מיט קאַדאַפֿי האָט די וועלט פֿאַרענדיקט. דאָס הייסט נאָך אָבער נישט, אַז אין ליביע איז שטיל געוואָרן און דאָס לעבן האָט זיך דאָרט אײַנגעלאַדיעט. וואָס יאָ, פֿאַרגעסן האָט מען אויף אַ צײַט אין איראַן, מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם. ווי זאָגט מען, מ’האָט געהיילט דעם קאָפּ, האָט געכאַפּט דער מאָגן. נאָך דעם באַריכט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור בײַ דער "יו־ען" פֿון אַטאָמישער ענערגיע, האָט דער מערבֿ זיך ווידער אויפֿגעכאַפּט און אָנגעשפּיצט דעם אויפֿמערק: "אוי־וויי, די אַיאַטאָלעס שטוקעווען טאַקע צונויף אַ נוקלעאַרע באָמבע!"
ישׂראל, וואָס איז דאָס ערשטע לאַנד אויף צו ווערן פֿאַרניכטעט אין דער רשימה פֿון טעהעראַן, האָט ביז אַהער נישט געשוויגן און וועט אויך ווײַטער נישט שווײַגן. פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט לעצטנס דערקלערט אין זײַן אינטערוויו מיט דער CNN, אַז "איראַן איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וואָס דראָט אָפֿן אומצוברענגען אַן אַנדער לאַנד". און נאָך: "ישׂראל איז אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער וועלט־משפּחה און וויל נישט נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו לייזן אַליין די איראַנישע פּראָבלעם. ירושלים דערוואַרט צו זען, וואָס די וועלט־פֿירער, וועלכע האַלטן אין איין צוזאָגן עפּעס צו טאָן ממשותדיקס קעגן איראַן, וועלן טאַקע עפּעס טאָן!"
דער ישׂראל־פּרעזידענט האָט אויסגעדריקט די מיינונג פֿון זײַן לאַנד. וואָס זשע טראַכטן טאַקע די אַנדערע "מיטגלידער" פֿון דער "וועלט־משפּחה"?
די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די וועלט־געזעלשאַפֿט, נישט געקוקט אויף דעם שקר, וואָס טעהעראַן, בראָש מיטן פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, האָבן די אַלע יאָרן פֿאַרשפּרייט, אַז זייער נוקלעאַרע פּראָגראַם טראָגט אויסשליסלעך פֿרידלעכע צוועקן, — לייגן נאָך אַלץ האָפֿענונגען, אַז די "איראַנישע פּראָבלעם" קאָן מען לייזן דורך סאַנקציעס. דאָס הייסט, אַ שלאָג טאָן מיט וואָגיקע פֿאַרווערן איבער דער עקאָנאָמיע פֿון איראַן, און די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער וועלן באַלד אַראָפּציִען זייער מיליטאַנטישע גרינע פֿאָן. איין קלייניקייט: אַלע מיטגלידער פֿון דעם זיכערהייט־ראַט דאַרפֿן אָפּשטימען פֿאַר אַזאַ שטרענגן באַשלוס.
ווי מיר ווייסן אָבער, געפֿינען זיך צווישן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט אַזעלכע לענדער, ווי כינע און רוסלאַנד, וועלכע וועלן זיך לייגן אין דער לענג און אין דער ברייט, כּדי אַזאַ באַשלוס אונטערצורײַסן. די סיבה איז זייער אַ פּשוטע: מאָסקווע פֿאַרבינדט מיט טעהעראַן אַ לאַנג־יאָריקער געשעפֿטלעכער אינטערעס, און קודם־כּל, אין דעם נוקלעאַרן תּחום. דווקא רוסלאַנד האָט אויפֿגעבויט פֿאַר איראַן די נוקלעאַרע עלעקטרישע סטאַנציע אין בושער און באַוואָרנט די סטאַנציע מיט הייצוואַרג. לעצטנס, האָט זיך באַוויזן אַן אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ נײַער מיטאַרבעט אינעם זיכערהייט־תּחום. דהײַנו: צו שאַפֿן נאָך פֿינף נוקלעאַרע סטאַנציעס, וואָס וועלן באַטרעפֿן אַן ערך 40 ביליאָן דאָלאַר.
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי דאַרף זיך רוסלאַנד אָפּזאָגן פֿון אַזאַ געשמאַקן שטיק, לטובֿת דער "וועלט־משפּחה". ווי זאָגט דאָס רוסישע ווערטל: אַן אייגן העמד איז נענטער צום לײַב.
דאָס זעלבע — כינע. ביידזשינג איז לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט אין איראַנס נאַפֿט, וואָס שפּײַזט אירע ענערגיע־רעסורסן אויף 20%. אַפֿילו די ביז־איצטיקע סאַנקציעס קעגן איראַן האָבן געבראַכט פֿאַר כינע אַ גרויסן שאָדן. דאַרף זי נאָך מסכּים זײַן מיט גרעסערע עקאָנאָמישע גזירות קעגן די אַיאַטאָלעס.
און נאָך איין זאַך, מעגלעך, די וויכטיקסטע סיבה פֿון רוסלאַנדס און כינעס קעגנשטעלן זיך דעם מערבֿ. די אינטערעסן פֿון מאָסקווע און ביידזשינג פֿאַרשפּרייטן זיך נישט בלויז אויפֿן עקאָנאָמישן שטח; סײַ כינע און סײַ רוסלאַנד האַלטן זיך פֿאַר פּונקט אַזעלכע סופּער־מלוכות, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און זיי ווילן נישט, אַז וואַשינגטאָן זאָל זיי אָנווײַזן מיט וועמען זיך חבֿרן און אויף וועמען אַרויפֿצולייגן סאַנקציעס. מאָסקווע און ביידזשינג זײַנען זיכער, אַז טעהעראַן וועט קיין מאָל נישט אויסנוצן קעגן זיי דאָס נוקלעאַרע געווער. עס זײַנען דאָ בײַ איראַן גרעסערע שׂונאים.