אַ שילד בײַם אַרײַנטריט אין באַרנאַרד קאַלעדזש |
Credit: Adi Mahalel |
נישט אָפֿט טרעפֿט מען הײַנט אַקאַדעמיקער, אויף וועלכע מע איז גרייט צו שטיין און וואַרטן אין דרויסן, אַפֿילו פֿיר שעה כּדי צו האָבן דעם זכות צו הערן זייער אויפֿטריט. דער MIT־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק, נועם כאָמסקי, וואָס איז שוין איבער אַכציק יאָר אַלט, געהערט דווקא צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון "אַקאַדעמישע מפֿורסמים". נישט ווינציק מענטשן, בפֿרט די לינק־געשטימטע, אָבער נישט בלויז זיי, זענען דורשטיק נאָך יעדן וואָרט זײַנעם. אַזוי איז אויך געשען, ווען כאָמסקי האָט דעם 17טן אָקטאָבער געהאַלטן אַ רעדע אין באַרנאַרד קאָלעדזש אונטערן טיטל: "אַמעריקע און ישׂראל-פּאַלעסטינע: מלחמה און שלום".
ווי אַ באַוווּסטער שאַרפֿער קריטיקער — אי פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, אי פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז יעדע רעדע זײַנע רופֿט אויך אַרויס קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן מצד פֿאַרשידענע גרופּעס. אַזוי אַז, כּדי "צו באַלאַנסירן" כאָמסקיס אויפֿטריט, האָט דער אָרטיקער "הלל" פֿאַרבעטן דעם אַדוואָקאַט און האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אַלען דערשאָוויץ צו האַלטן זײַן רעדע מיט אַ טאָג פֿריִער. מען מעג פֿירן אַ וויכּוח לגבי דער נייטיקייט פֿון אַזאַ מין טריט, אָבער די טווּנג אַליין איז גאַנץ לעגיטים און מע דאַרף דאָס אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואָס איז, לחלוטין, נישט-כּשר איז דער פֿאַקט, אַז אין מײַ 2010 האָט ישׂראל נישט אַרײַנגעלאָזט כאָמסקין צו באַזוכן דעם מערבֿ-ברעג (דורך יאָרדאַניע) און צו האַלטן אַ רעדע אין ראַמאַלאַ.
דער אינצידענט איז געשען אויפֿן באַפֿעל פֿון דעם אינערן־מיניסטעריום, אָנגעפֿירט פֿון דעם "דעמאָקראַט פֿון דעמאָקראַטנלאַנד", אלי ישי (פֿון ש״ס). ער האָט עס מאָטיווירט דערמיט, וואָס כאָמסקי, צוליב זײַנע פּאָליטישע מיינונגען וועט רעדן דאָרט בלויז לטובֿות די פּאַלעסטינער און נישט פֿאַר די ישׂראלים. נו, ס׳איז געווען נישט דער שענסטער מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע. מע האָט, אַפּנים, פֿאַרגעסן, אַז כאָמסקי האָט שוין געהאַט גערעדט אַ סך מאָל אין ישׂראל, און אַז ער שטעלט זיך, למשל, קעגן די כּלערליי פּרוּוון צו בויקאָטירן ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, וואָס ער האַלט ווי אַן אַקט פֿון צבֿיעות און לויטערן אַנטיסעמיטיזם.
מען קען זאָגן אַ סך זאַכן וועגן כאָמסקי, און ער ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער איין זאַך טאָר מען נישט אַוועקנעמען בײַ אים — ער פּראָבירט נישט צופֿרידנצושטעלן קיינעם מיט זײַנע ווערטער. צווישן דעם עולם בײַ יענעם אָוונט, זענען געווען נישט ווינציק פּראָ-פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן פֿון "סטודענטן פֿאַר צדק אין פּאַלעסטינע" — אַ שוין נישט קיין קליינע גרופּע אין אַמעריקע — וואָס שטופּט פֿאָרויס אַ בויקאָט-באַוועגונג קעגן ישׂראל; אַ באַוועגונג, וואָס לויט כאָמסקין, איז איר ציל נישט בלויז צו קעמפֿן פֿאַר זעלבסט-אַנטשלאָסנקייט פֿון די פּאַלעסטינער, נאָר אויכעט פֿאַר דער צעשטערונג פֿון ישׂראל (כאָמסקי שטיצט שוין לאַנגע יאָרן דעם צוויי-שטאַטן לאָזונג). אָבער ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ לײַבלעך געשעפֿט פֿאַר די פּאַלעסטינער אין די תּפֿוצות צו זײַן מער מיליטאַנטיש און צו שיקן זייערע ברידער פֿון דער ווײַטנס צו אַ בלוטיקן קאַמף קעגן ישׂראל, ביז דער לעצטער פּליט וועט זיך אומקערן אין לאַנד.
