זשאַק־לויִס דאַוויד, נאַפּאָלעאָן גייט אַריבער די אַלפּן, 1800 |
געשיכטע, אינעם הײַנטצײַטיקן זין פֿונעם וואָרט, איז אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירט די פֿאַרגאַנגענע געשעענישן דורך עמפּירישע וויסנשאַפֿטלעכע מיטלען. די פֿיזיקער מעגן זיך פֿאַרלאָזן בלויז אויף פֿילפֿאַך אויסגעפּרוּווטע ידיעות פֿון עקספּערימענטן און פֿעסט־באַגרינדעטע טעאָריעס, און טאָרן נישט אַרײַנמישן פֿילאָסאָפֿישע און אינטויִטיווע השערות אין זייערע פֿאָרשונגען.
אינטויִציע און אַפֿילו מיסטיציזם פֿאַרנעמען יאָ אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער אַנטוויקלונג פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט; אַדרבה, אַ גאַנצע ריי שליסל־אַנטדעקונגען זענען אין כעמיע און פֿיזיק פֿאַרבונדן מיט חלומות, פֿילאָסאָפֿישע דערינערונגען און פּלוצעמדיקע אינספּיראַציעס. אַ קלאַסישער בײַשפּיל איז די באַרימטע וויזיע פֿונעם כעמיקער פֿרידריך קעקולע, אין וועלכער ער האָט דערזען די רינג־סטרוקטור פֿון בענזאָל אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אַלכעמישן סימבאָל, אוראָבאָראָס — אַ שלאַנג, וואָס בײַסט איר אייגענעם עק.
הגם אַזעלכע מעשׂים ברענגען צומאָל דעם וויסנשאַפֿטלער אויפֿן וועג צו וויכטיקע אַנטדעקונגען, טאָרן זיי נישט האָבן קיין שײַכות צו קאָנקרעטע רעזולטאַטן פֿון וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. מיט דער געשיכטע, אַזוי ווי מיט אַנדערע הומאַניטאַרע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, איז די מעשׂה אַ ביסל אַנדערש. נישט ווייניק היסטאָריקער מישן יאָ אַרײַן פּערזענלעכע רעליגיעזע, פּאָליטישע אָדער קולטורעלע פּאָזיציעס אין זייערע פֿאָרשונגען. עס טרעפֿן זיך אַפֿילו אַזעלכע פֿאַלן, ווען ס׳איז שווער צו זאָגן, וווּ עס ענדיקט זיך געשיכטע און וווּ עס הייבט זיך אָן היסטאָריאָסאָפֿיע — אַ פּרוּוו צו אינטערפּרעטירן און רעקאָנסטרויִרן די פֿאַרגאַנגענהייט דורך אַ געוויסער אידעאָלאָגישער פּערספּעקטיוו.
ווען אַ פּאָפּולערער פֿרומער היסטאָרישער ספֿר איז פֿול מיט דערציילונגען וועגן דעם הימלישן שׂכר־ועונש און פֿאַרלאָזט זיך בלויז אויף טראַדיציאָנעלע אינטערפּרעטאַציעס פֿון תּנ״ך, דבֿרי־חז״ל און אַנדערע פֿרומע רבנישע ספֿרים, איז עס זיכער היסטאָריאָסאָפֿיע — אַ קוק אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט דורך אַ געוויסער אידעאָלאָגיע — און נישט קיין אַקאַדעמישע געשיכטע.
אַ צאָל קבלה־ספֿרים פֿאַרברייטערן זייער היסטאָריאָסאָפֿישע פּערספּעקטיוו מחוץ דעם פּשט פֿון תּנ״ך, און דערציילן וועגן די פֿריִערדיקע שמיטות — די פֿאָריקע וועלטן אָדער פֿאַרהיסטאָרישע לאַנגע פּעריאָדן פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. צום בײַשפּיל, ווערט אַזאַ טעאָריע דערקלערט אינעם אַנאָנימען מיסטישן מיטל־עלטערלעכן מדרש "ספֿר־התּמונה", וועלכער ווערט, צומאָל, צוגעשריבן צו רבי נחוניה בר הקנה — אַ תּנא, וועלכער האָט געלעבט נאָך אין די צײַטן פֿונעם צווייטן בית־המקדש.
