קונסט
נועה חרובֿי שטייט לעבן אירע ווערק
נועה חרובֿי שטייט לעבן אירע ווערק
Credit: Adi Mahalel

"אַ מאָל פֿילן מיר, אַז מיר צעשפּאַלטן זיך אויף צוויי קולטורן, און אַ מאָל, אַז מיר פֿאַלן אַרײַן צווישן צוויי בענקעלעך". אָט די ווערטער פֿון סאַלמאַן רושדי ווערן אַרויסגעבראַכט, ווי אַ מאָטאָ, אויף די פֿאַרבעטונגען צו דער נײַער אויסשטעלונג אין דער "מינאַ גאַלעריע", ניו-יאָרק, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך, צום מערסטן ישׂראלדיקע אָדער געוועזענע ישׂראלדיקע מאָלער און גראַפֿיקער. אויב סאַלמאַן רושדי איז אויסן געווען זיין אומשטאַנד צווישן מיזרח און מערבֿ, ווי אַ מוסולמענער, וואָס לעבט אין דער מערבֿדיקער וועלט, זשאָנגלירן די קינסטלערס צווישן זייער היימלאַנד, מדינת-ישׂראל, און דער שטאָט ניו-יאָרק. אָדער ווי בען טריט, איינער פֿון די נײַן קינסטלערס, וועלכע באַטייליקן זיך אין דער אויסשטעלונג, האָט מיר געזאָגט: "אונדזער ציל איז אַריבערצוּוואַרפֿן אַ בריק צווישן קאָנטינענטן, אויפֿן זעלבן אופֿן ווי מיר שטרעבן עס צו דערגרייכן צווישן פֿאַרשידענע קינסטלערישע זשאַנערס: אַרכיטעקטור, קינאָ, מאָלערײַ. דער געדאַנק פֿון 'אַריבערוואַרפֿן אַ בריק צווישן אָפּשטאַם און עקזיסטעננץ־רוים’ קומט ווי אַ רעזולטאַט פֿון צוויי פּראָדוקטן — אימיגראַציע און גלות."

בען טריט איז דער איינציקער קינסטלער אויף דער אויסשטעלונג וואָס איז נישט קיין געבוירענער ישׂראלי; ער האָט אימיגרירט קיין ישׂראל פֿון אַמעריקע און פֿאַרבראַכט דאָרט נײַן יאָר. אין ישׂראל האָט ער געגרינדעט אַ פּריוואַטע קונסט-שול אויפֿן נאָמען פֿון "ירושלים סטודיאָ שול" (ראָשי-תּיבֿות JSS). זײַנע ווערק צייכענען זיך אויס מיט אַ בכּיוונדיקער נעפּלדיקייט. ער שטרעבט צו פֿאַרווישן די גרענעצן צווישן פֿיגוראַציע און אַבסטראַקציע, און אַזוי אויסדריקן דאָס אינצווישן-אָרט און צוטיילן אים אַ געוויסן באַטײַט. ווען מע וואָלט געקוקט אויף זײַן געמעל פֿון קאָסמאָס, וואָלט מען נישט זיכער געווען, צי מע זעט אַ קלאַסישע, צי אַ מאָדערנע פֿיגור.

אויב בען טריטס ווערק שטרעבן צו זײַן וואָס מער פֿאַרנעפּלט, זענען די בילדער פֿון דער קינסטלערין נועה חרובֿי אין גאַנצן היפּוכדיקע. זי שטעלט אויס איר סעריע פֿון פּאָליטישע געמעלן, וואָס צילעווען דווקא אונטערצושטרײַכן די פֿאַראַנענע חילוקים און קאָנטראַסטן צווישן זאַכן. אויף איין בילד זעט מען אַ יונגן פּאַלעסטינער אַרעסטאַנט; אויף אַן אַנדערן — ווערן געמאָלן צעשטערטע בנינים אין עזה. פֿון ביידע זײַטן פֿון אַ וואַנט, זײַנען אויסגעשטעלט געמעלן פֿון די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אין פֿאַרשידענע פּאָזעס.

זי לעבט אין ניו־יאָרק שוין 4 יאָר און שטודירט קונסט. אין איר לעצטן זמן פֿון שטודירן איז פֿאָרגעקומען די לעצטע מיליטערישע אָפּעראַציע אין עזה "צעשמאָלצן בלײַ". ווי זי זאָגט אַליין, איז דאָס געווען די ערשטע ישׂראל־מלחמה וועלכע זי האָט איבערגעלעבט אין אויסלאַנד. זי איז געווען שאָקירט פֿון דעם, וואָס זי רופֿט "פּרעצעדענטלאָזע דערשײַנונג אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט פֿון בלינדן פּאַטריאָטיזם."

באַזירנדיק זיך אויף נאַכט-זעאונג, פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס זי האָט צונויפֿגעזאַמלט פֿון דער אינטערנעץ, האָט נועה חרובֿי געשאַפֿן אירע אייגענע געמעלן — טינט־אויף־פּאַפּיר. "די פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען פֿאַרנעפּלט, בלויז שוואַרץ און גרין. זיי זענען אויסן אַוועקצונעמען די אָנקוקערס צו אַ כּמעט פֿאַנטאַסטיש אָרט, און דערמיט באַטאָנען דעם געדאַנק, ווי אַזוי פֿאַנטאַזיע בכלל איז אַ טייל פֿון דעם, וואָס עס פֿירט אונדז אין לעבן."

