הערמאַן קעין |
Credit: Getty Images |
שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַ חבֿרה־מאַן וואָס הייסט הערמאַן קעין האָט אַ באַדערפֿעניש, נישט מיר נישט דיר, צוצושטעלן זיך צום ווײַסן שטול אין ווײַסן הויז און דווקא ווערן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, און פֿאַרוואָס נישט? אַיעדער בשׂר־ודם קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בויך, נאָך דערצו אַז מ׳האָט דאָ צו טאָן מיט אַ "פּיצאַ־מאַגנאַט."
האָט זיך הערמאַן קעינען דווקא פֿאַרגלוסט זיך צוצושטעלן צום פּאַראַד פֿון די קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער־קאַנדידאַטן, וואָס איינער לײַדט פֿון אַ חלאַת וואָס הייסט מאָרמאָניזם, אַ צווייטער לײַדט פֿון האָרמאָניזם, אַ דריטער פֿון באַפּטיזם, און אַ פֿערטע איז גאָר אַ מאַנספּאַרשוינטע, און זי לײַדט פֿון אַלגאָריזם. ס׳רעשט לײַדן אַלע פֿון סתּם רײַסן זיך אַרויפֿצודראַפּען אויפֿן גאָלדענעם לייטער און דערלאַנגען דאָס טעלערל פֿון הימל.
איז וואָס מוטשעט מען דעם עולם־גולם? מ׳דאַרף דאָך פֿאָרט אויסקלײַבן אַן אייבערדעקל־קאָמיסאַר, וואָס וועט קענען האַנדלען מיט אוזבעקי־בעקי און מיט קוטשיבאַמבאַ־באַמבאַ, מיט איראַקי־דאַקי און מיט קוקאַמאַנגאַ־מאַנגאַ.
געלט איז בײַ קיינעם נישט קיין מניעה, די טעלעוויזיע־אַפּאַראַטן קנאַקן, די קאַמערעס קנאַקן און ווער געניסט דעם אויבנאָן? נישט קיין אַנדערער ווי "דזשאַן וויין," דער אַמאָליקער העלד פֿון עקראַנען, און אונדזער הערמאַן קעין. אויסגעסטרויעט אין אַ קאָוובויסקן הוט, אַן אָנצוג מיט זײַדענע מאַנזשעטן, ממש אַ קאַוואַליר צום האָבן, נעמט ער און הייבט אָן רודערן מיט די וויאָסלעס:
"איך פֿאַרזיכער אײַך, אַמעריקאַנער מענטשהייט. אַלץ וואָס איר וועט זיך מוזן בײַ מיר פֿאַרפֿליכטן איז צו צאָלן אַן אָפּצאָל פֿון נײַן־נײַן־נײַן! כ׳האָב געטראַכט פֿון זעקס־זעקס־זעקס אָדער זיבן־זיבן־זיבן. איז מיר דווקא געווען צום האַרצן נײַן־נײַן־נײַן. פֿאַרלאָזט זיך אויף מיר, איך בין אײַער מענטש, איינער פֿון אײַך, איך ווייס אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. און אויב איך ווייס נישט, וועלן מײַנע קאַבינעט־מיניסטאָרן מיר אונטערזאָגן, וואָס? בוש האָט געמעגט? וועט עס טויגן פֿאַר מיר אויך. איז אַדרבא! לאָמיך הערן וואָס עס הערט זיך אין אוזבעקי־בעקי־בעקי? אַהאַ!!! כ׳האָב אײַך געכאַפּט אויף דער ווענדקע. איר ווייסט אויך נישט."
וויל פֿאָרט די וועלט וויסן, וואָס ס׳הערט זיך מיטן קוועטשן און טאַפּן די ספּודניטשקעס בײַם ווײַבערשן מין, און דווקא בלאָנדינקעס, און דווקא ווען זיי ווענדן זיך צו אים נאָך אַ "דזשאַב, דזשאַב, דזשאַב..." זאָגט ער זיי צו גאָלדענע גליקן, דער עיקר דאָרט, אויבן, אויף די אייבערשטע שטאָקן, אין זײַנע קאַבינעטן. דאָרט געפֿינט זיך אַ פּליושענע קוסעטקע, וווּ מ׳קען פּראַקטיצירן די חכמה פֿון "איך אָדם און דו חוה." אָבער אונדזער העלד שרעקט זיך נישט אָפּ, נאָך אַלעמען האָבן זיך אויסגעצייכנט אין דער חכמה דער פֿול־בלוטיקער פּרעזידענט ביל קלינטאָן. דער קורץ־צײַטיקער גובערנאַטאָר עליאָט שפּיצער, און דער ברויזנדיקער קאָנגרעסמאַן ענטאָני ווינער.
