|
גבֿריאל פּרײַל בײַם ייִוואָ־בוך־יריד, מײַ 1983 |
|
נאָכן פֿאָרלייענען ווערן מיד
די ווערטער אין די ביכער,
זיי גאַרן אַ שטילקייט
אין שײַן פֿון בליִענדיקע קאַמינען,
אין אַ צימער וואָס פֿליסטערט
מיט זײַדענער אַנונג.
(פֿונעם ליד "לייענענדיק פֿון מײַן בוך")
איינער פֿון די צונעמען פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן/העברעיִשן פּאָעט גבֿריאל פּרײַל איז געווען, "דער מלך פֿון ניו־יאָרק"; ער האָט גוט געקענט די שטאָט, און בפֿרט, וווּ עס געפֿינען זיך די קאַפֿע־הײַזער. דאָרטן פֿלעגט ער זיך אָפֿט טרעפֿן מיטן ייִנגערן דור שרײַבער און "יוגנטרופֿניקס" אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. זײַן חוש פֿאַר הומאָר האָט אים אויך באַליבט געמאַכט בײַ אונדז. נישט געקוקט אויף זײַן קינדיש, נאַיִוון אויסערלעכן כאַראַקטער, האָט ער מיט חכמה און וויסן געקענט אַרומרעדן די ייִדישע און וועלט־ליטעראַטור; נישט נאָר געקענט, נאָר געוואָלט שמועסן וועגן דעם.
לויטן "לעקסיקאָן", איז גבֿריאל פּרײַל געבוירן געוואָרן אין 1910. אָבער לויט אַן אַנדער מקור — אין אויגוסט, 1911. וועלן מיר די דאָזיקע דאַטע אָננעמען און בײַ דער געלעגנהייט פֿון 100 יאָר נאָך זײַן געבוירן ווערן, אים דערמאָנען. אין די 1980ער יאָרן האָב איך מיט אים געמאַכט אַן אינטערוויו אין זײַן בראָנקסער דירה; אַ וווינונג נישט סתּם אין בראָנקס, נאָר אין דרום־בראָנקס — דעמאָלט אַ "וועלט־באַרימטע" געפֿערלעכע געגנט, וווּ קוים אַ מנין ייִדן האָט נאָך דאָרט געוווינט. אין דער דירה זענען געווען צעוואָרפֿן זײַנע ביכער און פּאַפּירן — אַ כּלל, אַ בחורישער לעבן־שטייגער, און אַ בחור איז ער געבליבן ביז זײַן פּטירה אין 1993.
ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט צום סוף פֿון די 1930ער יאָרן האָט ער באַשריבן אַזוי:
"יעקבֿ גלאַטשטיין איז געווען מײַן קאָלומבוס. מײַנע ערשטע לידער האָט ער געלייענט. איך האָב אים געבראַכט אַ פּעקל לידער. צו יענער צײַט בין איך געווען יונג, און איך האָב בכלל נישט געוווּסט, צי איך זאָל ווײַטער אָנהאַלטן מיט מײַן שרײַבן. האָט ער מיר געזאָגט: נו, גוט קומט צוריק אין אַ וואָך אַרום, לאָזט איבער אײַער מאַנוסקריפּט — איך וועל אײַך אָפּגעבן אַ באַריכט. האָב איך דאָס געטאָן. און זינט דעמאָלט בין איך אַן אומגליקלעכער מענטש — ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ פּאָעט, ווײַל אויב ער וואָלט מיר געזאָגט, אַז ניט, וואָלט איך אים באמת געפֿאָלגט, ווײַל איך בין געווען זייער נאַיִוו און אומשולדיק. איך האָב פּשוט געוואָלט הערן אַ מיינונג. ער האָט געגעבן אַ גוטע מיינונג — האָב איך געטראַכט, אַז אויב אַזוי וועל איך טאַקע שרײַבן."
פּרײַל האָט תּמיד געשריבן לידער, נאָך ווי אַן 8־יאָריק קינד, געדענקט ער; און כאָטש ער איז געווען מער באַקאַנט ווי אַ העברעיִשער פּאָעט, איז זײַן ערשט ליד געווען אויף ייִדיש. נאָך דער באַגעגעניש מיט גלאַטשטיינען האָט פּרײַל אָנגעהויבן זיך צו דרוקן אינעם זשורנאַל "אינזיך" און איז געוואָרן אַ פֿאָרשטייער פֿון די "אינזיכיסטן", וועלכע האָבן געהאַט אַן אינטעלעקטועלן צוגאַנג צו דער פּאָעזיע, און האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט סײַ די אַרבעטער־דיכטער פֿון די "סוועטשאַפּ"־לידער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, סײַ די עסטעטישע פּאָעטן פֿון "די יונגע".
דעם אמת געזאָגט, האָט פּרײַל צוערשט געדרוקט לידער אין דער צײַטונג, "די ניו־יאָרקער וואָכנבלאַט", מיטן רעדאַקטאָר יצחק (איטשע) ליבמאַן — "אַ ליטעראַטור־קענער", לויט פּרײַלן. צוריקטראַכטנדיק וועגן יענע יאָרן, האָט פּרײַל געגעבן אַ זיפֿץ — "ס׳איז דאָך געווען אַ גאַנצער דור פֿון ייִדישע שרײַבער וואָס זענען אין גאַנצן נעלם געוואָרן — געווען אַ ייִד, אַ פּאָעט, יעקבֿ סטאָדאָלסקי; ווער האָט הײַנט געהערט פֿון ביאַליסטאָצקי? פֿון אלף כּץ? זיי ווערן נישט ׳אויפֿגעלעבט׳, מע לערנט זיי נישט אין די שולן — זייער אַ סך טאַלאַנטירטע, און ווייניקער טאַלאַנטירטע, אָבער אַ סבֿיבֿה איז געווען." קיין ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט ער מער נישט געהאַט אין די 1980ער יאָרן, האָט ער זיך באַקלאָגט; אַחוץ די פּאָעטן משה שטיינגאַרט און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. "אין ׳ייִדישן פּען־קלוב׳ געפֿינען זיך פּאָעטן וואָס וואָלטן אין בעסערע צײַטן זיך דאָרטן נישט באַוויזן."