לויט "ספֿר־התּמונה", דויערט יעדע גלאָבאַלע שמיטה זיבן טויזנט יאָר; אַ טייל אַנדערע מקובלים באַטאָנען אָבער, אַז מע מוז נישט אָננעמען די דאָזיקע צאָל בוכשטעבלעך, און רופֿן אָן גרעסערע ציפֿערן: פֿון 13,000 ביז עטלעכע מיליאַרדן יאָר. דער גרויסער מיזרח־אייראָפּעיִשער מקובל רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ שרײַבט אין זײַן "שערי־גן־עדן", אויפֿן סמך פֿון "ספֿר־התּמונה", אַז די ציקלען פֿונעם וועלט־באַשאַף האָבן נישט קיין אָנהייב און נישט קיין סוף; אונדזער אוניווערס איז בלויז אַ קייטל אין אַן ענדלאָזיקער ריי פֿון וועלטן.
ס׳רובֿ פּאָפּולערע פֿרומע היסטאָריאָסאָפֿישע ווערק דערוועגן זיך נישט צו באַטראַכטן אַזעלכע ענינים, הגם עס זענען פֿאַראַן וויכטיקע אויסנאַמען, בתוכם דער "דרוש אור החיים" פֿון רבי ישׂראל ליפֿשיץ, דער מחבר פֿונעם קלאַסישן פּירוש אויף משניות "תּפֿארת־ישׂראל", און די ווערק פֿון הרבֿ אַריה קאַפּלאַן — אַ רבֿ מיט אַ גרונטיקער וויסנשאַפֿטלעכער בילדונג, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז קבלה־פּירושים קאָנען מבֿטל זײַן די סתּירה צווישן דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט און דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער צײַט־רעכענונג.
לויט דער שיטה פֿון "שערי־גן־עדן", איז אָדם־הראשון געווען דער ערשטער מענטש פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה, וועלכע הייסט "שמיטת־הפּחד" — די תּקופֿה פֿון מידת־הדין. פֿאַר דעם, מיט 6,000 יאָר צוריק, האָט אין דער וועלט געהערשט די ספֿירה פֿון חסד. די פֿאַרהיסטאָרישע מענטשהייט האָט געלעבט אין יענער צײַט פֿרידלעך און האָט נישט געהאַט קיין פֿאָרמעלע פֿליכטן און פֿאַרבאָטן; אין דער זעלבער צײַט, האָבן די מענטשן דעמאָלט אויך נישט געהאַט קיין עכטע בחירה. די הײַנטיקע מענטשלעכע ציוויליזאַציע פֿירט זיך לויט אַ פֿאַרקערטן שטייגער: הגם מיר האָבן אַ פֿרײַען ווילן, מוזן מיר זיך פֿירן לויט שטרענגע כּללים, כּדי די יצר־הרע זאָל אונדז נישט פֿאַרפֿירן.
אין דער קומענדיקער משיחישער תּקופֿה וועלן פֿאַראייניקט ווערן די בעסטע עלעמענטן פֿון ביידע פֿריִערדיקע תּקופֿות. די מענטשהייט וועט דערגרייכן אַ הויכע השׂגה פֿון רוחניות, און אַ טייל הלכות וועלן בטל ווערן, ווײַל עס וועט אַנטפּלעקט ווערן אין אַ נײַער אינטערפּרעטאַציע פֿון דער תּורה.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַזאַ גלאָבאַלע ייִדישע היסטאָריאָסאָפֿיע, וואָס באַטראַכט נישט בלויז די תּנ״כישע געשעענישן און די לעצטע 2000 יאָר פֿונעם ייִדישן גלות, נאָר די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, שטימט מיט געוויסע מאָדעלן פֿון מאָדערנער היסטאָריאָסאָפֿיע — בפֿרט מיט דער העגעליאַנער און מאַרקסיסטישער דיאַלעקטיק, וועלכע באַטראַכט די סאָציאַלע אַנטוויקלונג ווי אַ ספּיראַל־גאַנג, וואָס "דרייט זיך" אַרום די היפּוכדיקע היסטאָרישע טענדענצן און קומט אַרויף אויף אַ נײַעם שטאַפּל פֿון אַנטוויקלונג.
