די וואָך, ווי באַוווּסט, האָט די "אונעסקאָ" אָפּגעשטימט אײַנצושליסן אין איר אָרגאַניזאַציע די פּאַלעסטינער מלוכה, ווי אַ נײַעם מיטגליד. אַזוי איז די ביז־איצטיקע פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, געוואָרן אַ "מלוכה", נאָך איידער דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" האָט עס באַשטימט.
ס’וואָלט אַוודאי געקומען די פּאַלעסטינער אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם מזל צו זײַן אַ מיטגליד פֿון אַזאַ בכּבֿודיקער אָרגאַניזאַציע. דאָס "מזל" איז אָבער אַ געפֿעלשטס, חוצפּהדיק אַרויסגעריסן מיט מיאוסע גענג און שטיק. ווי זאָגט מען, אַז מע קען נישט אָנקומען צו דעם ציל מיטן גלײַכן וועג, גייט מען מיטן קרומען. מילא, פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, וואָס קריכט איבער די קעפּ און געפֿינט שטיצע בײַ לענדער, בײַ וועלכע די מאָראַלישע ווערטן זײַנען כּמעט אויפֿן זעלבן ניוואָ, אָדער זײַנען אָפּהענגיק פֿון אַ ווײַליקער פּאָליטישער קאָניונקטור פֿון הײַנטיקן טאָג; אַן אַנדער זאַך אָבער איז, אַז דער באַשלוס פֿון "אונעסקאָ" פֿאַרשאַפֿט דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע גופֿא נישט קיין כּבֿוד, און רופֿט אַרויס צו איר אַן אומצוטרוי.
נאָך מער: מיט דעם באַשלוס האָט "אונעסקאָ" באַגײַסטערט די פּאַלעסטינער אויף זייער "קרומען וועג", און איצט זײַנען זיי שוין גרייט צו ווערן מיטגלידער פֿון נאָך 16 אָרגאַניזאַציעס און אַגענצן, וועלכע עקזיסטירן אונטערן דאַך פֿון דער "יו־ען".
איז לאָמיר טאַקע אַ קוק טאָן, וואָס זײַנען די פֿאַרדינסטן פֿון די פּאַלעסטינער, אַז 107 לענדער, מיטגלידער פֿון "אונעסקאָ" האָבן אַזוי ברייטהאַרציק אָפּגעשטימט פֿאַר דעם נישט קאָרעקטן באַשלוס, וואָס קומט אין סתּירות מיט די אָנגענומענע תּקנות פֿון "אונעסקאָ" גופֿא.
מיר וועלן עס טאָן אויפֿן סמך פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע IMPACT-SE, וועלכע קאָנטראָלירט און אַנאַליזירט די לערנביכער און לערן־פּראָגראַמען איבערן מיטעלן מיזרח, און באַשליסן זייער אַנטשפּרעכונג מיט די אָנגענומענע אינטערנאַציאָנאַלע סטאַנדאַרטן, וואָס שייך שלום און טאָלעראַנץ — די וויכטיקע קריטעריעס פֿון דער "יו־ען" בכלל און "אונעסקאָ" בפֿרט.
"דער אַנאַליז פֿון די פּאַלעסטינער לערנביכער פֿאַרן יאָר 2011, — ווערט געזאָגט אינעם באַריכט פֿון IMPACT-SE, — האָט אַרויסגעוויזן, אַז אַלע מאַטעריאַלן טראָגן אין זיך אַ שׂינאה קעגן ייִדן אין ישׂראל און איבער דער וועלט. צווישן די לענדער פֿונעם אַזוי גערופֿענעם לעוואַנטישן ראַיאָן (ישׂראל, יאָרדאַניע, לבֿנון, סיריע און די פּאַלעסטינער שטחים) איז ישׂראל — בכלל אויסגעמעקט געוואָרן, און די אַלע הייליקע ערטער, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן פֿאָלק, זײַנען אַפֿילו נישט אָנגערופֿן געוואָרן."
לויטן באַריכט ווערט באַטאָנט, אַז וווּ נאָר ס’איז מעגלעך, ווערן אין די פּאַלעסטינער לערנביכער געשילדערט די ייִדן, ווי רוצחים און שרעקלעכע מאָנסטערס, וועלכע הרגענען קינדער און פֿרויען. אַלץ וואָס ס’האָט צו טאָן מיט שלעכטס און בייזס — איז פֿאַרבונדן מיט ייִדן. ס’איז גענוג צו ברענגען נאָר איין בײַשפּיל פֿון אַ לערנביכל פֿאַרן 8טן קלאַס, ווי עס ווערן באַלד קלאָר די כּוונות, אַרײַנגעלייגט פֿון די לערער און עלטערן: "די ייִדן זײַנען אײַערע שׂונאים; זיי האָבן דערהרגעט אײַערע מוטערס און שוועסטער, צעשניטן זיי דעם בויך; און די זקנים האָט מען געשלעפּט בײַ די בערד און זיי אַרײַנגעוואָרפֿן אין טיפֿע גריבער".
ווי מיר זעען, איז די פֿאַנטאַזיע בײַ די מחברים פֿון אַזעלכע לערנביכער אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע נישט ווײַט אַוועק פֿון יענע מעשׂים, וועלכע עס האָבן, לגבי די ייִדן, אין דער ווירקלעכקייט אַרויסגעוויזן די נאַצישע מערדער בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. זיי האָבן געדאַרפֿט נאָר בײַטן די אידענטיטעט פֿון די קרבנות — פֿון ייִדישע קינדער, פֿרויען און זקנים אויף פּאַלעסטינער.
מיט אַזעלכע מאָראַלישע ווערטן דערציט מען די נײַע דורות פֿון דער איצטיקער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע? אָט די "לעבעדיקע באָמבעס" וועלן מאָרגן דאַרפֿן בויען אַ פּאַלעסטינער מלוכה? מיט זיי וועט די וועלט בויען "אַ בעסערע און שענערע וועלט"?