פּערזענלעכקײטן

חיים וואָלף איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס אין ניו־יאָרק. פֿון צײַט צו צײַט טרעט ער אויף, שפּילט, גיט קאָנצערטן. דער בחור, אויב מ׳קען אַ מענטש אין די פֿופֿציקער נאָך אַלץ רופֿן בחור, איז הויך און שלאַנק, פֿאַרמאָגט אַ פֿײַן שטימעלע צום זינגען און איז גרייט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אָבער דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. מיר פֿאַרמאָגן נאָר איין ייִדישן טעאַטער, און נישט איין מאָל שפּילט מען דאָרט "ייִדיש טעאַטער" אויף ענגליש. צווישן די טויזנטער מיט טויזנטער ייִדישע פּיעסעס און מיוזיקלס, איז דער אָפּקלײַב ניט אַלע מאָל אַ געלונגענער. לאָמיר האָפֿן מיטן נײַעם אײַנפֿלוס פֿון דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָרשע ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט פֿאַרלאָזט דעם ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל און אָנגענומען אַ שטעלע אין דער "פֿאָלקסבינע", וועט זיך נעמען דאָרט רוכעווען מיט עכט ייִדיש טעאַטער.

צוריק צו חיים וואָלפֿן, וועלכער האָט געגעבן זײַן קאָנצערט אין מיטן אָקטאָבער אין דער שיינער געבײַדע פֿון ייִוואָ, אין פּרעכטיקן זאַל וואָס זיי פֿאַרמאָגן. חיים איז ממש געוואַקסן אין זײַן אָפּקלײַב פֿון ייִדישן מאַטעריאַל. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, אַלע אויסגעהונגערטע צו הערן אַ ייִדיש וואָרט אין דער וויכטיקסטער ייִדישער אינסטיטוציע, וווּ דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר דזשאָנאַטאַן ברענט איז גרייט צוריקצוברענגען די ייִדישע פּאָזיציע אין ייִדישן לעבן.

צווישן די גרויע קעפּ איז אויך בײַגעווען אַ ייִנגערער דור. מיטגעהאַלטן זינגען גאַנצע קופּלעטן דעם זינגער מיט זײַן וווּנדערלעכן אַקאָמפּאַניסט הערב קאַפּלאַן. זיי זײַנען געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן לידער־רעפּערטואַר און געהאַט גרויס הנאה פֿון חיימס אויפֿטריט.

איז אַזוי. אין ניו־יאָרק דרייט זיך נאָך אַרום אַ חבֿרה אַקטיאָרן און אַקטריסעס וואָס קענען אַ פֿײַנעם ייִדיש, וועלכע האָבן שוין געשפּילט אויף דער ייִדישער בינע. צווישן זיי סוזען טאָרען, וועלכע טרעט אויף הײַנט ס׳רובֿ אין ענגלישן טעאַטער, אַן אויסגעצייכנטע אַקטריסע. פּאָלאַ טייטלבוים, וועלכע פֿאַרמאָגט אַ זיס שטימעלע צום זינגען; סטיוו סטערנער און אַ חבֿרה פֿון דער פֿרומער גוואַרדיע, וואָס האָבן קאַפּיטולירט זייער פֿרומקייט. רײַסן זיי זיך צום שפּילן ייִדיש טעאַטער.

איך האָב בײַ מיר אין די קלאַסן אין קאָלומביע, צוויי חבֿרה־לײַט, אַ בחורטע מיט אַ יונגן־מאַן וועלכע שטרעבן צו ווערן ייִדישע אַקטיאָרן ווען זייער ייִדיש וועט זיך אײַנגלידערן אין זייערע מײַלער. און נאָך איין חבֿרה־מאַנטע וואָס וויל אויפֿשטעלן אַ ייִדישן פּופּן־טעאַטער, דאָס הייסט מאַריאָנעטן־טעאַטער אויף ייִדיש. אייניקע אַרבעטן אויף זייערע דיסערטאַציעס אויפֿן געביט פֿון ייִדישן טעאַטער.

