אַרענע פֿאַר דעם ייִנגערן דור, און אַז אויך אַ זשורנאַליסט, אַזוי ווי אַ ספּאָרטלער, אָדער אַ בינע־אַקטיאָר, דאַרף וויסן ווען אַראָפּצוגיין פֿון דער בינע און זי פֿרײַ מאַכן פֿאַר זײַנע יורשים.
נו, קען הײַנט אַ ייִדישער זשורנאַליסט דערוואַרטן פֿון דעם נײַ־געבוירענעם פֿיליפּינערל זײַן קומענדיקן פּאָטענציעלן יורש? און אפֿשר טאַקע יאָ? לאָמיר זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרווײַלן מיט דער אילוזיע פֿון אַזאַ מין מעגלעכקייט. האָבן מיר דאָך שוין אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש, אַ יאַפּאַנער אין טאָקיאָ, און אויך אַזעלכן, אַ קאָרעאַנער אין ישׂראל, אין דער צײַט ווען דער פּאָטענציאַל בײַם ייִדישן נאָכוווּקס איז אַזוי אָרעם אין דער ייִדיש־וועלט...
די צווייטע בשׂורה, וואָס איז נוגע מײַן באַשלוס צו ווערן צום צווייטן מאָל, און מיט אַ שטאַרקן באַדויער, אַ פּענסיאָנער פֿונעם "פֿאָרווערטס", איז געקומען, ווי געזאָגט, אויך הײַנט, דעם זעלבן טאָג ווען איך שרײַב אָט די שורות — דאָס מאָל פֿון דער ייִדיש־וועלט, אָבער פֿון אויסטראַליע. זי איז געקומען פֿון אַ קאָלעגיאַלן בליץ־בריוו, אויף וועלכן איך האָב זיך אָנגעטראָפֿן עפֿענענדיק די עלעקטראָנישע פּאָסט. דאָרט האָב איך געפֿונען דעם בריוו — נישט בלויז צו מיר, נאָר צו אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש — פֿון אַלעקס דאַפֿנער, דעם לייטער פֿון דער ייִדיש־אוידיציע בײַ דעם מלוכישן ראַדיאָ פֿון אויסטראַליע, וועלכער איז אויך דער פּרעזידענט פֿון "קדימה", דעם ייִדישן קולטור־אַנשטאַלט אין מעלבורן, וועלכער גרייט זיך צו פֿײַערן אין קומענדיקן יאָר דעם הונדערט־יאָריקן יובליי פֿון זײַן קיום.
אַ גאָר בכּבֿודיקער קײַלעכיקער יובֿל, וואָס פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין דער איצטיקער מאָדע פֿון יוביליי־פֿײַערונגען אין דער אָרעמער וועלט פֿון ייִדיש — נאָך די 100 יאָר ייִדיש־וועלטלעך שולוועזן און 9 יאָר "אויפֿן שוועל" אין אַמעריקע, 60 יאָר "אַרבעטער־רינג" און "לעבנס־פֿראַגן" אין ישׂראל, 90 יאָר ייִדיש־וועלטלעכע ציש״אָ־שולן אין פּוילן (וועט ווערן אָפּגעצייכנט אין קומענדיקן נומער "לעבנס־פֿראַגן"), 15 יאָר "ייִדישע העפֿטן" אין פּאַריז, א"אַנד.
מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק, ווען עס האָט נאָך עקזיסטירט דער "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש", האָט מען געפּראַוועט פֿעסטיוואַלן און טרומייטערט מיטן "רענעסאַנס פֿון ייִדיש" — ביז דער פּאַראַליזירונג פֿון דער "נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור", וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן נאָכן אַדורכפֿירן אין דער כּנסת דעם געזעץ "אָפּצוהיטן און אַנטוויקלען די ייִדיש־קולטור". די דאָזיקע "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ" געפֿינט זיך איצט אין ישׂראל אין דעם זעלבן לעטאַרגיע־שלאָף, אין וועלכן עס געפֿינט זיך שוין, להבֿדיל, איבער פֿינף יאָר דער געוועזענער פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל, אַריאל שרון...
