הגם די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — ווערט דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו, דער עיקר, באַשריבן פֿריִער אין דער תּורה. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב אין דער באַרימטער מערת־המכפּלה.
דערנאָך קומט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַזוי אַבֿרהם האָט געזוכט אַ געהעריקן שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, איז געגאַנגען קיין אַרם־נהרים — די געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב אַן אָרטיק מיידל, ווען ער בעט בײַ איר וואַסער צו טרינקען בײַם ברונעם, וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען — מוז זי זײַן יצחקס ריכטיקע באַשערטע.
באַלד נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם געקומען רבֿקה — די טאָכטער פֿון בתואל, אַבֿרהמס פּלימעניק — און האָט פֿאָרגעלייגט וואַסער אליעזרן און זײַנע קעמלען. אויפֿן וועג צו אַבֿרהמען, האָט רבֿקה געטראָפֿן יצחקן, וועלכער האָט דעמאָלט געדאַוונט אין אַ פֿעלד; זיי האָבן געפֿעלן איינע דעם צווייטן און באַשלאָסן חתונה צו האָבן.
ווי עס דערציילן די חז״ל, האָט יצחק דערזען באַלד נאָך דער חתונה, אַז צוליב זײַן ווײַב האָבן זיך אין זײַן היים געוויזן ספּעציעלע ברכות, וועלכע האָבן געפֿעלט זינט זײַן מאַמע, שׂרה, איז ניפֿטר געוואָרן. רבֿקהס חלה-טייג האָט תּמיד געראָטן, אירע שבת-ליכט האָבן געברענט במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך, און אַ הייליקער שכינה־וואָלקן האָט תּמיד אַרומגערינגלט זייער געצעלט.
ווײַטער גייט אין דער פּרשה אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט ווידער חתונה געהאַט; זײַן צווייטע ווײַב האָט געהייסן קטורה. רש״י דערקלערט, על־פּי־מדרש, אַז דאָס איז געווען זײַן געוועזענע פּלגש הגר, די מאַמע פֿון ישמעאל. בײַם סאַמע סוף פֿון דער סדרה ווערט דערציילט, אַז אַבֿרהם איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 175 יאָר, און זײַנע זין האָבן אים באַערדיקט לעבן שׂרהן אין דער זעלבער הייל, מערת־המכפּלה.
ווי עס שטייט אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער הײַנטיקער סדרה, האָט שׂרה געלעבט "הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר". די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ אומגעוויינטלעכער אויסדרוק איז מרמז, אַז יעדער דערמאָנטער טייל פֿון שׂרהס לעבן — זיבן, צוואָנציק און הונדערט יאָר — איז געווען פּונקט אַזוי הייליק און וויכטיק, ווי די אַנדערע צוויי.
ווען מע ווינטשט עמעצן אַריכות־ימים, גיט מען אַ ברכה צו דערלעבן ביז 120 יאָר, ווײַל קיינער דערוואַרט נישט צו דערגרייכן אַ העכערן עלטער. בלויז אין אַ פּאָר דאָקומענטירטע פֿאַלן — ווי מע זאָגט, איינמאָל אין אַ יובֿל — האָבן אַ פּאָר יחידים געהאַט די זכיה צו דערגרייכן אַ מער בכּבֿודיקע עלטער.
די תּורה זאָגט אונדז, אַז שׂרה האָט דערלעבט ביז די געבענטשטע 120 יאָר, און אָפּגעלעבט נאָך זיבן "צוגאָב"־יאָר. 120 איז אַ צאָל, וואָס סימבאָליזירט שלימות. עס זענען פֿאַראַן 12 חדשים אינעם יאָר; יעדער חודש איז פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסן שטאַפּל פֿונעם נאַטירלעכן סעזאָן־ציקל, ווי אויך — ווי עס שטייט אין די קבלה־ספֿרים — מיט אַ געוויסן פּסיכאָלאָגישן טיפּ. עס זענען אויך פֿאַראַן 12 פֿאַרשיידענע אופֿנים, ווי אַזוי מע קאָן צונויפֿשטעלן די אותיות אינעם שם־השם; יעדע קאָמבינאַציע איז אַ באַזונדערער הייליקער נאָמען, וואָס באַצייכנט אַ געוויסן מין ג־טלעכע אַנטפּלעקונג.
על־פּי־קבלה, ווערט דער אוניווערס געפֿירט דורך 10 ג־טלעכע ספֿירות; אין יעדער זאַך אין דער וועלט קאָן מען געפֿינען די דאָזיקע 10 אַספּעקטן. דער מענטשלעכער געדאַנק־פּראָצעס ווערט אויך אײַנגעטיילט, לויט די מקובלים, אויף 10 אַלגעמיינע מדרגות. במשך פֿון 120 יאָר — 10 מאָל 12 — קאָן אַ מענטש באַקומען אַן אַלזײַטיקע לעבן־דערפֿאַרונג, צו אַנטפּלעקן אין זיך, און צו פֿאַרשפּרייטן אַלע סאָרטן גײַסטיקע השפּעות.