איך געדענק ווען צפּורה שפּײַזמאַן, די אַמאָליקע אַרטיסטישע דירעקטאָרשע פֿון דער "פֿאָלקסבינע", וועלכע זי האָט געפֿירט פֿערציק יאָר נאָך אַנאַנד, האָט געמאַכט פּראָבעס צו מײַן ייִדישער פּיעסע "די לודמירער מויד." עס האָבן זיך באַוויזן צענדליקער אַקטיאָרן און אַקטריסעס פֿון דער גאַס, וואָס האָבן ממש געגאַרט צו שפּילן ייִדיש טעאַטער. נאָר איין זאַך האָט זיי געפֿעלט, נעמלעך, דאָס ייִדישע לשון. אָבער זיי האָבן פֿאַרזיכערט אַז זיי קענען זיך שנעל אויסלערנען די ראָלע ווײַל אייניקע קענען דײַטש און אַנדערע האָבן ייִדיש־רעדנדיקע באָבעס, און נאָך אַנדערע וואָס האָבן אַמאָל געשפּילט אין די קעטסקיל־בערג. מיט איין וואָרט, מ׳האָט געזוכט עמעצן וואָס קען טאַקע אַ ייִדיש וואָרט.

אין דער זעלבער צײַט האָט זיך באַוויזן חיים וואָלף מיט זײַן עכטן ייִדיש אין מויל. איך בין געווען גליקלעך און געווען איבערצײַגט, אַז אָט איז ער, ממש צוגעפּאַסט צו שפּילן די ראָלע פֿונעם טאַטן פֿון דער "לודמירער מויד." צפּורה האָט זיך אַ ביסל געקווענקלט. "ער איז צו הויך," האָט זי געטענהט. אָבער צום סוף האָט זי אײַנגעשטימט און חיים האָט באַוויזן סײַ צו שפּילן און סײַ צו זינגען און געמאַכט אַ רושם.

פֿון ענגלאַנד האָט מען דעמאָלט אַראָפּגעברענגט דעם וווּנדערלעכן ייִדישן אַקטיאָר בערנאַרד מענדעלאָוויטש, וועלכער האָט געשפּילט די ראָלע פֿונעם טשערנאָבילן רבין. פֿאַרשטייט זיך, ער האָט שטאַרק אויסגענומען. מיט אים האָט מיטגעשפּילט מינאַ בערן, אַ פֿאַנטאַסטיש באַגאַבטע אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסע, פֿון וועלכער דער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט.

צפּורה האָט אין יענע יאָרן נישט געזשאַלעוועט קיין געלט, אַפֿילו ווען זי האָט נישט געהאַט אונטער איר קיין ייִדישע אָרגאַניזאַציע. זי האָט אויסגעגעבן וויפֿל ס׳האָט זיך געלאָזט אויף פּרעכטיקע דעקאָראַציעס, קאָסטיומען און כּלי־זמר. זי האָט געאָטעמט מיט טעאַטער און אַליין געווען מלא טעאַטער. די ערד האָט געציטערט אונטער אירע טריט. זי האָט פֿאַרמאָגט דערצו די ריכטיקע סמיקאַלקע און ליב געהאַט מיטן גאַנצן לײַב און לעבן איר "פֿאָלקסבינע" און דאָס ייִדישע טעאַטער. זי האָט געשטרעבט אויפֿצופֿירן אַלטע און נײַע טעאַטראַלע שטיק, און צום מײַנסטן איז עס איר געלונגען.

