רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

אַ גוט מאכל דאַרף נישט בלויז זײַן געשמאַק, נאָר שיין אויך. אַ דאַנק די קאַבאַקלעך און פּאָמידאָרן, איז דאָס ווײַטערדיקע הינדל־געקעכץ פֿול מיט קאָלירן — אַ מחיה צו קוקן אויף דעם!


3/4 טעפּל ראַזעווער קוסקוס

1 פֿונט רויע בייליק־קאָטלעטן אָן הויט אָדער ביינער

שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1 לעפֿל איילבערט־בוימל

1/2־1 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע

2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט

1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע

2 טעפּלעך צעהאַקטע פּאָמידאָרן

1/2 לעפֿעלע קעמיניק

1/2 לעפֿעלע צימערינג

2 טעפּלעך נאַהיט, אָפּגעגאָסן

1 טעפּל יויך

3/4 טעפּל צעשניטענע געלע קאַבאַקלעך (squash) אָדער זוקיני

1/2 לעפֿעלע זאַלץ

3 לעפֿל צעהאַקטע מינץ־בלעטלעך


קאָכט אָפּ די קוסקוס, לויט די אינסטרוקציעס פֿונעם קעסטל.

באַפֿעפֿערט די בייליק־קאָטלעטן. הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע און פּרעגלט די קאָטלעטן 2 מינוט אויף אַ מיטעלן פֿײַער; דרייט זיי איבער און פּרעגלט זיי נאָך 2 מינוט. לייגט די קאָטלעטן אַרײַן אין אַ טעלער.

פּרעגלט די ציבעלע אין דער פּאַטעלניע, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, 5 מינוט. גיט צו דעם קנאָבל און פּאָמידאָרן־פּאַסטע. קאָכט 1 מינוט. גיט צו די פּאָמידאָרן, קעמיניק און צימערינג. קאָכט, מישנדיק, 2 מינוט.

לייגט די קאָטלעטן צוריק אַרײַן אין דער פּאַטעלניע, אין איינעם מיטן נאַהיט, יויך, קאַבאַקלעך, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער. דעקט צו די פּאַטעלניע און פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער. קאָכט נאָך 10 מינוט ביז די קאָטלעטן זענען דורכגעקאָכט.

באַגיסט דעם קוסקוס מיטן הינדל־געקעכטס, און באַפּוצט עס מיט די צעהאַקטע מינץ־בלעטלעך.