"די פּאַלעסטינער אַליין", האָט כאָמסקי געזאָגט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט, "האָבן אַפֿילו נאָך נישט מצליח געווען צו בויקאָטירן בלויז די פּראָדוקטן פֿון די קאָלאָניעס אויפֿן מערבֿ-ברעג... עפּעס וואָס לייגט זיך יאָ אויפֿן שׂכל פֿון זייער שטאַנדפּונקט." יעדנפֿאַלס אין יענעם אָוונט, אין באַרנאַרד־קאָלעדזש, האָט ער זיך ספּעציעל געוואָנדן צו דער דערמאָנטער פּראָ-פּאַלעסטינער גרופּע און צו אַנדערע, וואָס פּראָטעזשירן דאָס וואָס זיי רופֿן אַן "איין מדינה לאָזונג", און געזאָגט: "אויב מע שטעלט זיך אַנטקעגן אַ צוויי-שטאַטן הסכּם הײַנט, זאָגט מען בעצם צו די פּאַלעסטינער 'ווערט פֿאַרפֿאַלן!', ווײַל אַנדערש לייגט מען זיי גאָרנישט פֿאָר... מע דאַרף זיך נישט מאַכן קיין אילוזיעס."
אויב אַזוי, ווי פֿאַרווירקלעכט מען דעם צוויי-שטאַטן לאָזונג? וואָס טוט מען מיט די קאָלאָניסטן פֿונעם מערבֿ-ברעג? בנוגע דעם האָט כאָמסקי געזאָגט: "וואָס די צוויי צדדים וועלן באַשליסן, ווענדט זיך פֿון זיי גופֿא. אָבער איך מיין, אַז ישׂראל זאָל פֿאָרלייגן עוואַקויִרן די קאָלאָניסטן צוריק קיין ישׂראל. די רעגירונג מוז זיי געבן סטימולן צו פֿאַרלאָזן זייערע מדינה-סובסידירטע היימען; דאָס הייסט זאָגן זיי: פֿאַרלאָזט אײַערע סובסידירטע היימען אויפֿן מערבֿ-ברעג און מיר וועלן אײַך געבן סובסידירטע היימען אין ישׂראל. איך רעכן, אַז מסתּמא 95% פֿון די קאָלאָניסטן וועלן מסכּים זײַן. אויב עס זענען דאָ אַ פּאָר אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון ברוקלין, וואָס ווילן זיך אָנהאַלטן אין יעדן שטיין, זאָל מען זיי לאָזן בלײַבן אין אַ פּאַלעסטינער מדינה, אָבער דאָס איז מײַן מיינונג."
דאָס זענען בכלל נישט קיין ראַדיקאַלע ווערטער, און אַ סך גאָר הויפּטשטראָמיקע ישׂראלים רעדן אַזוי. היסטאָריש געהערט כאָמסקי צו דעם לינקן ציוניסטישן שטראָם, אין דער געגנט פֿון השומר-הצעיר באַוועגונג, וואָס האָט געפּריידיקט נאָך אין די 1940ער יאָרן אַ צוויי-נאַציאָנאַלע מדינה. ער גלייבט נאָר, אַז הײַנט איז עס אוממעגלעך, און אַזוי האַלט ער אַגבֿ לגבי דעם צוריקקער פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים.
ווען ער האָט גערעדט וועגן די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל, האָט ער אַ ביסל זיך טועה געווען. ער האָט אָנערקענט, אַז רעלאַטיוו צו דער באַפֿעלקערונג, איז עס געווען די גרעסטע באַוועגונג אויף דער וועלט (8—7 פּראָצענט האָבן זיך באַטייליקט אין די פּראָטעסטן, און כּמעט 90% האָבן זיי געשטיצט). אָבער ער האָט אויך געטענהט, אַז די "ישׂראלדיקע אַראַבער האָבן זיך נישט באַטייליקט אין די פּראָטעסטן." דאָס איז אומפּינקטלעך. עס זענען געווען געצעלטן אין אַ פּאָר אַראַבישע שטעטלעך און אויך אין חיפֿה, יפֿו און באר-שבֿע; די אַראַבישע רעדנערס אויף די דעמאָנסטראַציעס — כּמעט אומעטום; און זייער בולט אין חיפֿה איז געווען די בשותּפֿותדיקע אַרבעט צווישן די ייִדן און אַראַבער, מיט שילדן אויף ביידע שפּראַכן; און נישט צו פֿאַרגעסן כּולל די אַנדערע פּאָליטישע פּראָבלעמען, וואָס מע האָט ווייניק גערעדט דערוועגן אין אַנדערע שטעט.
איין טעמע וואָס ייִדן דאַרפֿן זיך זאָרגן וועגן דעם איז, אַז "אַ כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם קאָן אויפֿברויזן אין אַמעריקע, אויב אַ טייל עליטישע סטראַטעגישע קרײַזן וועלן אַרויסווײַזן צו דעם אַ בולטן סימן ווי ס׳איז געשען מיטן גענעראַל פּאַטרעוס (ער האָט געזאָגט, אַז דער סיכסוך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער פֿאַרשווערט די אַמעריקאַנער אינטערעסן אין מיטעלן-מיזרח). דעמאָלט וועט מען אָנהייבן זאָגן אין אַמעריקע: "די ייִדן שטעלן אין סכּנה אונדזערע זין און טעכטער, און מיר וועלן נישט שלום מאַכן דערמיט. און אַזאַ מין בײַט פֿון אַמעריקעס באַציִונג צו ישׂראל איז נישט גרינג צו גלייבן, אָבער עס איז מעגלעך."