דער קבֿר פֿון רבי מנחם־מענדל רימענעווער |
אַ טייל באַקאַנטע פֿילאָסאָפֿן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָבן אויסגעמישט קבלה און דיאַלעקטיק אין זייער היסטאָרישן אַנאַליז. וואַלטער בנימין, אַן אָנגעזעענער מאַרקסיסטישער פֿילאָסאָף פֿון דער "פֿראַנקפֿורטער שול", האָט באַטראַכט די היסטאָרישע אַנטוויקלונגען ווי דער וועג צום משיחישן תּיקון־עולם. מאַרטין בובער, אַן אַנדער וויכטיקער לינקער פֿילאָסאָף, האָט שאַרף קריטיקירט מאַרקסיזם, און האָט אַנטוויקלט אַן אייגענע ווערסיע פֿון היסטאָרישער דיאַלעקטיק, באַגרינדעט אויפֿן חסידישן מיסטיציזם.
דער דיאַלעקטישער צוגאַנג צו דער געשיכטע איז אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער קבלה־טראַדיציע, אַז דער מחבר פֿון די שורות האָט שוין אַ סך מאָל געהערט די השערה, אַז קאַרל מאַרקס אַליין האָט, כּלומרשט, שטודירט קבלה. דאָס איז, מסתּמא, נישט ריכטיק, אָבער מאַרקסעס "רבי", העגעל, האָט זיך יאָ אינטערעסירט מיט קבלה און ציטירט קבלה־ספֿרים אין זײַנע ווערק.
הגם מאַרטין בובער איז צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ עקזיסטענציאַליסטישער פֿילאָסאָף און אַ סאָציאַלער דענקער, איז ער אויך געווען אַן אינטערעסאַנטער שרײַבער. אין זײַן בוך "גוג און מגוג" דערציילט ער וועגן די הייסע דעבאַטן צווישן די חסידישע צדיקים, וועלכע האָבן באַטראַכט, צי מע זאָל שטיצן נאַפּאָלעאָנס מלחמה קעגן רוסלאַנד.
מיט 200 יאָר צוריק, האָט דער פֿראַנצויזישער פֿירער נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט אויסגעבויט אַ ריזיקע אימפּעריע און געהאָפֿט זי צו פֿאַרשפּרייטן ווײַטער. נאָכן יאָר 1811 האָט נאַפּאָלעאָן אָבער געליטן אַ ריי מפּלות, אָנהייבנדיק פֿון דער דורכגעפֿאַלענער מלחמה קעגן רוסלאַנד. פֿונדעסטוועגן, האָבן אַ צאָל פּוילישע צדיקים דווקא דעמאָלט מתפּלל געווען לטובֿת נאַפּאָלעאָנען — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר איז נישט געווען קיין גרויסער פֿרײַנד פֿון ייִדן. הגם נאַפּאָלעאָן איז נישט געווען אַן עכטער שׂונא־ישׂראל, געהאָלפֿן דער עמאַנציפּאַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין מערבֿ־אייראָפּע און אַרײַנגעלאָזט ייִדן אין זײַנע מלוכישע אינסטיטוציעס, האָט ער אויך אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1808 אַ ריי דיסקרימינאַציע־באַפֿעלן, וועלכע האָבן באַגרענעצט די ייִדישע רעכט.