האָט זיך אָבער זײַן ווײַבל נישט געלאָזט שפּײַען אין דער קאַשע און זי איז אַרויס מיט לשון, ס׳הייסט אויף איר לשון:
"אַללאַ אַכבאַר! ניעזשעלי האָסטו שוין פֿאַרגעסן, אַז איך טראָג דײַן אינווענטאַר. איך האַלט שוין העט בײַם אויסלאָדענען דײַן בכור. ער איז ממש אַ שור־הבר, און וואָס טוסטו? דו טוסט, וואָס אין דער קאָרט. איך וואָרן דיך כאַבינעלע. כ׳וועל פֿון דיר מאַכן אַ בובעלע, און אויב דו פֿאַלסט אַרײַן צו מײַנע ברידערלעך קיש־קאַש, אַזוי מאַכן זיי פֿון דיר קרעפּל־פֿלייש."
און וואָס איז מכּוח דעם אַלטן בערלוסקאָני אינעם קעניגרײַך פֿונעם פּויפּסט? ער ברויערט אַרום ווי אַ יונגער־מאַנטשיק מיט זײַן קאַנטשיק. ער הוליעט דורך די נעכט און דורך די טעג, און בשעת רוים ברענט, פֿידלט ער אויף זײַן טרומייט און צעלייגט זיך אין דער לענג און אין דער ברייט.
אָבער ווי נאָר די אַלטע בערלוסקאָניכע האָט דאָס דערשפּירט, האָט זי געכאַפּט דאָס וואַלגערהאָלץ און פֿאַרפֿירט:
"שיקסלעך ליגן דיר אין זין.
און יאַך, און יאַך, און יאַך וווּ בין?
דײַן הייס געליבטע פֿראַו, אוי!
דײַן הייס געליבטע פֿראַו, אוי, אוי, אוי..."
איז לאָמיר זיך אומקערן צום פּיצאַ־פּײַניק. ער פּײַניקט זיך נישט, חלילה, ער שטראַלט, ער פּראַלט, מ׳מעסט אים אויף דער סקאַלע פֿון איינס ביז צען, גרייכט ער שוין ביז צוואַנציק. האָט מען אים געכאַפּט אויף דער ווענדקע, און צוגעשטעלט צום ווענטל:
"ביסט דאָך שוין נישט קיין 'מאַלטשיק’ (ייִנגעלע)
איז צו וואָס טויג דיר די 'עסקאַפּאַדע?’
דערלאַנג אונדז אַן אַנדער סערענאַדע?"
שטעלט ער זיך אַוועק ווי אַ געווינער, דער הערמאַן, און מאַכט:
"מײַנע אַפֿערעס? זײַנען נישט מער ווי אַ באַנדע ווײַבער, כאָלערעס?
ליגנערקעס, מ׳זעט עס אויף זייער פּנים —
און ס׳רעשט האָב איך זיי אויסגעצאָלט די מזומנים."
נאָך איידער מ׳האָט אים אונטערגעשטעלט אַ בענקל. נאָך איידער ער האָט זיך געלאָזט מעסטן זײַן בלוטדרוק, האָט מען אים צוגעשטעלט דאָס שקר־געזעסל, האָט עס דאָך אים נישט געשמעקט, איז ער אַוועק צו אַ פּסיכיאַטער, פּראָפֿעסאָר, ד״ר מודה אַני, און זיך גענומען פֿאַר אים קלאָגן, אַז מ׳דערגייט אים די יאָרן. אָט! אָט! און מ׳לייגט אים אין אָרון.
"אין אונדזער פּראָפֿעסיע פֿירט זיך, מיסטער קעין, אַז מען מוז אויסזאָגן פֿון חדר."
