‫פֿון רעדאַקציע

מיט קאַדאַפֿי האָט די וועלט פֿאַרענדיקט. דאָס הייסט נאָך אָבער נישט, אַז אין ליביע איז שטיל געוואָרן און דאָס לעבן האָט זיך דאָרט אײַנגעלאַדיעט. וואָס יאָ, פֿאַרגעסן האָט מען אויף אַ צײַט אין איראַן, מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם. ווי זאָגט מען, מ’האָט געהיילט דעם קאָפּ, האָט געכאַפּט דער מאָגן. נאָך דעם באַריכט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור בײַ דער "יו־ען" פֿון אַטאָמישער ענערגיע, האָט דער מערבֿ זיך ווידער אויפֿגעכאַפּט און אָנגעשפּיצט דעם אויפֿמערק: "אוי־וויי, די אַיאַטאָלעס שטוקעווען טאַקע צונויף אַ נוקלעאַרע באָמבע!"

ישׂראל, וואָס איז דאָס ערשטע לאַנד אויף צו ווערן פֿאַרניכטעט אין דער רשימה פֿון טעהעראַן, האָט ביז אַהער נישט געשוויגן און וועט אויך ווײַטער נישט שווײַגן. פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט לעצטנס דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט דער CNN, אַז "איראַן איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וואָס דראָט אָפֿן אומצוברענגען אַן אַנדער לאַנד". און נאָך: "ישׂראל איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־משפּחה און וויל נישט נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו לייזן אַליין די איראַנישע פּראָבלעם. ירושלים דערוואַרט צו זען, וואָס די וועלט־פֿירער, וועלכע האַלטן אין איין צוזאָגן עפּעס צו טאָן ממשותדיקס קעגן איראַן, וועלן טאַקע עפּעס טאָן!"

דער ישׂראל־פּרעזידענט האָט אויסגעדריקט די מיינונג פֿון זײַן לאַנד. וואָס זשע טראַכטן טאַקע די אַנדערע "מיטגלידער" פֿון דער "וועלט־משפּחה"?

טעאַטער
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "אַגענטן"

צו שפּילן הײַנט ייִדיש טעאַטער, דאַרף מען האָבן אָדער אַ סך געלט, אָדער אַ סך אַמביציע. דער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער", האָט אַ סך אַמביציע. פֿאַרשטייט איר שוין, אַז מיט קיין געלט שמעקט דאָרט נישט. און נאָך: אפֿשר הייבט זיך טאַקע אַ נאָרמאַלער טעאַטער אָן פֿון אַ הענגער, אָבער נישט דער "רעפּערטואַר־טעאַטער". איין קלייניקייט, דער טעאַטער האָט נישט קיין אייגענע וואַנט צוצוקלאַפּן צו איר דעם הענגער. שוין אָפּגערעדט פֿון אַ דאַך. שפּילט ער אין דער שיל "בית־אמת", אין ברוקלין. פֿון דעסטוועגן, האָט דער דאָזיקער טעאַטער מזל, ווײַל בראָש אים שטייט דוד מאַלדעלבאַום — אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר, דירעקטאָר; ער פֿאַרנעמט אויך אַלע אַנדערע שטעלעס און פּאָסטנס, וואָס יעדער טעאַטער פֿאַרמאָגט.

דוד מאַנדעלבאַום איז אַ טיפּישער ייִדישער טעאַטער־מענטש. ער איז תּמיד אין זוכענישן — שאַפֿערישע, אַדמיניסטראַטיווע, פֿינאַנציעלע — און אַז מע זוכט, טרעפֿט זיך, אַז מע געפֿינט. אַזוי האָט ער געפֿונען נאָך פֿינף טאַלאַנטירטע מענטשן: דעם רעזשיסאָר משה יאַסור, דעם קלאַרנעטיסט דמיטרי סלעפּאָוויטש און די אַקטיאָרן יעלענאַ שמואלסאָן, רפֿאל גאָלדוואַסער, שיין בייקער — און זיי אַלע האָבן אויפֿגעפֿירט די פֿאָרשטעלונג "אַגענטן", לויט שלום־עליכם.

אייגנטלעך, קומט דער געדאַנק אַרויס פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון אַן אַנדער ייִדישן טעאַטער אין שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך — דער "לופֿטעאַטער". רפֿאל גאָלדוואַסער געהערט אויך צו די טעאַטער־מענטשן, וואָס עס ליגט זיי אין לעבן צו שפּילן דווקא ייִדיש־טעאַטער. און ס׳איז נאָך פֿריש אין זכּרון זײַן מאָנאָ־פֿאָרשטעלונג, וווּ ער האָט גלענצנדיק אויפֿגעפֿירט "דער גילגול פֿון אַ ניגון", אויפֿן סמך פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג.