* * *
אין דעם קאָמוניקאַט פֿון "קדימה" ווערן די ליבהאָבער און די שומרים פֿון ייִדיש גערופֿן אַרײַנצושיקן זייערע באַגריסונגען צום יובֿל פֿון "קדימה" אין די "מעלבורנער בלעטער" — דעם צוויי־שפּראַכיקן אָרגאַן פֿון "קדימה" אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַרנאָלד זייבל (ענגלישער טייל) און משה אײַזענבוד, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם ייִדישן טייל. דער קאָמוניקאַט, כאָטש אַדרעסירט כּלומרשט פּערזענלעך צו מיר, איז אָבער "סטריקטלי" אין ענגליש, חוץ דעם ייִדישן האַלבן טיטל־לאָגאָ פֿון "קדימה" אויפֿן בלאַנק פֿון דער "פֿירמע" — אַזוי ווי די בריוו פֿון ייִוו״אָ און פֿון אַנדערע ייִדיש־אַנשטאַלטן אויף דער וועלט, אײַנשליסלעך אין דעם ווירטועלן ייִדישלאַנד.
וואָס האָט אָבער דאָס אַלץ צו טאָן מיט מײַן "פּענסיאָנירן" פֿון מײַן קאָלום אין "פֿאָרווערטס"? — אַלזאָ, צו דעם אָפֿיציעלן ענגלישן בריוו צו מיר איז געווען בײַגעלייגט אַ קאָפּיע פֿון אַ פֿראַגמענט פֿון דער רובריק "אויף דער ביכער-פּאָליצע" אין די "לעבנס־פֿראַגן" מיט מײַן נאָטיץ וועגן דעם דעמאָלט דערשינענעם בוך (מיט פֿינף יאָר צוריק) פֿון משה אײַזענבוד, וועלכער פּרעזענטירט זײַן בוך "פּנינה", ווי "איינס פֿון די לעצטע ביכער פֿון איינעם פֿון די לעצטע ייִדישע שרײַבער אין אויסטראַליע".
און דאָ קומט טאַקע מײַן אויספֿיר אין דעם לעצטן זאַץ פֿון מײַן נאָטיץ: "אַ פֿרוכטיקער שרײַבער", זאָג איך, "געזעגנט זיך קיינמאָל נישט מיט דער פּען, און נישט מיט זײַנע לייענער".
דאָ בין איך אַרײַן אין אַ סתּירה צו זיך אַליין. איך האָב באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן מײַן פֿאַרפֿליכטנדיקן קאָלום אין דער צײַטונג, ווײַל אויף אַלץ קומט אַ צײַט, און "אַ זשורנאַליסט דאַרף וויסן ווען צו פֿאַרלאָזן די אַרענע". אָבער איך פֿאַרלאָז נישט מײַנע לייענער און מײַן פּאָלעמישע פּאָזיציע. איך פֿאַרלאָז נישט דעם "פֿאָרווערטס", און איך האָב צוגעזאָגט דעם רעדאַקטאָר, אַז פֿון צײַט צו צײַט וועל איך, ווי אַ פֿרײַער מיטאַרבעטער, אַרײַנשיקן אַן אַרטיקל — נישט ווײַל איך מיין, אַז דער "פֿאָרווערטס" קען זיך אָן מיר נישט באַגיין, נאָר ווײַל "אַ שרײַבער געזעגנט זיך קיינמאָל נישט מיט דער פּען און נישט מיט זײַנע לייענער".
מײַן קאָנטאַקט מיטן "פֿאָרווערטס" האָב איך אײַנגעשטעלט שוין מיט לאַנגע יאָרן צוריק, אין דעצעמבער 1977, ווען איך בין, ווי אַ רעדאַקציע־מיטגליד פֿון די "לעצטע נײַעס" געשיקט געוואָרן מיט דער ערשטער גרופּע ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן קיין קאַיִר גלײַך נאָך דעם "שלום־דעסאַנט" פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט אין ירושלים, און פֿון דאָרט צוגעשיקט אַ גרעסערע קאָרעספּאָנדענץ צום "פֿאָרווערטס", פֿאַר וועלכער דער רעדאַקטאָר שמעון וועבער האָט אין דער צײַטונג פֿון 4טן יאַנואַר, יענעם יאָר, אָפּגעטראָטן זײַן רעדאַקציאָנעלן קאָלום פֿאַר דעם "סקופּ", וועלכן ער האָט באַקומען פֿון קאַיִר.