נועה דערציילט, ווי זי באַניצט אַ סך צערעמאָניאַלע און מיסטעריעזע מאָטיוון פֿון אַרויסגיין בײַ נאַכט צו אַ מיליטערישער אַקטיוויטעט. דערמיט וועט זי אפֿשר קאָנען ענטפֿערן יענע, וועלכע האָבן טענות צו איר, הלמאַי זי באַווײַזט נישט, למשל, די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן. "איך בין אַן ישׂראלדיקע, — זאָגט זי, — און מיך אינטערעסירן, קודם־כּל, די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. איך בין קיינמאָל נישט געווען אין עזה, מע לאָזט נישט אַרײַן אַהין סאָלדאַטקעס. זיך מאָביליזירן אין צה״ל איז מיר אַ באַקאַנטע איבערלעבונג, איך קען נישט קיין 'כאַמאַסניקעס’."

גיל אבֿן-צור מיט זײַן נאָמאַדיש-סינאַגאָגע
גיל אבֿן-צור מיט זײַן נאָמאַדיש-סינאַגאָגע
Credit: Adi Mahalel

דער אַרכיטעקט גיל אבֿן-צור שטעלט אויס אַ מאָדעל פֿון אַ נאָמאַד־סינאַגאָגע. נאָכמאַכנדיק אַ בעדויִנער געצעלט, פּראָבירט ער דערמיט אויסצודריקן די גלות־איבערלעבונג, וואָס לויט אים, קען מען נישט דעפֿינירן לויט קיין ספּעציפֿיש אָרט. "די איבערלעבונג פֿון נע-ונד איז תּמיד געווען פֿאַרבונדן מיטן געפֿיל פֿון בלײַבן אָן אַ מדינה, לעבן אָן זיכערקייט, און אַלע מאָל זײַן גרייט זיך צו לאָזן אין וועג ווײַטער." די אינספּיראַציע פֿאַר זײַן מאָדעל שעפּט ער פֿון די קינדער־יאָרן; ער איז אויפֿגעוואַקסן אין דער ספֿרדישער קהילה אין חדרה. נישט פֿאַרמאָגנדיק קיין עכטע געבײַדע, פֿלעגט די קהילה זיך צונויפֿקומען יום-כּיפּור אין אַ קלאַס-צימער פֿון אַן אָרטיקער שול. דער רבֿ איז אַליין געווען אַן אַרבעטער אין אַ פּאַנטשער-פֿאַבריק, און אבֿן-צור געדענקט, ווי אַזוי די ענערגיע פֿון די דאָזיקע צונויפֿקומענישן, די זמירות און דאָס דאַווענען, האָט איבערגעשטיגן דאָס פֿעלן פֿון אַ פּערמאַנענטן בנין."

נאָך אַ מין מאָדעל אויף דער אויסשטעלונג זענען ליאור גריידיס דרײַ ביכער-פּאָליצעס. ער דערציילט אַז אויף אַזאַ אופֿן, אויסשטעלנדיק די ביכער אי אויף העברעיִש, אי אויף ענגליש, ווײַזט ער זײַן אייגענע אידענטיטעט, ווי איינער וואָס לעבט שוין 13 יאָר אין ניו-יאָרק. "די דרײַ ביכער-פּאָליצעס זענען פֿאַרבונדן מיטן געדאַנק פֿון שפּראַך, וואָס רעפּרעזענטירט אידענטיטעט און קולטור. מע זאַפּט אין זיך אַרײַן עפּעס אַנדערש, בעת מע לעבט אין אַן אַנדער אָרט און מע נעמט זיך אָן מיט אַן אַנדער לשון. און פֿאָרט איז עס דאָס מאַמע-לשון וואָס עס איז צום מערסטנס פֿאַרבונדן מיט דיר."

ליאור גריידי האָט געשילדערט די אינטימסטע איבערלעבונג פֿון לייענען אַ בוך, ווי אַ בוך פֿאָרט מיט דיר מיט, און דו לאָזט אויפֿן בוך איבער די וואַרעמקייט פֿון דײַנע הענט. האָב איך געזאָגט ליאורן, אַז זײַינע ווערק טראָגן אין זיך אַ מין נאָסטאַלגישע רעאַקציע אויף דער הײַנטיקער האָמאָגענישער דיגיטאַליזירונג פֿון אָט דער איבערלעבונג. און בכלל, רופֿט די גאַנצע אויסשטעלונג אַרויס אַן אינטערעסאַנטע דיסקוסיע מכּוח אידענטיטעט — עפּעס וואָס די הײַנטיקע גלאָבאַליזירטע וועלט דערמעגלעכט. זי איז סײַ אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם מענטש און סײַ אַן אָפּרוף אויף דער שטרעבונג פֿון גלאָבאַלן קאַפּיטאַליזם צו טאָטאַלער גלײַך-מיניקייט.

ליאור גריידי לעבן איינער פֿון זײַנע דרײַ ביכער-פּאָליצעס
ליאור גריידי לעבן איינער פֿון זײַנע דרײַ ביכער-פּאָליצעס
Credit: Adi Mahalel

די אויסשטעלונג הייסט אויף ענגליש "Imaginary Homelands", און זי וועט אָנגיין ביז דעם 6טן דעצעמבער. דער אַדרעס פֿון דער "מינאַ גאַלעריע" איז: 15 וועסט 32טע קופּער־סקווער גאַס אין מאַנהעטן, טעלעפֿאָן-נומער: 212־253־5894.