דער ליבישער פֿירער מאָאַמער קאַדאַפֿי מיטן רוסישן פּרעמיער וולאַדימיר פּוטין אין מאָסקווע, נאָוועמבער 2008 |
Credit: Getty Images |
די געשעענישן אין ליביע האָבן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. איצט, ווען דעם דיקטאַטאָר האָט מען סוף-כּל-סוף געהרגעט און זײַן טויטער גוף איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן — ווי אין אַ פֿילם וועגן פֿאַר-מאָדערנע צײַטן — אויף חוזק צו מאַכן (און ווי אַ באַווײַז, אַז ער איז טאַקע טויט), האָט מען דאגות וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג אין לאַנד. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז דאָרטן איז מען שוין גרייט אָנצוהייבן די תּקופֿה פֿון דעמאָקראַטיע. מיר ווייסן דאָך, אַז דעמאָקראַטיע פֿאָדערט טראַדיציעס און אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס זײַנען, לחלוטין, ניטאָ אין אַזאַ מדינה ווי ליביע. בכלל, אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעוווינט געוואָרן צו אויטאָריטאַרישע פֿאָרמען פֿון רעגירן, קען אַן איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע געדויערן זייער לאַנג.
גיט נאָר אַ קוק, למשל, ווי דער זעלבער קאַדאַפֿי איז געווען, און בלײַבט, פּאָפּולער בײַ די רוסן, און ווי זיי, די זעלביקע רוסן, האָבן פֿײַנט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. פּראָ-קאַדאַפֿי-שטימונגען דאָמינירן אין דער הויפּטשטראָמיקער (דאָס הייסט, פּראָ-פּוטינישע) מעדיאַ. נאָך מער: ווען קאַדאַפֿי איז דערהרגעט געוואָרן, האָבן אַלע אָפּאָזיציאָנעלע פּאַרטייען אין דעם רוסישן פּאַרלאַמענט אַרײַנגעטראָגן בייזע רעזאָלוציעס מיט באַשולדיקונגען פֿון די מערבֿדיקע אַגרעסאָרן. די רעגירנדיקע פּאַרטיי, "דאָס פֿאַראייניקטע רוסלאַנד", האָט געמוזט בלאָקירן די דאָזיקע רעזאָלוציעס, כּדי באַרעכטיקן די אויפֿפֿרירונג פֿון רוסלאַנד, וואָס האָט געשטיצט די אַרײַנמישונג אין ליביע. אמת, דער אויסערן-מיניסטעריום האָט סײַ-ווי אַרויסגעלאָזט אַ בייזן טעקסט — אַז מע האָט ניט געדאַרפֿט הרגענען דעם דיקטאַטאָר.
מילא, אַזוי האַלט די רעגירונג און אַנדערע פּאָליטישע טוער. אָבער וואָס מיינט דער המון? אַ סבֿרא, אַז דער גרעסטער טייל סימפּאַטיזירט מיט דעם דיקטאַטאָר און לויבט אים פֿאַר ניט אַנטלויפֿן אין אויסלאַנד. מיט אַזעלכע לויבגעזאַנגען איז פֿול די רוסישע אינטערנעץ. עס זײַנען דאָ אַפֿילו באַזונדערע רוסישע וועבזײַטן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גלאָריפֿיקאַציע פֿון דעם ליביער "העלד". עס זעט אויס, אַז אַ סך מענטשן זײַנען זיכער, אַז אַ דאַנק אים האָט דאָס פּראָסטע פֿאָלק אין ליביע געלעבט זייער גוט, בעסער ווי עס לעבט זיך פּראָסטע מענטשן אין רוסלאַנד צי אוקראַיִנע.
בײַם דערציילן נסים-וניפֿלאָות וועגן דעם גן-עדן, וואָס קאַדאַפֿי האָט כּלומרשט געשאַפֿן פֿאַר זײַן פֿאָלק, באַמערקט מען ניט, אַז "עפּעס" קלעפּט זיך ניט אין דעם דאָזיקן שײַנענדיקן בילד. אָבער מע איגנאָרירט אַלץ און מע הערט ניט אויף צו פֿאַרשפּרייטן די דאָזיקע נאַרישקייטן. ווי אַזוי זשע דאָס פֿאָלק האָט זיך אויפֿגעהויבן קעגן קאַדאַפֿי? מע איז משוגע געוואָרן פֿאַר וווילטאָג? די גאַנצע איבערקערעניש באַשרײַבט מען ווי אַן אָפּעראַציע פֿון אויסלענדישע אַגענטן. מע דערציילט, למשל, אַז די לײַט, וועלכע האָבן געכאַפּט און דערשאָסן דעם דיקטאַטאָר, זײַנען אין דער אמתן געווען פֿראַנצויזישע אַגענטן. סאַרקאָזי האָט זיי אַהין כּלומרשט געשיקט, ווײַל ער האָט מורא געהאַט, אַז קאַדאַפֿי האָט געקענט אַנטפּלעקן סודות וועגן זייערע חבֿרישע באַציִונגען.