פּרײַל איז געווען פֿונעם צווייטן דור "אינזיכיסטן", אָבער געווען נאָענט צום עלטערן דור פֿון דער באַוועגונג — גלאַטשטיין, אַ. לעיעלעס, נ. ב. מינקאָוו און ב. אַלקוויט. ווען איך האָב אים געפֿרעגט, וואָס מיינט עס "אינזיכיזם", האָט ער געענטפֿערט, אַז דאָס איז געווען אַ "מאָדנע באַשעפֿעניש, אָבער גוט וואָס ס'איז געקומען". "צום ערשטן מאָל, האָט מען געמעגט שרײַבן אויף אַלץ אין דער וועלט. קיין גרענעצן זענען מער נישט געווען." דעם אימאַזשיזם — "דער אימאַזש ווי אַ זאַך פֿאַר זיך, נישט קיין סימבאָל, אַפֿילו אָן אַן אידעע", גיט פּרײַל צו פֿאַרשטיין, איז געווען אַ טייל פֿון דער באַוועגונג. דאָס פֿאַרשטייט מען בעסער, ווען מע לייענט זײַנע לידער, ווי למשל, דאָס ליד "וווּנדער־שפּיגל":
מיידל־גאַנג אין לבֿנה
מורמלט העלע רייד
אין טונקעלן סאַמעט,
זי בליצט אויף שפּיגלען,
שנײַדט סילועטן
אין פֿאַראַנקערטע אויגן.
זי טראָגט הייסן ווינט
איבער קילע שטערן,
אײַזיקן אָטעם
און זון.
אַזוי ווי די אַמעריקאַנער און ענגלישע "אימאַזשיסטן" האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף פּרײַלן (ער האָט איבערגעזעצט די אַמעריקאַנער פּאָעטן ראָבערט פֿראָסט און וואָלט וויטמאַן אויף העברעיִש), האָט ער זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט צווישן די "אינזיכיסטן". פֿון דער אַנדערער זײַט, האַלט פּרײַל, אַז גלאַטשטיין איז אין גאַנצן אַנדערש פֿון אים, "אַחוץ דעם ציניזם און שפּילעוודיקייט".
מיר האָבן ווײַטער גערעדט וועגן דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון יענער צײַט: "די וואָס האָבן אַרויסגעגעבן דעם ׳אינזיך׳ האָבן דאָס געטאָן לשמה; איז די שטימונג געווען אַ סימפּאַטישע. יעדער שרײַבער האָט געגעבן 10$ פֿאַר יעדן נומער, און כאָטש דאָס איז נישט געווען לײַכט פֿאַר יעדן אין יענע יאָרן, האָט יעדער זיך באַטייליקט. מען איז געווען אין גאַנצן אומאָפּהענגיק."
פּרײַל איז געבוירן געוואָרן אין עסטלאַנד — דער נאָמען "פּרײַל" שטאַמט פֿון אַן עסטלאַנדישן שטעטל — אָבער אויפֿגעוואַקסן איז ער אין ליטע. כאָטש ער האָט געשטאַמט פֿון רבנים, איז ער אין חדר נישט געגאַנגען, נאָר באַקומען העברעיִש־לעקציעס אין דער היים. דער טאַטע, אַ משׂכּיל, איז יונג געשטאָרבן. דער מאַמעס טאַטע האָט זײַן טאָכטער און פּרײַל אַריבערגעבראַכט קיין אַמעריקע.
אין דער היים האָט מען גערעדט ייִדיש, העברעיִש און ענגליש. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע האָט געלייענט אַ סך ליטעראַטור אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. ער האָט קיין מאָל נישט גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, ווײַל "קיין זיצפֿלייש פֿאַר דעם האָב איך נישט געהאַט. קיין מתמיד בין איך אויך נישט געווען". ווען איך האָב אים געפֿרעגט, וואָס ער האָט געטאָן, כּדי זיך אויסצוהאַלטן, האָט ער געענטפֿערט: "איך האָב זייער ווייניק געטאָן — כ'בין געווען זייער אַן אָפּגעהיט קינד".
ווען צײַטן זענען געוואָרן שווער, האָט ער פֿאָרט אַ פּרוּוו געטאָן צו פֿאַרדינען. ער האָט בלויז איין טאָג אויסגעהאַלטן אין אַ שאַפּ, וווּ מע האָט צוגענייט קנעפּ. ווי אַ ייִדיש־לערער אין אַ ייִדישער מיטלשול האָט ער אויך נאָר אַ קורצע צײַט געאַרבעט. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַ דאַנק זײַן קענטעניש פֿון שפּראַכן און זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן פּאָעט יהודה־לייב טעלער, האָט ער געאַרבעט אין דער אינסטאַנץ פֿון "מלחמה־אינפֿאָרמאַציע".
מיט דער צײַט איז פּרײַל באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זײַן העברעיִשער פּאָעזיע, און ער האָט זיך גוט געפֿילט אין ישׂראל, ווען ער האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַר גרויסע זאַלן צוהערער. אויף ייִדיש האָט ער נישט געהאַט קיין סך אָפּנעמער, אָדער יונגע לייענער, ווי אויף העברעיִש; פֿון דעסטוועגן איז ער תּמיד געבליבן נאָענט צו דער ייִדישער פּאָעזיע און קולטור.