אין די קרובֿ 60 יאָר פֿון מײַן פּובליציסטישער אַרבעט, דערפֿון די לעצטע 14 יאָר אין "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך באַמיט צו זײַן קאָנסעקווענט און געטרײַ מײַנע איבערצײַגונגען און מײַנע זשורנאַליסטישע אמתן, וואָס איך ווייס, אַז זיי זײַנען נישט אַלעמען געווען צום האַרצן. איך ווייס אויך, אַז אַ סך פֿון די לייענער, און גוטע ייִדן אין די תּפֿוצות בכלל, ווילן הערן נאָר גוטס וועגן מדינת־ישׂראל, אויך ווען זיי טיילן נישט איר גורל. אָבער דער זשורנאַליסט, אַזוי ווי דער דאָקטאָר צום חולה, איז פֿאַרפֿליטעט זיך צו האַלטן געטרײַ זײַנע אמתן, ווי ביטער זיי זאָלן נישט זײַן, און נישט צו חנפֿהנען זיך, אָדער צופּאַסן זיך צום לייענער. דערפֿאַר ווערט דער זשורנאַליסט באַטראַכט ווי דער שמירה־הונט פֿון דער דעמאָקראַטיע. אַן ערלעכער זשורנאַליסט ווייסט, אַז אין יעדן קאָנפֿליקט, ווי אין יעדער מלחמה, ציילט יעדער צד זײַנע קרבנות און יענעמס חטאָים. דערפֿאַר איז אָפֿטמאָל אַ נעגאַטיווע קריטיק — אַ פּאָזיטיווער, אַ בויענדיקער צושטײַער פֿאַר דער געזעלשאַפֿט.
פֿאַר מיר איז דער בעסטער סימן פֿאַר דער גערעכטיקייט פֿון מײַן פּובליציסטישן אמת דער פֿאַקט, אַז די זעלבע קריטישע אַרטיקלען, וואָס איך האָב געשריבן מיט דרײַסיק און פֿופֿציק יאָר צוריק, הערן נישט אויף צו זײַן אַקטועל און ריכטיק ביז הײַנט. ריכטיק — ווײַל נאָך זעקס מלחמות איז די עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל נאָך אַלץ נישט פֿאַרזיכערט, זי האָט נאָך אַלץ נישט קיין אינטערנאַציאָנאַל־אָנערקענטע גרענעצן, און דאָס נישט נאָר צוליב דער שולד פֿון דעם קעגנער.
איבער דעם טיטל פֿון דעם דורך מיר רעדאַגירטן זשורנאַל, זינט פֿערציק יאָר, די "לעבנס־פֿראַגן", דערשײַנט דער דעוויז: "טונק אײַן די פֿעדער אין געוויסן איידער דו טונקסט זי אײַן אין טינט". הײַנט ווערט שוין קיין טינט און קיין פֿעדער נישט באַנוצט. עס איז אָבער געבליבן דער מאָראַלישער חובֿ פֿון דעם דאָזיקן דעוויז פֿאַר דעם שרײַבער, דעם פּובליציסט — אויך אין דער איצטיקער דיגיטאַלישער עפּאָכע.
און אין דעם גײַסט וויל איך באַקרעפֿטיקן מײַן אַני־מאַמין מיט די ווערטער פֿון דער פּוילישער דיכטערין, די נאָבעל־לאָרבעראַנטין וויעסלאַוואַ שימבאָרסקאַ:
נאָך יעדער מלחמה דאַרף עמעצער אָפּרייניקן די חורבֿות....
עמעץ דאַרף אָפּשאַרן די הויפֿנס פֿון חורבֿות
אין די זײַטן פֿון די וועגן
עס זאָלן קענען דורך זיי אַדורכפֿאָרן
די פֿורן פֿול מיט מתים...
דאָס איז נישט פֿאָטאָגעניש
דאָס פֿאַרלאַנגט נאָך לאַנגע יאָרן
אַלע פֿאָטאָ-אַפּאַראַטן זײַנען שוין אַוועק
צו אַן אַנדערער מלחמה...
(פֿרײַע איבערזעצונג, פֿראַגמענט).
בלײַבט מיר נאָר צו דאַנקען דעם רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און אַלע מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע און דעם גאַנצן פּערסאָנאַל פֿאַר דער פֿרוכטיקער און חבֿרישער צוזאַמענאַרבעט אין משך פֿון די אַלע יאָרן. און אַחרון, אַחרון חבֿיבֿ — די לייענער, וואָס פֿון זיי האָב איך געלערנט און געוואָרן דערמוטיקט.
תּל־אָבֿיבֿ, נאָוועמבער 1, 2011