אויב איר ווייסט נישט ווי צוצוגרייטן בלעטערקרויט (kale), מעגט איר זיך אויסלערנען, ווײַל דאָס גרינס האָט אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמינען K און C, און קאַלציום. אַזוי ווי שפּינאַט, ווערן די בלעטער אָבער אײַנגעשרומפּן נאָכן קאָכן, הייסט עס, אַז צוויי גאַנצע בינטלעך וועלן סטײַען פֿאַר בלויז דרײַ אָדער פֿיר מענטשן.
2 בינטלעך בלעטערקרויט
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 רויטע ציבעלע, אין דינע רעפֿטלעך
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/8 לעפֿעלע שאַרפֿע רויטע פֿעפֿער־שופּן
1 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק
1/4 לעפֿעלע זאַלץ
וואַרפֿט אַרויס די האַרטע טיילן פֿון דער בלעטערקרויט. פּאַרעט אָדער קאָכט אָפּ די אָפּגעריסענע בלעטער אין אַ צוגעדעקטן טאָפּ זודיק וואַסער, ביז זיי ווערן ווייך — בערך 5—6 מינוט. זיפּט אָפּ די בלעטער.
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער און פּרעגלט אָפּ די ציבעלע 5 מינוט. מישט אַרײַן דעם קנאָבל און די פֿעפֿער־שופּן 1 מינוט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און מישט אַרײַן די בלעטערקרויט 1 מינוט. גיט צו דעם עסיק און זאַלץ און דערלאַנגט צום טיש.