געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ראָמאַן אַבראַמאָוויטש און באָריס בערעזאָווסקי
ראָמאַן אַבראַמאָוויטש און באָריס בערעזאָווסקי
Credit: Getty Images

די מענטשן, וועגן וועלכע עס גייט דאָ די רייד, האָב איך געזען איין מאָל אין מײַן לעבן. באָריס בערעזאָווסקי איז מיט אַ יאָר צען צוריק געקומען קיין אָקספֿאָרד און גערעדט דאָרטן פֿאַר אַ גרויסן עולם וועגן ... איך ווייס שוין ניט וועגן וואָס. מיר האָט זיך נאָר פֿאַרגעדענקט דער אַלגעמיינער אײַנדרוק, וואָס ער האָט אויף מיר דעמאָלט געמאַכט: אַ גוואַלדיק ניט קיין סימפּאַטישער פּאַרשוין. און דאָס, וואָס ער האָט גערעדט, האָט אויך מיך קליגער ניט געמאַכט. פֿאַרקערט, מיך האָט די גאַנצע צײַט ניט פֿאַרלאָזט דאָס געפֿיל, אַז ער וויל אונדז אָפּכיטרעווען.

אַ באַליידיקטער איז בערעזאָווסקי געווען, און האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. איין קלייניקייט — דער מענטש האָט געהאַלטן אין זײַנע הענט די גאַנצע רוסישע מלוכה; האָט אַרויסגערוקט וולאַדימיר פּוטינען, אָבער יענער האָט אים שיין אָפּגעדאַנקט: אַרויסגעטריבן פֿון לאַנד, אים געמאַכט פֿאַר אַ פּליט אין ענגלאַנד. ווען וולאַדימיר פּוטין איז אַרײַן אין די פֿעדערן, האָט ער זיך באַפֿרײַט פֿון דער מאַכט פֿון די "אָליגאַרכן", דאָס הייסט, פֿון די מענטשן וועלכע האָבן, ווי בערעזאָווסקי, פֿאַרכאַפּט אי געלט, אי פּאָליטיק. אין פּוטינס רוסלאַנד איז פֿאַרבליבן אַן אָרט פֿאַר ביליאָנערן, אָבער ניט פֿאַר "אָליגאַרכן". מיטן לאַנד קאָמאַנדעוועט איצט די ביוראָקראַטיע.

דעם צווייטן מענטשן, ראָמאַן אַבראַמאָוויטשן, אויך אַן "אָליגאַרך" פֿון די 1990ער יאָרן, האָב איך מיט אַ יאָר פֿינף צוריק געזען אין דער קראָאַטישער שטאָט דובראָווניק. דאָס איז געווען דער לעצטער אָוונט פֿון אונדזערע זומער-וואַקאַציעס, און מיר זײַנען אַרויס פֿון דער "לעצטער וועטשערע" אין אַ רעסטאָראַן. מײַן ווײַב איז געווען די ערשטע, וואָס האָט באַמערקט אַבראַמאָוויטשן, זײַן חבֿרטע דאַשאַ, און נאָך עטלעכע מענטשן, וואָס האָבן פּשוט שפּאַצירט אין דער קליינטשיקער שטאָט. די איינציקע ווערטער, וועלכע איך האָב געהערט פֿון דעם ביליאָנער, האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ בקשה צו איינעם פֿון דער סוויטע, אַז יענער זאָל אים קויפֿן אײַזקרעם.

הקיצור, איך האָב זיך ריינגעוואַשן: כ׳האָב ניט קיין שײַכות צו אָט די צוויי — און אויך אַנדערע — ייִדן (צי האַלבע ייִדן), וועלכע זײַנען געוואָרן פֿאַנטאַסטיש רײַך אין רוסלאַנד. צוויי פֿון זיי, די מיר ניט-באַקאַנטע בערעזאָווסקי און אַבראַמאָוויטש, האָבן זיך איצט באַגעגנט אין אַ לאָנדאָנער געריכט. פֿאַר וואָס דווקא אין לאָנדאָן? ערשטנס, וווינען זיי דאָרטן, פּונקט אַזוי ווי אַ סך אַנדערע רײַכע רוסישע לײַט, וועלכע זײַנען געוואָרן בריטישע תּושבֿים. צווייטנס, ווײַל בערעזאָווסקי קען ניט קומען קיין רוסלאַנד, וווּ ער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף צו פֿאַרברענגען עפּעס אַ צאָל יאָרן אין תּפֿיסה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער קוואַליטעט פֿון דער רוסישער פֿעמידע איז זייער גוט, און טרויעריק, באַקאַנט.

