קינאָ
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Film Ahead of Time,
Director Bob Richman,
2010


דאָס היסטאָרישע בילד, וואָס מיר האָבן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אין אַ היפּשער מאָס געשאַפֿן געוואָרן דורך די זשורנאַליסטישע באַריכטן און פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן. צווישן די חשובֿע זשורנאַליסטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט פֿאַרנעמט רות גרובער, וואָס האָט ניט לאַנג צוריק אָפּגעמערקט איר הונדערטסטן געבוירנטאָג, אַ ספּעציעל אָרט.

געבוירן אין ברוקלין אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, האָט זי שוין צו פֿופֿצן יאָר אָנגעהויבן אירע קאָלעדזש־שטודיעס אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט זי זיך דערמאָנט, ווי אויף דער ערשטער לעקציע האָט דער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש געמאַכט אַ ספּעציעלע דערקלערונג פֿאַר די ייִדישע סטודענטן: "אויב עמעצער פֿון אײַך האַלט, אַז דײַטש איז פּונקט דאָס זעלבע וואָס ייִדיש און עס וועט זײַן גרינג צו לערנען, האָט איר אַ טעות. אײַער קענטעניש אין ייִדיש קאָן קאַליע מאַכן אײַער דײַטש. דאָס בעסטע איז צו פֿאַרגעסן באַלד אַלץ, וואָס איר קענט אין ייִדיש!".

רות האָט זיך געחידושט׃ "ווי קאָן איך פֿאַרגעסן ייִדיש, וואָס איך האָב זיך געלערנט בײַ מײַן באָבען?" — אָבער אין גיכן האָט זי באַמערקט, אַז איר ייִדיש ווערט אַלץ מער דײַטשמעריש. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר ליבע מיט דער דײַטשער קולטור (און אויך מיט דעם פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש).

אין 1931 האָט זי באַקומען אַ סטיפּענדיע אויף צו שטודירן אין דײַטשלאַנד, און אין אַ יאָר אַרום האָט זי שוין אָנגעשריבן איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע וועגן ווירדזשיניאַ וווּלף, וואָס איז דעמאָלט געווען נאָך ווייניק באַקאַנט דעם ברייטערן עולם. גרובער האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע אין סאַמע מיטן פֿון דער דעפּרעסיע, אָבער בהדרגה האָט זי זיך קונה־שם געווען מיט אירע זשורנאַליסטישע אַרטיקלען.

הײַנט איז רות גרובער איינע פֿון די סאַמע באַרימטע אַמעריקאַנער זשורנאַליסטן. זי איז געווען אַן עדות פֿון די וויכטיקסטע היסטאָרישע געשעענישן. אין דײַטשלאַנד האָט זי געזען און געהערט היטלערס רעדע אויף אַ מאַסן־מיטינג פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי; אין לאָנדאָן האָט זי באַזוכט ווירדזשיניאַ וווּלף; און אין רוסלאַנד — פֿאַרבראַכט אַכצן חדשים מיט דער אַרקטישער עקספּעדיציע.

רות גרובער
רות גרובער
Credit: Getty Images

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי געהאָלפֿן אַראָפּצוברענגען די ייִדישע פּליטים פֿון איטאַליע קיין אַמעריקע. צווישן זיי זײַנען געווען פֿרומע ייִדן, וואָס האָבן זי פֿאַרגעדענקט ווי אַן "איידעלע ייִדישע טאָכטער פֿון אַמעריקאַנער אינערן־מיניסטעריום", וועלכע האָט זיי געהאָלפֿן צו באַקומען כּשר עסן. און אין 1947 האָט זי געמאַכט איר סאַמע באַרימטע סעריע רעפּאָרטאַזשן פֿון דער שיף "עקסאָדוס", מיט העכער ווי פֿינף טויזנט ייִדישע שאַרית־הפּליטה, וואָס די בריטישע מאַכט האָט ניט אַרײַנגעלאָזט אין ארץ־ישׂראל.