פֿון קאַדאַפֿי האָט מען אין רוסלאַנד געשאַפֿן אַן אימאַזש פֿון אַ גוטן סטאַלין, און אַזאַ אימאַזש וואַרעמט מיליאָנען רוסן, צווישן וועלכע ס׳איז זייער שטאַרק אַנטוויקלט די נאָסטאַלגיע נאָך סטאַלינען. איך האָב אַפֿילו באַגעגנט ייִדן (אויך צווישן ברוקלינער תּושבֿים), וואָס טענהן דאָס זעלבע: קאַדאַפֿי איז געווען אַ מאָלאָדיעץ! אין רוסלאַנד מישט זיך אין דעם אַרײַן די מורא טאָג-טעגלעך קולטיווירט אין דער מעדיאַ, אַז די מערבֿדיקע וועלט רינגלט אַרום רוסלאַנד פֿון אַלע זײַטן. ניט צופֿעליק ווערן חרובֿ געמאַכט די רעזשימען אין די אַראַבישע לענדער, וועלכע האָבן געהאַט גוטע באַציִונגען מיט רוסלאַנד. און דעם טויטן קאַדאַפֿי האָט מען געוויזן, כּדי איבערצושרעקן די רוסישע באַפֿעלקערונג — אַזוי וועט, הייסט עס, אַ מאָל זײַן בײַ אײַך, מיט אײַערע פֿירער, אויב זיי וועלן פּרוּוון זיך קעגנשטעלן דער מערבֿדיקער וועלט.
פֿרײַטיק, דעם 28סטן אָקטאָבער, האָט דער צענטראַלער קאַנאַל פֿון דער רוסישער טעלעוויזיע געוויזן אַ פּראָגראַם, אין וועלכער ס׳האָבן זיך באַטייליקט עטלעכע אוקראַיִנישע קראַנקען-שוועסטער, וואָס האָבן באַדינט קאַדאַפֿי און זײַן משפּחה. אוקראַיִנע איז, בכלל, געוואָרן דאָס לאַנד, פֿון וואַנען עס זײַנען קיין ליביע געפֿאָרן טויזנטער מעדיקער. זיי זײַנען געפֿאָרן אַהין, ווײַל געצאָלט האָט מען זיי אַ צען מאָל מער ווי אין אוקראַיִנע און דערצו האָט מען זיי באַזאָרגט מיט אומזיסטע דירות.
אַ חוץ די אײַנגעלאַדענע קראַנקען-שוועסטער (איינע פֿון זיי האָט אַ ייִנגל, וועגן וועלכן מע שושקעט זיך, אַז ס’איז קאַדאַפֿיס קינד), האָט מען גערופֿן אויך אַנדערע "עקספּערטן", וועלכע האָבן געהאַלטן אין איין לויבן קאַדאַפֿין און זידלען די פֿאַרברעכערישע מערבֿדיקע רעגירונגען. דער עולם האָט געקלאַפּט בראַוואָ יעדעס מאָל, ווען מע האָט געהערט אַ פֿרישן שבֿח. ווען אַ פּאָר ליביער האָבן געפּרוּווט עפּעס באַמערקן וועגן דעם אמתן מצבֿ, האָט מען זיי פּשוט ניט צוגעלאָזט צום וואָרט; בפֿרט נאָך, אַז זייער רוסיש איז ניט געווען גענוג גוט פֿאַר אַזאַ דיסקוסיע.
דער ענין פֿון קאַדאַפֿין איז געוואָרן אַ פֿרישער טעסט פֿאַר דעם אידעאָלאָגישן קלימאַט אין רוסלאַנד. דער רעזולטאַט ווײַזט זייער בולט, אַז דאָס פֿאָלק איז דאָרטן היפּש אָפּגעסמט מיט ביטערער אַנטי-אַמעריקאַנישקייט און אַנטי-מערבֿדיקייט. דער דאָזיקער סם גיסט זיך פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן, אַרײַנגערעכנט די מלוכישע קאַנאַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע. דער סוף איז, אַז צווישן די אָפּרופֿן אויף דער דערמאָנטער טעלעוויזיע-פּראָגראַם קען מען איבערלייענען אויך אַזעלכע: "איך ווינטש די אייראָפּעיִשע דעמאָקראַטן פּונקט אַזאַ טויט ווי עס האָט געהאַט קאַדאַפֿי", "זייער גיך וועלן די ליביער גזלנים, געדונגענע דורך אַמעריקע און נאַטאָ, האָבן זיסע חלומות וועגן דעם גן-עדן פֿון קאַדאַפֿיס צײַטן", און אַזוי ווײַטער.