די פֿישעלעך אין וואַסער,
בײַ זיי איז שוין פֿיל בעסער,
בײַ זיי איז נישט קיין אונטערשייד,
פֿון קלענער ביז צום גרעסער. (אַ ייִדיש פֿאָלקסליד)
אַזוי האָט אונדזער שכן אין בראָנקס, צוניע רײַמער, געזוננגען ווען מען איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ אונדז. דעמאָלט האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל בײַ דער סטראָפֿע, ווײַל, אַז בײַ די פֿיש זאָל נישט זײַן "קיין אונטערשייד פֿון קלענער ביז צום גרעסער", איז אַוודאי נישט אמת. דער פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר וואָלפֿגאַנג מידער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דעם פֿאָלקלאָר־מאָטיוו פֿון גרויסע פֿיש וואָס עסן קליינע פֿיש. אָבער אויף אַ מעשׂה — און אַ פֿאָלקסליד — פֿרעגט מען נישט קיין קשיא.
פֿיש אין אונדזערע פֿאָלקסלידער באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט, און נישט אַלע מאָל צום גוטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע פֿון אַ דערטרונקענעם חתן, און אין איין סטראָפֿע זינגט זי:
ווען מע האָט אים פֿונעם טײַכל אַרויסגענומען,
פֿון די פֿישעלעך איז ער געווען צעביסן.
ווי די כּלה האָט דאָס נאָר דערזען,
די קליידער פֿון זיך האָט זי צעריסן.
די באַלאַדע האָט מען געזונגען איבער אַ ברייטן שטח; אַ סימן, אַז ס׳איז פֿונעם עלטערן רעפּערטאַור, און אין אַלע וואַריאַנטן געפֿינט מען דעם מאָטיוו פֿון די בײַסנדיקע פֿיש. דאָס הייסט, אַז דער מאָטיוו איז געווען אַזוי שטאַרק, אַז ער איז געוואָרן אַ צענטראַלער אין דער באַלאַדע.
אין נאָך אַ באַלאַדע וואָס מע זינגט, אויך פֿונעם עלטערן רעפּערטואַר, וועגן אַ פֿרוי בײַם טײַך, וואָס געזעגנט זיך מיט איר נײַ־געבוירן קינד, געפֿינט מען אַן ענלעכן מאָטיוו פֿון עסנדיקע, בײַסנדיקע, הונגעריקע פֿיש.
פֿיש, פֿיש קומט נאָר אַהער!
איך האָב אײַך עפּעס צו זאָגן:
איך האָב אײַך געבראַכט עפּעס צו טראָגן,
איר וועט פֿון דעם הנאה האָבן.
אַדיע, אַדיע מײַן געליבט קינד!
אַצינד וועסטו זינקען ביז צום גרינט [גרונט]
די פֿיש אין וואַסער וועלן דיך אויפֿעסן —
נאָר איך, דײַן מוטער, וועל דיך נישט פֿאַרגעסן.
[פֿון י. ל. כּהן, 1957]
די זינגערין מרים נירענבערג האָט אַ נוסח פֿון דער באַלאַדע רעקאָרדירט אויף איר פּלאַטע און נעמט אויך אַרײַן דעם בילדערישן, אָבער שרעקלעכן, פֿיש־מאָטיוו. אין אַנדערע וואַריאַנטן זינגט די מאַמע צו די פֿיש: "איך האָב אײַך געבראַכט אַ פֿרישן ביסן".
נישט אין אַלע לידער האָבן די לעבעדיקע (נישט געקאָכטע) פֿיש אַזאַ נעגאַטיוון כאַראַקטער. ווען מײַן באָבע האָט געזונגען אַ ליד וועגן יונה־הנבֿיא איז דער וואַלפֿיש פֿון דער מעשׂה געוואָרן אַ פּשוטער פֿיש:
אין די דרײַ מעת־לעת,
האָט גאָט באַשערט אַ נס.
אַ פֿיש האָט אים אויסגעשפּיגן צוריק.
האָבן די ייִדן געזען,
וואָס דאָ איז געשען,
נסים פֿון גאָט אַליין.
דער פֿיש, אין דעם פֿאַל, האָט געראַטעוועט יונה־הנבֿיא, אָבער מיר דאַכט, אַז מע זינגט מיט פּחד מער ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן פֿיש, ווי וועגן בערן, אָדער וועלף. אין אַ פֿאַרשפּרייטער באַלאַדע, וואָס הייסט — אין מײַן מאַמעס נוסח — "וואָס טוסטו דאָ שיין מיידעלע?" זינגט מען וועגן אַ בער:
פֿון וואַנען כ׳בין געקומען,
זאָלסטו מיר נישט טרײַבן.
כאַפּ זשע מיר אַ בער פֿון וואַלד
און לערן אים אויס שרײַבן.
אַ בער פֿון וואַלד וועל איך דיר כאַפּן,
און אים אויסלערנען שרײַבן.
מאַך זשע מיר זיבן קינדער,
אַ מיידל זאָלסטו בלײַבן.
אינעם נוסח וואָס מע געפֿינט אין רות רובינס זאַמלונג, הייסט דאָס ליד טאַקע "נעם אַרויס אַ בער פֿון וואַלד", און זי ווײַזט אָן אויף די אַלע אינטערנאַציאָנאַלע פּאַראַלעלן. דער מאָטיוו פֿון דער באַלאַדע איז אַ גאָר אַלטער און הייסט אין פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג — "זאַכן וואָס איז אוממעגלעך צו דערגרייכן". דאָס פּאָפּולערע ליד פֿון די אַמעריקאַנער זינגער סײַמאָן און גאַרפֿינקל, "פּאַרסלי סיידזש ראָזמאַרי און טײַם" שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש.
אין נח פּרילוצקיס זאַמלונג פֿון באַלאַדעס האָט ער עטלעכע וואַריאַנטן צו דעם ליד, דער עיקר פֿון וואַרשע, אָבער אָן שום מוזיק. האָב איך זיך דעריבער זייער געפֿרייט, ווען דער זינגער דזשאַש וואַלעצקי האָט פֿאַר מיר געזונגען אַ וואַרשעווער נוסח פֿונעם ליד, וואָס ער האָט פֿאַרשריבן פֿון דער זינגערין לאה קלעמפּנער (זי זינגט אין זײַן פֿילם "אימאַזש פֿאַר מײַנע אויגן"). סוף־כּל־סוף, האָט מען אַ מעלאָדיע געהערט צו די פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם ליד אין פּרילוצקיס בוך! מער וועגן דער באַלאַדע אויף ייִדיש האָט געשריבן חנה מלאָטעק אין איר אַרבעט "אינטערנאַציאָנאַלע מאָטיוון אין די ייִדישע באַלאַדעס".
וואָס נאָך פֿאַר אַ חיות ווערן דערמאָנט אין ייִדישע לידער? אויב די פֿראַגע איז גיכער, וועלכע פֿון זיי פֿאַרנעמען אַ צענטראַלן מאָטיוו אין די לידער, איז דער ענטפֿער — נישט קיין סך, אַחוץ די פֿיש!