צוויי גרויסע חסידישע צדיקים — רבי נחמן בראַצלעווער און רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון חב״ד — האָבן אַקטיוו געקעמפֿט קעגן נאַפּאָלעאָנען. די חסידים דערציילן, אַז די דאָזיקע רביים האָבן מורא געהאַט, אַז נאַפּאָלעאָנס ליבעראַלע רעפֿאָרמען וועלן שאַטן דעם גײַסטיקן מצבֿ פֿון די ייִדן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז הגם דווקא חב״ד און בראַצלעוו האָבן שפּעטער משפּיע געווען אויף פֿאַרשיידענע ראַדיקאַלע און רעוואָלוציאָנערע ייִדישע דענקער, פֿונעם פּאַציפֿיסט מאַרטין בובער ביז דעם מיליטאַנט חיים זשיטלאָווקסי, האָבן זיי מיט 200 יאָר צוריק געשטיצט דעם סטאַטוס־קוואָ אינעם צאַרישן רוסלאַנד.
אַ צאָל אַנדערע צדיקים האָבן דווקא יאָ געשטיצט נאַפּאָלעאָנען — בפֿרט די, וואָס האָבן געלייגט אַ גרויסן אַכט אויף משיחישע חשבונות. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זיי זענען, מסתּמא, אויך נישט געווען צופֿרידן מיט די לעבעראַלע רעפֿאָרמען פֿון דער פֿראַנצויזישער אימפּעריע און נישט געהאַלטן נאַפּאָלעאָנען פֿאַר אַ ייִדן־פֿרײַנד. די סיבה פֿון זייער פּאָליטישער פּאָזיציע איז געווען בעצם אַ משיחישע: זיי האָבן געהאָפֿט, אַז די מלחמה צווישן די צוויי ריזיקע אימפּעריעס, פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד, איז די אַפּאָקאַליפּטישע שלאַכט צווישן צוויי מיסטעריעזע פֿעלקער — גוג און מגוג — וועלכע מוז קומען ווי אַ פּרעלודיע צו דער גאולה.
רבי מנחם־מענדל פֿון רימענעוו, אַ תּלמיד פֿון רבי אלימלך פֿון ליזשענסק, האָט שטאַרק געשטיצט נאַפּאָלעאָנען און געזאָגט: ס׳איז כּדאַי, אַז פּוילן זאָל זיך אָנפֿילן ביז די קני "פֿון פּזשיטיק ביז רימענעוו" מיט ייִדיש בלוט, אויב נאַפּאָלעאָנס אינוואַזיע וועט ברענגען משיחן. ס׳איז שווער זיך צו דערמאָנען אַן אַנדער רבֿ אין דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע, וועלכער זאָל געווען אַזוי שאַרף שטיצן אַזאַ מין דיאַלעקטישן מיסטיציזם, לויט וועלכן אַפֿילו אַ בלוטבאָד קאָן אַמאָל דינען ווי אַ שטאַפּל, וואָס ברענגט די וועלט צום ענדגילטיקן תּיקון.
נישט געקוקט אויף אַזאַ עקסטרעמער סתּירותדיקער שיטה, ווערט רבי מנחם־מענדל רימענעווער געדענקט צווישן די הײַנטיקע פּוילישע חסידים, ווי איינער פֿון די גרעסטע צדיקים. זײַנע דבֿרי־תּורה זענען פֿול מיט קבלה־רמזים און טראָגן נישט זעלטן טאַקע אַ ספּעציפֿישן היסטאָריאָסאָפֿישן טעם, און זענען פֿול מיט משיחישער דיאַלעקטיק.
למשל, דער רימענעווער רבי זאָגט, אַז די תּורה הייבט זיך אָן מיטן אות "בית", וואָס באַצייכנט אויף דער צאָל צוויי, ווײַל די וועלט שטייט אויף צוויי קעגנזעצלעכע "פֿיס": עם־ישׂראל און עמלק, וועלכער רעפּרעזענטירט דעם פּרינציפּ פֿון שאַפֿונג דורך צעשטערונג. ווען מע בויט אַ הויז, מוז מען צוערשט אַרײַנקלאַפּן אין דער ערד די שטיינער פֿונעם פֿונדאַמענט; פּונקט אַזוי, איז דער דעסטרוקטיווער כּוח פֿון עמלק, וואָס מוז גופֿא צעשטערט ווערן, ווי אַ נייטיקער שטאַפּל אויפֿן וועגן צו ביאת־המשיח.