ווען איך האָב געפֿירט אַ ייִדישן קאַבאַרעט אין ניו־יאָרק, האָבן בײַ מיר געשפּילט מנחם פֿוקס און זישע קאַרלאָוו אַ חוץ אַנדערע. דער זישע קאַרלאָוו איז געווען אַן אויסנאַם פֿון אַן אַקטיאָר, פֿול מיט הומאָר און חכמה, פֿול מיט ענטוזיאַזם און טעאַטראַלער גבֿורה. ווען ער האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון ד״ר פֿרויד, האָט מען זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן. וווּ איז ער אַהינגעקומען? געזען, אַז מען וויל אים נישט דאָ, איז ער אַוועק קיין שפּאַניע און שפּילט שוין דאָרט אויף שפּאַניש און ענגליש איבער צען יאָר צײַט.

שיין בייקער ווידער, וועלכער שטאַמט גאָרנישט אָפּ פֿון קיין ייִדן, האָט זיך אויסגעלערנט אַ ייִדיש, וואָס אַנדערע וואָלטן זיך געוווּנטשן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט פֿאַרברענגט און אַרויסגעהאָלפֿן דער ריזיקער עלטערער אַקטריסע פֿון דער ווילנער־טרופּע, ליובאַ קאַדיסאָן אַ שיינע פּאָר יאָר צײַט. זי האָט אים געלערנט די שפּראַך, די קונסט פֿון ייִדיש טעאַטער און די ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער בינע. הײַנט פֿאַרנעמט שיין בייקער אַ בכּבֿודיקע שטעלע אין ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.

חיים וואָלף, סוזען טאָרען, פּאָלאַ טייטלבוים, פֿיליס בערק האָבן אויפֿגעפֿירט איבער שטעט און שטעטלעך אין דער געגנט אַרום ניו־יאָרק סצענקעס — אַדאַפּטאַציעס פֿון משה נאַדיר און שלום־עליכמען, פֿון איציק מאַנגער און הלל צײַטלינען. פֿיליס בערק האָט אַפֿילו געזונגען באַרימטע בראָדוויי־שלאַגערס אויף ייִדיש, וואָס איך האָב איבערגעזעצט פֿון ענגליש.

חיים וואָלף האָט די וואָך דערציילט אויף דער בינע, אַז ער האָט זיך פֿאַרנומען אַ שיינע פּאָר יאָר מיט שפֿרה לערער, אַן אַמאָליקע באַגאַבטע ייִדישע אַקטריסע פֿון אַרגענטינע, וועלכע איז לעצטנס געשטאָרבן. ער האָט געוויזן בילדער פֿון אירע אויפֿטריטן און משפּחה, אַזוי אַז שפֿרה האָט זיך עס כּשר פֿאַרדינט.

מיר פֿאַרמאָגן אין ניו־יאָרק איינעם פֿון די באַגאַבטסטע, נאָך אַ גאַנץ יונגן קאָמפּאָזיטאָר און אַקאָמפּאַניסט מיטן נאָמען בנימין שעכטער מיט זײַנע ביז גאָר טאַלאַנטירטע שעכטער־טעכטער. ממש צו לעקן די פֿינגער פֿון אַלע דרײַ. אַזוי אַז צו ביסלעך, צו ביסלעך מוז די טאַלאַנטירטע ייִדיש־קענענדיקע חבֿרה, פֿאַר זיך אויסשיילן אַ נישע, סײַ דאָ, און וווּ נאָר ס׳לאָזט זיך, און וווּ נאָר אַ ייִדישער ייִשובֿ איז פֿאַראַן. אַ סך פֿון דער חבֿרה ווערן דערווײַטערט ווײַל ס׳איז נישטאָ פֿאַר זיי קיין אָרט אין ניו־יאָרק. אַנשטאָט דעם, לערנט מען אויס אַקטיאָרן און אַקטריסעס סײַ פֿון דער פֿרעמד און סײַ פֿון די אייגענע קאַדרעס וואָס ס׳פֿעלט זיי די ראָזשקע, נאָכצובאָמקען דאָס ייִדישע וואָרט און אַזוי אַרום איז רוים צו ביסלעך אונטערגעגאַנגען.

