ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

כ׳בין אין וועלט אַ שפּור פֿון דיר

און יעדע זאַך איז ווי אַ טיר,

לאָמיך אַלע שפּורן שפּירן,

דורך אַלע זאַכן גיין צו דיר!

"אין פֿאַרנאַכטן: ד", אַבֿרהם־העשל

די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט פֿאַר איר גרופּע "פּרעהס טאָכטער" טרעט אויף שוין עטלעכע יאָר מיט אַ פּראָגראַם פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל. איין קאָנצערט האָבן מיר רעצענזירט פֿון דער פּראָגראַם מיט יאָרן צוריק, און, סוף־כּל־סוף, איז איצט אַרויסגעקומען אַ קאָמפּאַקטל "Songs of Wonder", (לידער פֿון וווּנדער) מיט צען פֿון די העשל/שעכטער לידער.

אין וואַרשע, 1933, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם פֿאַרלאַג "אינדזל" אַבֿרהם העשלס ערשט בוך, אַ זאַמלונג ייִדישע לידער מיטן טיטל — "דער שם־המפֿורש: מענטש". דער מחבר איז געווען 26 יאָר אַלט, ווען ער האָט זיי אָנגעשריבן, און איז געווען אַ דאָקטאָראַנט אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם בערלינער אוניווערסיטעט. די לידער דערמעגלעכן אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אינעם לעבן און טראַכטן פֿון אַ מענטש, וואָס וועט שפּעטער ווערן אַ וויכטיקער ייִדישער דענקער און רעליגיעזער פֿירער אין אַמעריקע. זײַן סינטעז פֿון פֿירן אַ ייִדיש לעבן בשעת מען איז אויך אַקטיוו אין לייזן די אַלגעמיינע סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, האָט אים געמאַכט אַ נאָמען איבער דער וועלט. ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", האָט ער משפּיע געווען אויף דורות יונגע געלערנטע.

די טיף־גלייביקע לידער פֿון העשל זענען פֿול סײַ מיט מיסטעריע, סײַ מיסטיציזם. די דאָזיקע טעמעס האָבן צוגעצויגן בתיה שעכטער, וועלכע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די לידער האָבן זיך נישט פֿאַרעלטערט מיט דער צײַט, און אַז זיי זענען נאָך אַלץ צוגעפּאַסט צום הײַנט. איר באַגלייטונג מיטן טראָפּ אויף דער גיטאַר איז אַ פֿאָלקישער, און הייבט אַרויס די אוניווערסאַלקייט פֿון די ווערטער.

פֿאַר וואָס בין איך נישט אַ בלום,

אַ מענטש... אַ בלום?

בענטש מיר, מײַן געמיט

מיט צאַרטקייט אַנשטאָט מאַכט!

צו פֿאַרמאָגן שמייכלען אַנשטאָט ווערטער

און שטענדיק לײַכטן צו דער וועלט.

("מײַן זיגל")

בתיה שעכטער האָט נישט קיין שײַכות מיט דער סבֿיבֿה פֿון קלעזמער־מוזיק, כאָטש דער קלעזמער־טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער רעקאָרדירונג; די מוזיק איז אַפֿילו נישט אַשכּנזיש אינעם ברייטערן זין פֿונעם וואָרט, נאָר נעענטער צו דער וועלט־מוזיק־באַוועגונג. עס איז אַ מעדיטאַטיווער צוגאַנג צו העשלס פּאָעזיע, וואָס מיר דאַכט, פּאַסט פֿאַר זײַנע ווערטער, ווײַל העשל קוקט אויף דער וועלט מיט רוחניותדיקע אויגן.

אינעם ליד "פֿון דײַנע הענט" שפּילט אורי שאַרלין די פּיאַנע אין אַ דזשעז־סטיל, און דערמיט פֿירט זי אַרײַן נאָך אַ מוזיקאַלישן עלעמענט אין די אַראַנזשירונגען.

פֿון צאַרטער שאָל פֿון דײַנע הענט

לאָז מיך רו און טרייסטן טרינקען...

אין טיפֿסטער שטילקייט פֿון דײַן שטים

לאָז מיך רעטענישן לעשן.

("פֿון דײַנע הענט")

דער אוד־אינסטרומענט און דער ריטעם וואָס שעכטער שפּילט, ברענגען אַרײַן אַ מיטל־מיזרחדיקן קלאַנג אינעם ליד "צו אַ פֿרוי אין חלום", וואָס איז דער איינציקער טעקסט אינעם קאָמפּאַקטל, אין וועלכן אַ פֿרוי ווערט אָפֿן דערמאָנט. וואָס שייך די אַנדערע ליבע־לידער אין דער רעקאָרדירונג קען מען זיי אויסטײַטשן ווי אין דער אַלטער טראַדיציע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט שלמה־המלכס "שיר־השירים" — סײַ ווי לידער, געווענדט צום רבונו־של־עולם, סײַ — צו אַ געליבטער. למשל, דאָס ליד "איך און דו" —

טראַנסמיסיעס גייען פֿון דײַן האַרץ צו מײַנעם,

פֿאַרטוישן, פֿאַרמישן מײַן ליידן מיט דײַנעם.

בין איך נישט — דו? ביסטו נישט — איך?...

_________

דורך דײַנע ליפּן גיט אַ וואָרט פֿון מיר צו מיר,

פֿון דײַנע אויגן טריפֿט אַ טרער — וואָס קוועלט אין מיר.

עס קומט אַ יישר־כּוח צו בתיה שעכטער פֿאַר דער רעקאָרדירונג; ווער האָט דען אַפֿילו געוווּסט, אַז אַבֿרהם העשל האָט געשריבן לידער אויף ייִדיש, און ווערט פֿאַראינטערעסירט הײַנט מיט זיי? די קאָמפּאָזיציעס און אַראַנזשירונגען וועלן זײַן פֿרעמד דעם געוויינטלעכן צוהערער פֿון קלעזמער־מוזיק און ייִדישע לידער, אָבער זיי רירן אָן דעם צוהערער סײַ מיט דער ערלעכקייט פֿון די ווערטער, סײַ מיט דער ערלעכקייט פֿון דער מוזיק.

בתיה שעכטערס קאָמפּאַקטל Songs of Wonder האָט אַרויסגעגעבן דורך דער Tzadik־פֿירמע אין ניו־יאָרק.