דער נײַער דאָקומענטאַלער פֿילם "פֿאָרויס פֿאַר דער צײַט" דערמעגלעכט אונדז צו באַקענען זיך דירעקט מיט רות גרובערס פּערזענלעכקייט. הינטער די קוליסן פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט איז געשטאַנען גרובערס אַ לאַנג־יאָריקע חבֿרטע, פּאַטי אַסקוויט־קענער, וואָס איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט ווי אַ שטיצערין פֿון דעם "פֿאָלקסבינע"־טעאַטער. זי האָט אײַנגעלאַדן דעם רעזשיסאָר באָב ריטשמאַן און די פּראָדוסערין זיווה עלבוים, און זייער פֿֿילם האָט געוווּנען עטלעכע פּרײַזן אויף אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן.

אָבער "שולדיק" אין דעם דערפֿאָלג איז, קודם־כּל, די פּערזענלעכקייט פֿון דער הויפּט־העלדין, רות גרובער, וואָס זעט אויס פֿריש און יונג, ניט געקוקט אויף אירע 98 יאָר. זי דערציילט די עפּיזאָדן פֿון איר לעבנס־געשיכטע מיט אַ ווייכער איראָניע, חכמה און ליבהאַרציקייט; אָבער אָן שום גרויסהאַלטערײַ. זי שמועסט מיט די זשורנאַליסטן און מיט אירע פֿרײַנד פֿון אַלטע צײַטן, אַזעלכע ווי דער קאַפּיטאַן פֿון "עקסאָדוס", אײַק אַהרנאָוויטש, אָדער איר חבֿרטע פֿון דײַטשלאַנד, לויִזע הערץ־לעאָפּאָלד, וואָס האָט זיך על־פּי־נס געראַטעוועט פֿון די היטלער־רציחות.

דער שפּיצפּונקט פֿון גרובערס זשורנאַליסטישער קאַריערע איז געווען די געשיכטע מיט "עקסאָדוס". ווען די ענגלענדער האָבן פֿאַרווערט דער שיף צו אַנקערן אין חיפֿה און אַרויסצוזעצן די פּאַסאַזשירן, איז גרובער מיט זיי געפֿאָרן צוריק קיין אייראָפּע. אירע רעפּאָרטאַזשן, און בפֿרט די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער בריטישער פֿאָן מיטן האַקנקרייץ, וואָס די פּליטים האָבן אויפֿגעהויבן, ווי אַ פּראָטעסט קעגן זייער אומקער קיין דײַטשלאַנד, האָט באַקומען אַ הילכיקן רעזאָנאַנס אין אַמעריקע.

דער פֿילם גייט ניט ווײַטער פֿון דעם דאָזיקן עפּיזאָד, הגם גרובערס לעבן נאָך 1947 איז געווען פֿול מיט אינטערעסאַנטע געשעענישן. אין 1985, ווען זי איז שוין געווען 74 יאָר אַלט, איז זי געפֿאָרן קיין עטיאָפּיע, כּדי צו העלפֿן די אָרטיקע ייִדן צו מאַכן עליה קיין ישׂראל. צווישן אירע ביכער, וואָס זײַנען אָנגעשריבן צווישן 1931 און 2005, זײַנען: די רײַזע־באַשרײַבונגען פֿון סאָוועטישן אַרקטישן צפֿון און אַלאַסקאַ, עטלעכע חיבורים וועגן ישׂראל און אירע תּושבֿים, ווי אויך די ליטעראַרישע שטודיעס וועגן "פֿאַוסט" און ווירדזשיניאַ וווּלף.

דער קינעמאַטאָגראַפֿישער סטיל פֿונעם פֿילם איז גוט צוגעפּאַסט צו דעם כאַראַקטער פֿון דער העלדין. מען גייט אַהין און צוריק צווישן הײַנט און אַמאָל, צווישן די לעבעדיקע אינטערוויוען און די דאָקומענטאַרע פֿראַגמענטן פֿון די אַמאָליקע צײַטן. גרובערס זכרונות לעבן אויף אויף דעם עקראַן, באַגלייט דורך איר ווייכער און אַ ביסל הייזעריקער שטים. די דראַמאַטישע געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רײַכע ביאָגראַפֿיע פֿון דער מערקווירדיקער ייִדישער פֿרוי און איר אויסערגעוויינטלעכער פּערזענלעכקייט, ווערן צונויפֿגעגאָסן אין אַ פֿאַרכּישופֿדיקער פֿילם־מעשׂה.