פֿון דער הײַנטיקער פּרשה הייבט די תּורה אָן זיך צו פֿאָקוסירן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. בלויז די ערשטע צוויי סדרות — "בראשית" און "נח" — זענען געווידמעט דער אַלגעמיינער מעשׂה־בראשית און דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט, מיט אירע מעלות און קאַטאַסטראָפֿישע מפּלות. הײַנט לייענען מיר שוין וועגן דעם ערשטן ייִד אין דער וועלט — אַבֿרהם־אָבֿינו.
אין דער אמתן, זענען אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן. למשל, פֿון די דערציילונגען וועגן די ייִדישע אמהות און אַנדערע פֿרויען, קאָן אַ מאַן אויך אָפּלערנען אַ לימוד פֿאַר זיך, און פֿאַרקערט. אויף אַן ענלעכן אופֿן, הגם די תּורה רעדט כּסדר וועגן ייִדן, האָבן אַלע פּרשיות אויך אַן אַלגעמיין־מענטשלעכע ווערט.
ס׳רובֿ סדרות אינעם חומש, אַחוץ די ערשטע צוויי, זענען געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלק, ווײַל דאָס לעבן פֿון אַ יחיד און פֿון אַ קאָנקרעטער מענטשלעכער קהילה איז וויכטיקער, ווי די גלאָבאַלע פֿראַגעס פֿונעם גאַנצן אוניווערס. יעדער יחיד, ווי אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט, וואָס מאַכט דורך אַן אייגענעם אוניקאַלן וועג אינעם לעבן, איז דער תּכלית פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית. די חז״ל זאָגן, אַז יעדער מענטש מוז גלייבן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל פֿאַר אים.
די קליינע קהילות זענען אַ יסוד, אויף וועלכן עס שטייט די גאַנצע מענטשהייט. כּדי צו לייזן די גלאָבאַלע אַלמענטשלעכע פּראָבלעמען, מוז מען קודם דערגרייכן אַ האַרמאָניע אין אָרטיקע געזעלשאַפֿטן אַרום דער וועלט; דערנאָך, מוז מען פֿאַרבינדן די קלענערע מענטשלעכע קאָלעקטיוון איינער מיטן צווייטן, אינעם גײַסט פֿון אַחדות און ברידערלעכער ליבשאַפֿט. דער וועג צום לייזן די גלאָבאַלע פּראָבלעמען גייט דורך דער אַנטוויקלונג פֿון אַ יחיד און זײַן סבֿיבֿה.
דערפֿאַר, גייט די תּורה אַריבער, נאָך די ערשטע צוויי "אוניווערסאַלע" פּרשיות, צו די פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון קאָנקרעטע מענטשלעכע באַציִונגען — פֿון די ייִדישע אָבֿות ביזן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, ווי אַ פֿאַראייניקטע גרופּע מענטשן. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט אָבער דערציילט, ווי אַזוי אַ געוויסער יחיד — אַבֿרהם אָבֿינו — האָט נישט געקאָנט אויסהאַלטן דעם אומיושר פֿון דער סבֿיבֿה, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן, און האָט זיך געלאָזט וואַנדערן אין דער וועלט, כּדי אויסצופֿירן זײַן פּערזענלעכע ג־טלעכע מיסיע.
פּונקט אַזוי ווי ס׳איז וויכטיק צו דערגרייכן אַחדות מיט די אַנדערע מענטשן, איז אויך וויכטיק צו קענען פֿאַרלאָזן אַ פֿאַרדאָרבענע געזעלשאַפֿט, און אַפֿילו צו ווערן צוליב דעם אַ נע־ונדניק, ווי אַבֿרהם־אָבֿינו. דער רמב״ם האָט דערקלערט, אַז ס׳איז בעסער צו וווינען עלנט אין אַ מידבר, ווי צו זײַן אַ טייל פֿון אַ שלעכטן ציבור. די בעסטע עצה אין אַזאַ סיטואַציע איז אָבער נישט צו אַנטלויפֿן פֿון די מענטשן, נאָר צו ווײַזן זיי אַ פּערזענלעכן מוסטער, ווי אַזוי מע דאַרף זיך פֿירן; מע קאָן בלײַבן אַ טייל פֿונעם ציבור און פֿאָרט, אין דער זעלבער צײַט, זײַן אַן אידעאַליסטישער "נע־ונדניק", וועלכער איגנאָרירט די אוממאָראַלישע פֿירעכצן פֿון דער סבֿיבֿה.
בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לך־לך" — גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. ווי עס ווערט דערקלערט אינעם מדרש, האָט דער בייזער מלך נמרוד געהייסן פֿאַרברענען אַבֿרהמען אין אַ קאַלך־אויוון, פֿאַר זײַן גײַסטיקן ווידערשטאַנד קעגן זײַן אימפּעריאַלן קולט. נמרוד האָט געפֿאָדערט צו בוקן זיך צו אים ווי צו אַן אָפּגאָט; אַבֿרהם האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן במסירת־נפֿש.