קינאָ
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Film Ahead of Time,
Director Bob Richman,
2010


דאָס היסטאָרישע בילד, וואָס מיר האָבן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אין אַ היפּשער מאָס געשאַפֿן געוואָרן דורך די זשורנאַליסטישע באַריכטן און פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן. צווישן די חשובֿע זשורנאַליסטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט פֿאַרנעמט רות גרובער, וואָס האָט ניט לאַנג צוריק אָפּגעמערקט איר הונדערטסטן געבוירנטאָג, אַ ספּעציעל אָרט.

געבוירן אין ברוקלין אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, האָט זי שוין צו פֿופֿצן יאָר אָנגעהויבן אירע קאָלעדזש־שטודיעס אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט זי זיך דערמאָנט, ווי אויף דער ערשטער לעקציע האָט דער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש געמאַכט אַ ספּעציעלע דערקלערונג פֿאַר די ייִדישע סטודענטן: "אויב עמעצער פֿון אײַך האַלט, אַז דײַטש איז פּונקט דאָס זעלבע וואָס ייִדיש און עס וועט זײַן גרינג צו לערנען, האָט איר אַ טעות. אײַער קענטעניש אין ייִדיש קאָן קאַליע מאַכן אײַער דײַטש. דאָס בעסטע איז צו פֿאַרגעסן באַלד אַלץ, וואָס איר קענט אין ייִדיש!".

רות האָט זיך געחידושט׃ "ווי קאָן איך פֿאַרגעסן ייִדיש, וואָס איך האָב זיך געלערנט בײַ מײַן באָבען?" — אָבער אין גיכן האָט זי באַמערקט, אַז איר ייִדיש ווערט אַלץ מער דײַטשמעריש. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר ליבע מיט דער דײַטשער קולטור (און אויך מיט דעם פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש).

פּערזענלעכקײטן
גבֿריאל פּרײַל בײַם ייִוואָ־בוך־יריד, מײַ 1983

נאָכן פֿאָרלייענען ווערן מיד

די ווערטער אין די ביכער,

זיי גאַרן אַ שטילקייט

אין שײַן פֿון בליִענדיקע קאַמינען,

אין אַ צימער וואָס פֿליסטערט

מיט זײַדענער אַנונג.

(פֿונעם ליד "לייענענדיק פֿון מײַן בוך")


איינער פֿון די צונעמען פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן/העברעיִשן פּאָעט גבֿריאל פּרײַל איז געווען, "דער מלך פֿון ניו־יאָרק"; ער האָט גוט געקענט די שטאָט, און בפֿרט, וווּ עס געפֿינען זיך די קאַפֿע־הײַזער. דאָרטן פֿלעגט ער זיך אָפֿט טרעפֿן מיטן ייִנגערן דור שרײַבער און "יוגנטרופֿניקס" אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. זײַן חוש פֿאַר הומאָר האָט אים אויך באַליבט געמאַכט בײַ אונדז. נישט געקוקט אויף זײַן קינדיש, נאַיִוון אויסערלעכן כאַראַקטער, האָט ער מיט חכמה און וויסן געקענט אַרומרעדן די ייִדישע און וועלט־ליטעראַטור; נישט נאָר געקענט, נאָר געוואָלט שמועסן וועגן דעם.

לויטן "לעקסיקאָן", איז גבֿריאל פּרײַל געבוירן געוואָרן אין 1910. אָבער לויט אַן אַנדער מקור — אין אויגוסט, 1911. וועלן מיר די דאָזיקע דאַטע אָננעמען און בײַ דער געלעגנהייט פֿון 100 יאָר נאָך זײַן געבוירן ווערן, אים דערמאָנען. אין די 1980ער יאָרן האָב איך מיט אים געמאַכט אַן אינטערוויו אין זײַן בראָנקסער דירה; אַ וווינונג נישט סתּם אין בראָנקס, נאָר אין דרום־בראָנקס — דעמאָלט אַ "וועלט־באַרימטע" געפֿערלעכע געגנט, וווּ קוים אַ מנין ייִדן האָט נאָך דאָרט געוווינט. אין דער דירה זענען געווען צעוואָרפֿן זײַנע ביכער און פּאַפּירן — אַ כּלל, אַ בחורישער לעבן־שטייגער, און אַ בחור איז ער געבליבן ביז זײַן פּטירה אין 1993.

ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט צום סוף פֿון די 1930ער יאָרן האָט ער באַשריבן אַזוי:

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הגם די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — ווערט דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו, דער עיקר, באַשריבן פֿריִער אין דער תּורה. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב אין דער באַרימטער מערת־המכפּלה.

דערנאָך קומט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַזוי אַבֿרהם האָט געזוכט אַ געהעריקן שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, איז געגאַנגען קיין אַרם־נהרים — די געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב אַן אָרטיק מיידל, ווען ער בעט בײַ איר וואַסער צו טרינקען בײַם ברונעם, וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען — מוז זי זײַן יצחקס ריכטיקע באַשערטע.

באַלד נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם געקומען רבֿקה — די טאָכטער פֿון בתואל, אַבֿרהמס פּלימעניק — און האָט פֿאָרגעלייגט וואַסער אליעזרן און זײַנע קעמלען. אויפֿן וועג צו אַבֿרהמען, האָט רבֿקה געטראָפֿן יצחקן, וועלכער האָט דעמאָלט געדאַוונט אין אַ פֿעלד; זיי האָבן געפֿעלן איינע דעם צווייטן און באַשלאָסן חתונה צו האָבן.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

די פֿישעלעך אין וואַסער,

בײַ זיי איז שוין פֿיל בעסער,

בײַ זיי איז נישט קיין אונטערשייד,

פֿון קלענער ביז צום גרעסער. (אַ ייִדיש פֿאָלקסליד)


אַזוי האָט אונדזער שכן אין בראָנקס, צוניע רײַמער, געזוננגען ווען מען איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ אונדז. דעמאָלט האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל בײַ דער סטראָפֿע, ווײַל, אַז בײַ די פֿיש זאָל נישט זײַן "קיין אונטערשייד פֿון קלענער ביז צום גרעסער", איז אַוודאי נישט אמת. דער פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר וואָלפֿגאַנג מידער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דעם פֿאָלקלאָר־מאָטיוו פֿון גרויסע פֿיש וואָס עסן קליינע פֿיש. אָבער אויף אַ מעשׂה — און אַ פֿאָלקסליד — פֿרעגט מען נישט קיין קשיא.

פֿיש אין אונדזערע פֿאָלקסלידער באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט, און נישט אַלע מאָל צום גוטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע פֿון אַ דערטרונקענעם חתן, און אין איין סטראָפֿע זינגט זי:

געשיכטע
זשאַק־לויִס דאַוויד, נאַפּאָלעאָן גייט אַריבער די אַלפּן, 1800

געשיכטע, אינעם הײַנטצײַטיקן זין פֿונעם וואָרט, איז אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירט די פֿאַרגאַנגענע געשעענישן דורך עמפּירישע וויסנשאַפֿטלעכע מיטלען. די פֿיזיקער מעגן זיך פֿאַרלאָזן בלויז אויף פֿילפֿאַך אויסגעפּרוּווטע ידיעות פֿון עקספּערימענטן און פֿעסט־באַגרינדעטע טעאָריעס, און טאָרן נישט אַרײַנמישן פֿילאָסאָפֿישע און אינטויִטיווע השערות אין זייערע פֿאָרשונגען.

אינטויִציע און אַפֿילו מיסטיציזם פֿאַרנעמען יאָ אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער אַנטוויקלונג פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט; אַדרבה, אַ גאַנצע ריי שליסל־אַנטדעקונגען זענען אין כעמיע און פֿיזיק פֿאַרבונדן מיט חלומות, פֿילאָסאָפֿישע דערינערונגען און פּלוצעמדיקע אינספּיראַציעס. אַ קלאַסישער בײַשפּיל איז די באַרימטע וויזיע פֿונעם כעמיקער פֿרידריך קעקולע, אין וועלכער ער האָט דערזען די רינג־סטרוקטור פֿון בענזאָל אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אַלכעמישן סימבאָל, אוראָבאָראָס — אַ שלאַנג, וואָס בײַסט איר אייגענעם עק.