ווי איך זע עס, אויב ס׳איז פֿאַראַן הײַנט צו טאָג אַ חבֿרה וואָס קען ייִדיש און לעכצט נאָך די ייִדישע בינע־ברעטלעך, וועלן זיי וויסן וווּ צו זוכן גוטן און אַקטועלן מאַטעריאַל. איז מסתּמא פֿאַראַן אַן אָרט אין דעם ריזיקן ייִשובֿ פֿון ניו־יאָרק וווּ מ׳קען אויפֿשטעלן אַ נײַ ייִדיש טעאַטער. דער עיקר, נישט צו זײַן אַזוי אָנמעכטיק און פֿלעגמאַטיש. איך האָב אויסגעלאָזט אַזעלכע טײַערע ייִדישע אַקטיאָרן ווי מײַק בורשטיין און אַבֿרהמל (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועמענס ייִדיש שפּרודלט פֿון זייערע מײַלער. מײַק טרעט יאָ אויף פֿון צײַט צו צײַט סײַ אין דער "פֿאָלקסבינע" און סײַ אויף קאָנצערטן. דעם גרויסן פֿאַרלוסט האָבן מיר געליטן ווען עס איז אַוועק ברוסי אַדלער, דער פֿאַנטאַסטיש באַגאַבטער אַקטיאָר, זינגער, שוימענטש און טענצער.

אָט גיט אַ קוק הײַנט אויף בראָדוויי. צוויי חבֿרה־לײַט האָבן פֿאַרפֿאַסט אַ "מיוזיקל" אויפֿן חשבון פֿון דער מאָרמאָנער־רעליגיע, וואָס הייסט "דהע בוק אַוו מאָרמאָן." מ׳קען אָסור באַקומען אַ בילעט. ס׳איז שוין אויספֿאַרקויפֿט ביזן יאָר 2013, און אין וואָס האַנדלט זיך דאָרט? ס׳איז אַ סאַטירע מיט מוזיק אויפֿן שטייגער פֿון מאַנגערס מגילה־לידער און חומש־לידער. אָבער אין אונדזער הײַנטיקער אַטמאָספֿער, וועלן די אָרטאָדאָקסן פֿאַרדרייען מיט די נעז און די סאַטמאַרער וועלן דעמאָנסטרירן, און די זעלבע חבֿרה וועלן לויפֿן און האָבן הנאה פֿון דער מאָרמאָנער סאַטירע.

מיט אַ קײַמא־לן פֿון אַ דרײַ צענדליק יאָר האָבן זיך באַוויזן און דעמאָנסטרירט מיט פּלאַקאַטן — וועלכע איך פֿאַרמאָג נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג — נישט קיין אַנדערע ווי מיטגלידער פֿון דער אַמאָליקער "היברו עקטאָרס יוניאָן." דאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ ווינטערדיקער נאַכט אַנטקעגן דעם שעקספּיר־פֿעסטיוואַל אין פּאַבליק טעאַטער, וווּ דזשאָו פּאַפּ האָט אויפֿגעפֿירט "לידער פֿון גן־עדן." פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט די דרײַ גאָר אַלטע לײַט פֿאַרבעטן אין טעאַטער אויף אַ טעפּעלע הייסע קאַווע צו דערוואַרעמען זיך. די פּיעסע האָט מען געשפּילט אויף ייִדיש.

ווי עס זאָל נישט זײַן, עס איז פֿאַר מיר געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען און הערן חיים וואָלפֿן אויפֿטרעטן אין בנין פֿון ייִוואָ, וווּ מען וואָלט געדאַרפֿט אויפֿפֿירן וואָס מער ייִדיש־ייִדישע פּראָגראַמען. קומט חיימען טאַקע אַ יישר־כּוח און מיר ווינטשן אים אַ פּראָדוקטיוו ייִדיש אַקטיאָרסקע לעבן; און די אַלע פֿאַרליבטע אין דער ייִדישער שפּראַך, ווינטש איך אַ ווידער־אויפֿלעבונג.