"פּראָפֿעסאָר מודה אַני, נאָך ווי אַ בחור בין איך אַמאָל געווען אַ גוטער קוכער, געקענט צושטעלן אַ מאכל פֿאַרן בײַכל אויף אַלע ייִדישע קינדער; כּשרע פּיצאַ הייסט עס."
"מיסטער קעין! שטעלט צו אַן אויער, וועל איך אײַך דערציילן אַ מעשׂה גאָר, וואָס ס׳וועט זיך ענדיקן מיט אַ מעטאַפֿאָר."
"ד״ר מודה אַני! ס׳וועט כאָטש זײַן אַ טראָפּן 'פֿאַני’?׳"
"פֿאַני," ווי אַ "פּאַראַנויע." איז הערט! איך האָב אַמאָל געלייענט אין די מעדיצינישע בלעטער וועגן אַן עקספּערימענט וואָס אַ יונגער וויסנשאַפֿטלער, האָט אַדורכגעפֿירט אויפֿן אויפֿפֿיר פֿון אַ מענטשן, אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. ער האָט געהייסן ד״ר כּלא־ידע. ער האָט געשטאַמט פֿון טימבאַקטו. דאָס איז לעבן אָשקאָש, ניו־דזשוירזי, און האָט באַקומען זײַן מעדיצינישע און פּסיכישע דערציִונג אין טיבעט. דער דאַלײַ לאַמאַ איז געווען איינער פֿון זײַנע פּאַציענטן, און יענער האָט אים אויסגעזאָגט דעם סוד פֿון אַלע מיסטישע סודות, די דאַטע ווען משיח וועט קומען. איז וווּ האַלטן מיר? יאָ, אָט דער ד״ר כּלא־ידע האָט געאַרבעט מיט וואַנצן און מיט פֿליי. אים איז געגאַנגען אין לעבן צו דערגיין פֿאַרוואָס בײַסן די וואַנצן, און די פֿליי טאַנצן? פֿון וואַנען איז צו זיי דערגאַנגען אַזאַ פֿרייד אין לעבן? איז דאָס בײַ זיי געווען גענעטיש אָדער בירושה."
האָט ד״ר כּלא־ידע געכאַפּט אַ פּאָר פֿליי און זיי אַרײַנגעזעצט אין אַ סלוייִקל, האָבן זיי געשפּרונגען און געטאַנצט פֿאַר שׂימחה. איז ער געגאַנגען און אָפּגעשניטן איין פֿליגעלע בײַ אַ פֿלוי. אָבער די פֿלוי האָט נאָך אַלץ געטאַנצט און געשפּרונגען אין דער לופֿטן פֿאַר פֿרייד. האָט ער בײַ איר אָפּגעשניטן אַ צווייט פֿליגעלע, און דערזען אַז די פֿלוי שפּרינגט און טאַנצט נאָך אַלץ.
ממש צו באַוווּנדערן, האָט ד״ר כּלא־ידע אָפּגעשניטן איין פֿיסעלע בײַ דער זעלביקער פֿלוי. אָבער דאָס האָט זי נישט אָפּגעהאַלטן פֿון טאַנצן און פֿרייען זיך מיטן לעבן. ממש אַ וווּנדער אין סלוייִקל. איז ער געגאַנגען און אָפּגעשניטן דאָס צווייטע דינע פֿיסעלע בײַ דער זעלביקער פֿלוי. "דער עקספּערימענט איז געלונגען, מיסטער הערמאַן קעין."
"וואָס איז ער דערגאַנגען, דער פּראָפֿעסאָר, ד״ר כּלא־ידע יודע?"
"ער איז דערגאַנגען אַז די פֿלוי איז טויב."
"אַנטקעגן וואָס דערציילט איר מיר אַזאַ נאַרישעוואַטע מעשׂה מיט אַ ד״ר כּלא־ידע?"
"אנטקעגן דעם וואָס אין ווײַסן הויז זײַנען אויך דאָ פֿליי וואָס שפּרינגען און טאַנצן, און וויפֿל מען זאָל בײַ זיי נישט אָפּשערן די פֿליגעלעך, און אָפּהאַקן די פֿיסעלעך, בלײַבן זיי אייביק טויב."