אַן אַנדער באַרימטער פּוילישער צדיק, רבי ישׂראל פֿון קאָזשניץ, אויך אַ תּלמיד פֿון רבי אלימלך ליזשענסקער, איז באַקאַנט ווי אַ מחבר פֿון צענדליקער גאָר טיפֿע קבלה־ספֿרים, וועלכע מע מוז דעשיפֿרירן, כּדי צו פֿאַרשטיין. אין זײַנע ווערק טרעפֿן זיך אויך כּלערליי היסטאָריש־דיאַלעקטישע געדאַנקען. לויט אַ באַקאַנטער מעשׂה, האָט דער קאָזשניצער מגיד, צוערשט, געהאַלטן קעגן נאַפּאָלעאָנען און האָט געזאָגט, אַז זײַן מפּלה שטייט אין די ווערטער פֿון מגילת־אסתּר: "נפּול תּפּול", וואָס קלינגען ווי "נאַפּאָלעאָן — דו וועסט פֿאַלן". לויט דער מסורה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, האָט ער אָבער שפּעטער אָנגעהויבן שטיצן נאַפּאָלעאָנען, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע פּוילישע צדיקים, אונטער דער השפּעה פֿונעם רימענעווער רבין.
אין זײַן בוך באַשרײַבט מאַרטין בובער דעם משיחישן גײַסט, וואָס האָט געהערשט מיט 200 יאָר צוריק צווישן די חסידישע ייִדן. בובער איז געווען אַ באַרימטער פּאַציפֿיסט און וואָלט, פֿאַרשטייט זיך, נישט געשטיצט דעם דערמאָנטן מיליטאַנטישן עקסטרעמיזם פֿון רבי מנחם־מענדל רימענעווער, אַפֿילו אין אַ מילדער פֿאָרעם. און פֿאָרט, האָט ער סימפּאַטיזירט דעם אידעאַליסטיש־העלדישן גײַסט פֿון די פֿריִיִקע חסידים, וועלכע האָבן געגלייבט במסירת־נפֿש אינעם משיחישן תּיקון.
נישט לאַנג צוריק, האָב איך געשמועסט מיטן ישׂראלדיקן רעזשיסאָר אודי אַלוני, וועלכער איז אויך פּאַציפֿיסטיש געשטימט און באַשרײַבט זײַן פּערזענלעכע פֿילאָסאָפֿיע ווי "ראַדיקאַל־לינקער משיחיזם"; אַזוי ווי וואַלטער בנימין, מישט ער אויך צונויף די מאַרקסיסטישע טעאָריע מיט עלעמענטן פֿון קבלה.
צי האָט אַזאַ ברייט־פֿאַרנעמיקע אַמביציעזע היסטאָריאָסאָפֿיע, ווי בײַ די אַמאָליקע חסידים, אַ צוקונפֿט אין דער הײַנטיקער וועלט, אַחוץ אייניקע יחידים? עס ווילט זיך האָפֿן. מיר דאַכט זיך, אַז געשיכטע מוז זײַן באַלערנדיק און דערפֿאַר קאָן זי זיך נישט באַפֿרײַען — להיפּוך צו נאַטור־וויסנשאַפֿט — פֿון אַ פֿילאָסאָפֿישן אַנאַליז, זאָל ער זײַן באַגרינדעט אויף העגעליאַנער דיאַלעקטיק, קבלה אָדער עפּעס אַ נײַער חידושדיקער פֿילאָסאָפֿיע. דאָס הייסט נישט, חלילה, אַז מע זאָל שטיצן "נאַפּאָלעאָנען"; ס׳איז אָבער גוט, ווען מע קוקט אויף דער געשיכטע ווי אויף אַ וועגווײַזער פֿאַרן תּיקון־העולם — כּל־זמן מע מאַכט דערפֿון פּאָזיטיווע און שעפֿערישע אויספֿירן.