הגם אַזעלכע מעשׂים ברענגען צומאָל דעם וויסנשאַפֿטלער אויפֿן וועג צו וויכטיקע אַנטדעקונגען, טאָרן זיי נישט האָבן קיין שײַכות צו קאָנקרעטע רעזולטאַטן פֿון וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. מיט דער געשיכטע, אַזוי ווי מיט אַנדערע הומאַניטאַרע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, איז די מעשׂה אַ ביסל אַנדערש. נישט ווייניק היסטאָריקער מישן יאָ אַרײַן פּערזענלעכע רעליגיעזע, פּאָליטישע אָדער קולטורעלע פּאָזיציעס אין זייערע פֿאָרשונגען. עס טרעפֿן זיך אַפֿילו אַזעלכע פֿאַלן, ווען ס׳איז שווער צו זאָגן, וווּ עס ענדיקט זיך געשיכטע און וווּ עס הייבט זיך אָן היסטאָריאָסאָפֿיע — אַ פּרוּוו צו אינטערפּרעטירן און רעקאָנסטרויִרן די פֿאַרגאַנגענהייט דורך אַ געוויסער אידעאָלאָגישער פּערספּעקטיוו.

קונסט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נועה חרובֿי שטייט לעבן אירע ווערק

"אַ מאָל פֿילן מיר, אַז מיר צעשפּאַלטן זיך אויף צוויי קולטורן, און אַ מאָל, אַז מיר פֿאַלן אַרײַן צווישן צוויי בענקעלעך". אָט די ווערטער פֿון סאַלמאַן רושדי ווערן אַרויסגעבראַכט, ווי אַ מאָטאָ, אויף די פֿאַרבעטונגען צו דער נײַער אויסשטעלונג אין דער "מינאַ גאַלעריע", ניו-יאָרק, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך, צום מערסטן ישׂראלדיקע אָדער געוועזענע ישׂראלדיקע מאָלער און גראַפֿיקער. אויב סאַלמאַן רושדי איז אויסן געווען זיין אומשטאַנד צווישן מיזרח און מערבֿ, ווי אַ מוסולמענער, וואָס לעבט אין דער מערבֿדיקער וועלט, זשאָנגלירן די קינסטלערס צווישן זייער היימלאַנד, מדינת-ישׂראל, און דער שטאָט ניו-יאָרק. אָדער ווי בען טריט, איינער פֿון די נײַן קינסטלערס, וועלכע באַטייליקן זיך אין דער אויסשטעלונג, האָט מיר געזאָגט: "אונדזער ציל איז אַריבערצוּוואַרפֿן אַ בריק צווישן קאָנטינענטן, אויפֿן זעלבן אופֿן ווי מיר שטרעבן עס צו דערגרייכן צווישן פֿאַרשידענע קינסטלערישע זשאַנערס: אַרכיטעקטור, קינאָ, מאָלערײַ. דער געדאַנק פֿון 'אַריבערוואַרפֿן אַ בריק צווישן אָפּשטאַם און עקזיסטעננץ־רוים’ קומט ווי אַ רעזולטאַט פֿון צוויי פּראָדוקטן — אימיגראַציע און גלות."

בען טריט איז דער איינציקער קינסטלער אויף דער אויסשטעלונג וואָס איז נישט קיין געבוירענער ישׂראלי; ער האָט אימיגרירט קיין ישׂראל פֿון אַמעריקע און פֿאַרבראַכט דאָרט נײַן יאָר. אין ישׂראל האָט ער געגרינדעט אַ פּריוואַטע קונסט-שול אויפֿן נאָמען פֿון "ירושלים סטודיאָ שול" (ראָשי-תּיבֿות JSS). זײַנע ווערק צייכענען זיך אויס מיט אַ בכּיוונדיקער נעפּלדיקייט. ער שטרעבט צו פֿאַרווישן די גרענעצן צווישן פֿיגוראַציע און אַבסטראַקציע, און אַזוי אויסדריקן דאָס אינצווישן-אָרט און צוטיילן אים אַ געוויסן באַטײַט. ווען מע וואָלט געקוקט אויף זײַן געמעל פֿון קאָסמאָס, וואָלט מען נישט זיכער געווען, צי מע זעט אַ קלאַסישע, צי אַ מאָדערנע פֿיגור.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ראָמאַן אַבראַמאָוויטש און באָריס בערעזאָווסקי

די מענטשן, וועגן וועלכע עס גייט דאָ די רייד, האָב איך געזען איין מאָל אין מײַן לעבן. באָריס בערעזאָווסקי איז מיט אַ יאָר צען צוריק געקומען קיין אָקספֿאָרד און גערעדט דאָרטן פֿאַר אַ גרויסן עולם וועגן ... איך ווייס שוין ניט וועגן וואָס. מיר האָט זיך נאָר פֿאַרגעדענקט דער אַלגעמיינער אײַנדרוק, וואָס ער האָט אויף מיר דעמאָלט געמאַכט: אַ גוואַלדיק ניט קיין סימפּאַטישער פּאַרשוין. און דאָס, וואָס ער האָט גערעדט, האָט אויך מיך קליגער ניט געמאַכט. פֿאַרקערט, מיך האָט די גאַנצע צײַט ניט פֿאַרלאָזט דאָס געפֿיל, אַז ער וויל אונדז אָפּכיטרעווען.