בערעזאָווסקי האָט אינוועסטירט אַרום 160 מיליאָן דאָלאַר אין פֿאַרשיידענע הוצאות, בתוכם אין אַדוואָקאַטן, בראָש מיט לאָרענס ראַבינאָוויץ, אַ "שטערן" צווישן די בריטישע מומחים אין קאָמערץ-יוריספּרודענץ. דער ציל פֿונעם געריכט איז אַ פּשוטער — אויסצוקוועטשן פֿון בערעזאָווסקיס געוועזענעם שותּף, אַבראַמאָוויטשן, מער ווי זעקס ביליאָן דאָלאַר. בערעזאָווסקי טענהט, אַז אַבראַמאָוויטש האָט אים ווייניק באַצאָלט פֿאַר זײַן חלק אין דער נאַפֿט-פֿירמע "סיבנעפֿט" און אין דער אַלומיניען-פֿירמע "רוסקי אַליומיני".

וואָס זאָגט אויף דעם אַבראַמאָוויטש? זײַן אַרגומענט איז אַזאַ: בערעזאָווסקי איז קיין מאָל ניט געווען קיין "ריכטיקער" שותּף אין די דאָזיקע צוויי געשעפֿטן. זײַן ראָלע איז געווען אַן אַנדערע, דהײַנו: פֿון אַ "דאַך" — אַזוי רופֿט מען אינעם הײַנטיקן רוסיש די מאַפֿיאָזישע מאַכט — מלוכישע, גזלנישע, צי ביידע צוזאַמען — וועלכע גיט אַ יחיד אָדער אַ פֿירמע אַ מעגלעכקייט צו פֿירן געשעפֿטן. בערעזאָווסקי, וועמענס מאַכט אין רוסלאַנד האָט אין סוף 1990ער יאָרן ניט געהאַט קיין גרענעצן, איז געוואָרן אַזאַ "דאַך".

אַבראַמאָוויטש האָט דערציילט אין געריכט, אַז בערעזאָווסקי "האָט זיך באַשטימט פֿאַרן פּאָליטישן פֿירער פֿון דער גרויסער ביזנעס. מיר האָבן אים אין דעם אַלע געהאָלפֿן, געאַרבעט איבער דעם". און אַלע האָבן אים געצאָלט. "איך האָב געצאָלט צענדליקער מיליאָנען דאָלאַר. געצאָלט האָבן אַלע, אָבער איך האָב געצאָלט מער פֿון אַלעמען". און בערעזאָווסקי פֿלעגט "לייזן" זייערע פּראָבלעמען. מיט אַנדערע ווערטער, האָט בערעזאָווסקי פֿאַקטיש יאָ געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צו אַבראַמאָוויטשעס געשעפֿטן, ווײַל אייניקע פֿון זיי וואָלט ער אַפֿילו ניט געווען ביכולת צו באַקומען אָן דעם מעכטיקן "דאַך"-האַלטער. אָבער פֿאָרמעל האָט בערעזאָווסקי קיין אַקציעס ניט געהאַט און דערפֿאַר, הייסט עס, קומט אים ניט קיין געלט, אַחוץ די משוגענע געלטער, וואָס ער האָט שוין באַקומען פֿון אַבראַמאָוויטשן.

ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די רוסישע מעדיאַ האַלט אַן אויג אויף די געשעענישן אין לאָנדאָנער געריכט, וווּ עס ווערט געוואַשן דאָס שמוציקע וועש פֿון דער רוסישער געשעפֿט-עליטע. דער געריכט גייט ווײַטער, און מע דערוואַרט, אַז ער וועט ברענגען נײַע סקאַנדאַליעזע אַנטפּלעקונגען. אַבראַמאָוויטש האָט שוין געמוזט דערציילן זאַכן, וועלכע זײַנען זייער ענלעך אויף די קונצן, וועלכע זײַנען געוואָרן די סיבה, און נאָך מער דער תּירוץ, צו פֿאַרשפּאַרן אין תּפֿיסה אַן אַנדערן "אָליגאַרך" — מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי.

ייִדישע נעמען הערט מען די גאַנצע צײַט אין דעם לאָנדאָנער געריכט. ניט אַלע קלינגען ייִדישלעך. למשל, באַדרי פּאַטאַרקאַצישווילי איז אויך געווען אַ ייִד (ער איז געשטאָרבן מיט דרײַ יאָר צוריק אין לאָנדאָן), אָבער אַ גרוזינישער; דאַכט זיך, דער רײַכסטער אין יענע מקומות. אַ מאָדנע זאַך איז עס, פֿון דעסטוועגן, ווי מענטשן מיט ייִדישע נעמען שווימען אַרויס אין רוסלאַנד בעת יעדער איבערקערעניש. איך גלייב, אַז אַזעלכע לײַט ווי אַבראַמאָוויטש און בערעזאָווסקי וואָלטן אין האַרבסט 1917 געוואָרן מיטגלידער פֿון לענינס רעגירונג און אויך ניט געווען צו שטאַרק איבערקלײַבעריש בײַם רעאַליזירן זייערע אַמביציעזע פּלענער.