די צאָל 7 איז אויך אַ באַרימטער סימבאָל פֿון שלימות, וואָס שפּילט גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין ייִדישקייט. די 7 טעג אין דער וואָך און די 7 ליכט פֿון דער מנורה, וועלכע האָט געברענט אינעם בית־המיקדש, סימבאָליזירן די נידעריקסטע 7 ספֿירות, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיט עמאָציאָנעלע דערפֿאַרונגען. אַלע צאָלן אין דער תּורה טראָגן אין זיך אַ טיפֿן סימבאָלישן באַדײַט; מע קאָן זאָגן, אַז שׂרהס עלטער איז אַ סימן, אַז זי האָט דערגרייכט אַ טאָפּלטע שלימות: זי האָט דורכגעמאַכט אַלע 120 מינים דערפֿאַרונג און אַנטפּלעקט אין זיך אַלע ספֿירות און פּסיכאָלאָגישע אַספּעקטן, און דערצו באַקומען נאָך אַ צווייטן מין שלימות פֿון זיבן "הוספֿה"־יאָר.
מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר געשמועסט, צי אַבֿרהם־אָבֿינו האָט ריכטיק געטאָן, ווען ער האָט מסכּים געווען צו ברענגען יצחקן פֿאַר אַ קרבן. אַלע מפֿרשים זענען מסכּים — און דאָס איז אַ וויכטיקער יסוד אין ייִדישקייט בכלל — אַז לאַחר־המעשׂה איז אַבֿרהמס באַוויליקייט אויסצופֿירן דעם רצון־השם, ווי אויך די מסירת־הנפֿש פֿון יצחקן, דורך וועלכער ער האָט, על־פּי־חז״ל, פֿרײַוויליק מסכּים געווען צו ווערן אַ קרבן, איז פֿאַררעכנט געוואָרן ווי אַ גרויסע מיצווה און געוואָרן אַן אייביקער קוואַל פֿון ברכה און זכות פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.
די שאלה איז אָבער, צי אַבֿרהם האָט ריכטיק געטאָן מלכתּכילה, ווען ער האָט מסכּים געווען צו שעכטן זײַן זון. ס׳רובֿ מפֿרשים האַלטן, אַז יאָ; יוסף כּספּי, אַ פּראָמינענטער און אָריגינעלער דענקער, און אייניקע אַנדערע קאָמענטאַטאָרן זאָגן, אַז נישט. לויט יוסף כּספּיס מיינונג, האָט אַבֿרהם אָבֿינו געדאַרפֿט זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער פּרוּווט אויס זײַן פֿעיִקייט צו מאַכן ריכטיקע באַשלוסן און וויל נישט, חלילה, קיין מענטשלעכע קרבנות. פֿונדעסטוועגן, ווי באַלד אַבֿרהם אָבֿינו האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען, איז די עקדה־מעשׂה פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ מיצווה.
די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן צוליב דעם שאָק, ווען זי איז געווויר געוואָרן, אַז איר מאַן האָט שיִער נישט געשאָכטן זייער זון. על־פּי־חסידות, האָט שׂרה אָנגעהויבן טראַכטן וועגן יצחקס מסירת-נפֿש און האָט זיך אַזוי רעאַליסטיש פֿאָרגעשטעלט די עקדה, אַז איר נשמה האָט פֿאַרלאָזט דעם גוף, ווי זי וואָלט אַליין געשאָכטן געוואָרן פֿאַר אַ קרבן.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַבֿרהמען, וועלכער האָט געמוזט מאַכן דעם שווערן באַשלוס, איז שׂרה נישט געווען פֿיזיש באַטייליקט אין דער עקדה; צוליב איר מיטגעפֿיל איז אָבער יצחקס מסירת־נפֿש געוואָרן ממש אַ טייל פֿון לעבן — און אַ סיבה פֿון איר טויט. די פֿעיִקייט מיטצופֿילן יענעמס שׂימחות און ווייטיקן איז, באמת, אַ גרויסע מעלה, וואָס גיט די מעגלעכקייט דורכצומאַכן אַ שטיקל פֿון יענעמס לעבן — אויב אַפֿילו ס׳איז פּײַנלעך און אומבאַקוועם.
מע קאָן זאָגן, אַז שׂרה האָט איבערגעלעבט, אַחוץ אירע אייגענע "120 יאָר", אויך דאָס לעבן פֿון די אַנדערע מענטשן, פֿאַר וועלכע זי האָט זיך געזאָרגט מיטן גאַנצן האַרצן, מיט אַלע 7 מינים פֿון עמאָציאָנעלע אויסדרוקן. צוליב דעם, וואָס די איבערלעבונגען פֿון די אַנדערע זענען געווען אַ טייל פֿון איר לעבן, האָט שׂרה זוכה געווען צו בלײַבן לעבן אין די הערצער פֿון די אַנדערע, ברענגענדיק ווײַטער די ברכה אין דער וועלט.