נאַום כאָש |
Credit: Efim Goldshmidt |
דאַכט זיך, ערשט נעכטן איז עס געווען: אויפֿן רעפּובליקאַנער פֿאַרמעסט פֿון יונגע מוזיקער, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די גראַדואַנטן און סטודענטן פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע און דער ספּעציעלער מוזיקאַלישער מיטלשול פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער, האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט שפּילן דעם תּלמיד פֿון דער שול, דעם יונגן פֿידלער נאַום כאָש. מיט זײַן רײַפֿן טאַלאַנט, טעכניק און טיפֿער באַטראַכטקייט האָט ער זיך אויסגעטיילט צווישן די אַנדערע קאָנקורסאַנטן. דעמאָלט האָט כאָש געוווּנען דעם צווייטן פּריז, און זײַן אויפֿטריט איז באַמערקט געוואָרן אין די מוזיקאַלישע קרײַזן פֿון דער קרוינשטאָט.
געבוירן געוואָרן איז נאַום אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿון אַ בויער־אינזשעניר און לערערקע פֿון געאָגראַפֿיע און געשיכטע. דעם נאָמען האָט ער געירשנט פֿון אַ קרובֿ, אים אויף לענגערע יאָר, אַ קרבן פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903. זײַנע עלטערן, ווי אויך אַנדערע טאַטע־מאַמעס אין יענע יאָרן, האָבן געטרוימט, אַז זייער זון זאָל באַקומען אַ מוזיקאַלישע דערציִונג און האָבן אים אָפּגעגעבן אין דער מוזיק־שול ער זאָל זיך לערנען שפּילן פֿידל.
נאַום איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גוטע הענט; דער פֿידל־לערער עמנואל צינמאַן האָט געשמט מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון אַ געניטן פּעדאַגאָג. ער האָט באַלד דערזען אינעם ייִנגעלע אַ באַזונדערע פֿעיִקייט צו מוזיק און שוין ווײַטער נישט געצווייפֿלט, אַז נאַומס לעבנס־וועג וועט זײַן פֿאַרבינדן מיט דער קאַריערע פֿון אַ מוזיקער.
נאָכן פֿאַרענדיקן די זיבן־יעריקע מוזיק־שול, גייט ער ווײַטער זיך לערנען אין דער ספּעציעלער מוזיק־שול בײַ דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע. אויך דאָרט האָט נאַום מזל צו גוטע לערער. עס נעמט אים אין זײַן קלאַס פּראָפֿעסאָר אַנאַטאָלי טושמאַלאָוו. טאַקע ער האָט צוגעגרייט נאַומען צום רעפּובליקאַנישן קאָנקורס, אויף וועלכן ער איז געוואָרן אַ לאַורעאַט. אַנאַטאָלי טושמאַלאָוו איז שוין אויך געווען זײַן פּראָפֿעסאָר אין דער קאָנסערוואַטאָריע, וועלכע נאַום כאָש האָט פֿאַרענדיקט אויף אויסגעצייכנט און אָנגעקומען אין דער מאָסקווער אַספּיראַנטור.
אַזוי, נאָך 18 יאָר זיך לערנען, איז נאַום כאָש געוואָרן אַן עכטער פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקער. זײַן ערשטע אַרבעט איז געווען אינעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער בײַ דער מלוכישער פֿילהאַרמאָניע, אָנגעפֿירט פֿון באַקאַנטע דיריגענטן — טימאָפֿיי גורטאָוווי, אַלפֿרעד גערשפֿעלד, דומיטרו גאָיאַ און אַנדערע. מיטן אָרקעסטער שפּילט נאַום כאָש אויך סאָלאָ־קאָנצערטן. זײַן רעפּערטואַר שליסט אײַן די ווערק פֿון בראַמס, טשײַקאָווסקי, מאָצאַרט, און די אָרטיקע מאָלדאַווישע קאָמפּאָזיטאָרן — ניאַגאַ, לאָבעל, פּאָליאַקאָוו און אַנדערע. ער באַטייליקט זיך אין די פּראָגראַמען פֿון קאַמער־מוזיק.
אין יאָר 1990 גייט כאָש אַריבער צו דער פּעדאַגאָגישער אַרבעט, מיט וועלכער ער גיט זיך אָפּ מיט לײַב־און־נפֿש ביז הײַנט. צווישן זײַנע גראַדואַנטן קאָן מען אָנרופֿן די נעמען פֿון לאָלאַ קרויטאָר — קאָנצערט־מײַסטער פֿונעם מלוכישן קאַמער־אָרקעסטער; נאַטאַליע נעגרוצע — לאַורעאַט פֿונעם נאַציאָנאַלן קאָנקורס; זינאַיִדאַ ברינזילע — לאַורעאַט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס אין בוקאַרעשט און אַנטאָנינאַ דעמיאַניוק — געווינערין פֿונעם קאָנקורס אין אוקראַיִנע. אייניקע פֿון זײַנע תּלמידים אַרבעטן שוין הײַנט, ווי לערער, אויף דער קאַטעדרע פֿון סטרונע־אינסטרומענטן בײַ דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע.
אַגבֿ, ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אויף דער דאָזיקער קאַדעדרע, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון פּראָפֿעסאָר יאָן זשאָסאַן, אַרבעטן פֿיר לערער פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם. דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די "ייִדישע" קאָנצערטן, אין וועלכע יאָן זשאָסאַן באַטייליקט זיך אַליין, מיט פּראָגראַמען פֿון ייִדישער מוזיק, און צוזאַמען מיט זײַנע קאָלעגן, נאַום כאָש און באָריס דובאָסאַרסקי (פֿידל, וויִאָלאַ).
צום ערשטן מאָל, מיט אַ ייִדישער פּראָגראַם איז נאַום כאָש אויפֿגעטראָטן אין 2003, אינעם גרויסן זאַל פֿון דער קעשענעווער פֿילהאַרמאָניע. דער קאָנצערט איז געווידמעט געווען דעם 100־יאָריקן יאָרצײַט נאָך די קרבנות פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם, וווּ ער האָט געשפּילט אַחרונס "ייִדישע מעלאָדיע". אַזוי האָט דער גורל אָנגעקניפּט די צוויי גורלות — דעם קרבן פֿונעם פּאָגראָם נחום מיטן קרובֿ, וואָס טראָגט זײַן נאָמען — נאַום־נחום כאָש.
זײַן 60סטן יוביליי מערקט דער פֿידלער אָפּ אין פֿולן שאַפֿערישן כּוח. אויף זײַן אָוונט, געווידמעט דער דאַטע, האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע תּלמידות, זינאַיִדאַ ברינזילע און אַנדזשעלאַ מאָלאָדאָזשאַן אויפֿגעטראָטן אינעם קאָנצערט פֿון קלאַסישער פֿידל־מוזיק. עס האָבן געקלונגען די ווערק פֿון וועניאַווסקי, דעביוסי, סוק און אַנדערע. דער יובילאַר גופֿא האָט פּרעכטיק אויסגעפֿירט בעטהאָווענס סאָנאַטע נומ׳ 7, מענדעלסאָנס "אויף די פֿליגל פֿון אַ ניגון" און אַחרונס "בעל־שם".
לאָמיר ווינטשן אונדזער פֿרײַנד נאַום כאָש לאַנגע שאַפֿערישע יאָרן.