ער איז געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם פֿײַער על-פּי-נס, אָבער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היימלאַנד, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין ארץ־כּנען — דאָס נײַע לאַנד, וואָס דער אייבערשטער האָט אים אָנגעזאָגט צו ווײַזן. אַ צאָל חסידישע צדיקים באַמערקן, אַז על־פּי־הלכה האָט אַבֿרהם נישט געטאָרט זיך מוסר־נפֿש זײַן. איידער אַבֿרהם איז געוואָרן אַ ייִד, האָט ער נישט געהאַט קיין מיצווה זיך מוסר־נפֿש צו זײַן, און האָט געמעגט זיך בוקן צו נמרודן, כּדי זיך אָפּצוראַטעווען פֿון דער גזרה. אַדרבה, האָט ער נישט געהאַט קיין רעכט אײַנצושטעלן זײַן לעבן אין אַ טויט־סכּנה. זײַן באַשלוס אויפֿצושטיין קעגן נמרודן איז געווען פֿאַקטיש אַ זעלבסטמערדערישער.
אַ צאָל חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז ווען אַבֿרהם־אָבֿינו האָט זיך מוסר־נפֿש געווען און האָט אויף זיך מקבל געווען די מיתה־משונה, איז ער באַגאַנגען אַן "עבֿירה לשמה" — אַן אַקט, וואָס זעט אויס ווי אַן עבֿירה, אָבער ווערט אָנגענומען ווי אַ מיצווה. אַדרבה, דווקא דורך דעם, וואָס אַבֿרהם האָט באַשלאָסן צו טאָן די ריכטיקע זאַך, נישט געקוקט אויף אַלע כּללים, גשמיותדיקע און רוחניותדיקע, איז ער "אַרויסגעשפּרונגען" פֿונעם געוויינטלעכן וועלט־סדר און געוואָרן אַ רבי פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט.
די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע, וואָס איר נאָמען באַשטייט פֿון צוויי כּלומרשט איבערגעחזרטע ווערטער: "לך לך". אין דער אמתן, אָבער, ווערט דאָס צווייטע וואָרט געלייענט מיט אַנדערע קלאַנגען און האָט גאָר אַן אַנדער באַדײַט. "לך לך" מיינט, בוכשטעבלעך, "גיי צו דיר" אָדער "גיי צו זיך אַליין". מע קאָן זאָגן, אַז ווען אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעוואָרפֿן די עבֿודה־זרה און אָנגעהויבן צו דינען דעם איינציקן באַשעפֿער, איז ער געגאַנגען "צו זיך אַליין". ער האָט אָפּגעוואָרפֿן די נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט, וווּ ער איז געוואַקסן, צוליב אַ העכערן אמת. אַנטשאָט צו פֿאַרלאָזן זיך אויף דער פֿאַרדאָרבענער עטיק פֿון זײַן סבֿיבֿה, האָט ער אַנטדעקט אין זיך דאָס ג־טלעכע ליכט און געגאַנגען צו דעם דאָזיקן ליכט.
אונטער נמרודס מאַכט, האָט אַבֿרהם ווידער געמאַכט אַ טריט פֿאָרויס, מחוץ די נאָרמעס פֿון זײַן געזעלשאַפֿט. ווען ער איז געווען גרייט פֿאַקטיש צו באַגיין זעלבסטמאָרד, איז ער אויך געגאַנגען "צו זיך אַליין", אַנטפּלעקנדיק ג־טלעכקייט אין זײַן נשמה במסירת־נפֿש — קעגן די אָנגענומענע כּללים פֿון עולם־הזה.
צוליב זײַן מסירת־נפֿשדיקער עבֿודה, איז אַבֿרהם געוואָרן דער רבי פֿאַר דער גאָרער וועלט. פֿון איין זײַט, האָט ער אַ סך געוואַנדערט, זײַענדיק אָפּגעזונדערט פֿון דער אַרומיקער פֿאַרדאָרבענער געזעלשאַפֿט. פֿון דער צווייטער זײַט, איז ער תּמיד געגאַנגען אין זײַן לעבן צו זיך אַליין, זוכנדיק זײַן שורש־נשמה. ער האָט געלעבט צווישן מענטשן און געהאַט אַ סך תּלמידים, אָבער געבליבן אַ נע־ונדניק, אַ דערהויבענער עלנטער יחיד אין אַן אוממאָראַלישן דור.
יעדעס מאָל, ווען מיר נוצן אויס עפּעס אַ וואָרט, האָט עס אַן אַנדער טעם — בהסכּם מיטן קאָנטעקסט און דעם אינערלעכן מצבֿ. אַדרבה, מע קאָן זאָגן, אַז דער מענטש עקזיסטירט, ווײַל ער בײַט זיך כּסדר און זעט יעדעס מאָל אַ נײַעם באַדײַט אין די באַקאַנטע באַגריפֿן. מיר לעבן, ווײַל מיר שטרעבן תּמיד צו דערגרייכן זיך אַליין — די עצם־נשמה, וואָס איז גובֿר די גרענעצן פֿון אַלע רעלאַטיווע ווערטן און ווערטער.
אויפֿן וועג צו זיך קאָן מען, חלילה, פֿאַרבלאָנדזשעט ווערן. דער אייבערשטער האָט געהייסן אַבֿרהמען צו גיין "אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן" — "אל האָרץ אַשר אַראך". די חסידישע מפֿרשים באַטאָנען, אַז אָט־די פֿראַזע קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי "אינעם לאַנד, וווּ עס וועט דיר שײַנען". כּדי צו געפֿינען זיך אַליין, איז נישט כּדאַי זיך איבערצוחזרן און נע־ונדעווען אַהין און צוריק; אין אַלע סיטואַציעס מוז מען שטרעבן צו דערגרייכן דאָס ג־טלעכע ליכט, טוענדיק וואָס איז ריכטיק און ליכטיק, און זוכנדיק תּמיד דעם טיפֿערן באַדײַט אין אַלע ווערטער און מעשׂים.