אַ באַליידיקטער איז בערעזאָווסקי געווען, און האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. איין קלייניקייט — דער מענטש האָט געהאַלטן אין זײַנע הענט די גאַנצע רוסישע מלוכה; האָט אַרויסגערוקט וולאַדימיר פּוטינען, אָבער יענער האָט אים שיין אָפּגעדאַנקט: אַרויסגעטריבן פֿון לאַנד, אים געמאַכט פֿאַר אַ פּליט אין ענגלאַנד. ווען וולאַדימיר פּוטין איז אַרײַן אין די פֿעדערן, האָט ער זיך באַפֿרײַט פֿון דער מאַכט פֿון די "אָליגאַרכן", דאָס הייסט, פֿון די מענטשן וועלכע האָבן, ווי בערעזאָווסקי, פֿאַרכאַפּט אי געלט, אי פּאָליטיק. אין פּוטינס רוסלאַנד איז פֿאַרבליבן אַן אָרט פֿאַר ביליאָנערן, אָבער ניט פֿאַר "אָליגאַרכן". מיטן לאַנד קאָמאַנדעוועט איצט די ביוראָקראַטיע.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הערמאַן קעין

שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַ חבֿרה־מאַן וואָס הייסט הערמאַן קעין האָט אַ באַדערפֿעניש, נישט מיר נישט דיר, צוצושטעלן זיך צום ווײַסן שטול אין ווײַסן הויז און דווקא ווערן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, און פֿאַרוואָס נישט? אַיעדער בשׂר־ודם קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בויך, נאָך דערצו אַז מ׳האָט דאָ צו טאָן מיט אַ "פּיצאַ־מאַגנאַט."

האָט זיך הערמאַן קעינען דווקא פֿאַרגלוסט זיך צוצושטעלן צום פּאַראַד פֿון די קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער־קאַנדידאַטן, וואָס איינער לײַדט פֿון אַ חלאַת וואָס הייסט מאָרמאָניזם, אַ צווייטער לײַדט פֿון האָרמאָניזם, אַ דריטער פֿון באַפּטיזם, און אַ פֿערטע איז גאָר אַ מאַנספּאַרשוינטע, און זי לײַדט פֿון אַלגאָריזם. ס׳רעשט לײַדן אַלע פֿון סתּם רײַסן זיך אַרויפֿצודראַפּען אויפֿן גאָלדענעם לייטער און דערלאַנגען דאָס טעלערל פֿון הימל.

איז וואָס מוטשעט מען דעם עולם־גולם? מ׳דאַרף דאָך פֿאָרט אויסקלײַבן אַן אייבערדעקל־קאָמיסאַר, וואָס וועט קענען האַנדלען מיט אוזבעקי־בעקי און מיט קוטשיבאַמבאַ־באַמבאַ, מיט איראַקי־דאַקי און מיט קוקאַמאַנגאַ־מאַנגאַ.

געלט איז בײַ קיינעם נישט קיין מניעה, די טעלעוויזיע־אַפּאַראַטן קנאַקן, די קאַמערעס קנאַקן און ווער געניסט דעם אויבנאָן? נישט קיין אַנדערער ווי "דזשאַן וויין," דער אַמאָליקער העלד פֿון עקראַנען, און אונדזער הערמאַן קעין. אויסגעסטרויעט אין אַ קאָוובויסקן הוט, אַן אָנצוג מיט זײַדענע מאַנזשעטן, ממש אַ קאַוואַליר צום האָבן, נעמט ער און הייבט אָן רודערן מיט די וויאָסלעס:

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

אַ גוט מאכל דאַרף נישט בלויז זײַן געשמאַק, נאָר שיין אויך. אַ דאַנק די קאַבאַקלעך און פּאָמידאָרן, איז דאָס ווײַטערדיקע הינדל־געקעכץ פֿול מיט קאָלירן — אַ מחיה צו קוקן אויף דעם!


3/4 טעפּל ראַזעווער קוסקוס

1 פֿונט רויע בייליק־קאָטלעטן אָן הויט אָדער ביינער

שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1 לעפֿל איילבערט־בוימל

1/2־1 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע

2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע

2 טעפּלעך צעהאַקטע פּאָמידאָרן

1/2 לעפֿעלע קעמיניק

1/2 לעפֿעלע צימערינג

2 טעפּלעך נאַהיט, אָפּגעגאָסן