די "אידעלזאָן־געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" האָט ווי איר ציל דאָס אויפֿהאַלטן רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק, וועלכע זיי באַטראַכטן ווי "קלאַסישע". למשל, די אַלטע פּלאַטע — "מײַן וועג" — פֿון די "באַרי שוועסטער" האָט די "געזעלשאַפֿט" ווידער אַרויסגעגעבן, ווי אַ "קלאַסיש" קאָמפּאַקטל. אָבער די דאָזיקע רעקאָרדירונג וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגליש־שפּראַכיקע לידער, ווי פֿרענק סינאַטראַס ליד "מײַן וועג", שטעלט מיט זיך פֿאָר, לפֿי דעתּי, די "באַרי שוועסטער"־פּלאַטע מיטן גרעסטן עלעמענט פֿון "קיטש". בײַ אונדז זאָגט מען — "ווי בײַ וועמען": יעדער האָט זײַן אייגענעם געשמאַק. בײַם איבערלייענען די אַנדערע אַרויסגעגעבענע קאָמפּאַקטלעך זייערע ווערט קלאָר, אַז די "אידעלזאָן"־געזעלשאַפֿט האָט דווקא ליב די קאַטעגאָריעס פֿון דער ייִדישער מוזיק, וואָס לאָזן זיך שווער צו דעפֿינירן. די אַנדערע רעקאָרדירונגען אין זייער קאַטאַלאָג נעמען אַרײַן אייניקע פֿון שוואַרצע דזשעז־ און בלוז־שפּילער און זייערע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער און מעלאָדיעס; אָדער פֿון "לאַטײַן"־אַמעריקאַנער מוזיקער, ווי זיי שפּילן ייִדישע לידער מיט אַ "לאַטײַנישן" (דאָס הייסט, דרום־ און צענטראַל־אַמעריקאַנער) ריטעם.
דער נײַסטער פּראָדוקט פֿון דער "אידעלזאָן־געזעלשאַפֿט" איז אַ קאָמפּאַקטל מיט אַן אויסקלײַב פֿון די פּלאַטעס, וואָס די "תּיקווה"־מוזיק־פֿירמע האָט פֿאַרשפּרייט במשך פֿון 23 יאָר, 1950 — 1973. פֿאַר וואָס האָט די "געזעלשאַפֿט" אויסגעקליבן דווקא "תּיקווה"? ווײַל די פֿירמע האָט אין אירע פּלאַטעס אָפּגעשפּיגלט די מוזיק פֿון די נאָך־חורבן־יאָרן אין אַמעריקע, בעת וועלכע די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט זיך אַריבערגעצויגן פֿון דער גרויסער שטאָט צו די פֿאָרשטעט; מדינת־ישׂראל איז געגרינדעט געוואָרן; די רעאַקציעס אויף די ייִדן פֿונעם חורבן האָט מען נאָך, פֿאַרשטייט זיך, זייער שטאַרק געפֿילט. דערצו האָט זיך די השפּעה פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור אויף דער ייִדישער קולטור פֿאַרשטאַרקט.
"תּיקווה" האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם מוזיקאַלישן געשמאַק פֿאַר דעם ייִדישן "בייבי־בומער"־דור. זי האָט אַרויסגעגעבן פּלאַטעס פֿון טשיקאַווע זשאַנערן, ווי "לאַטײַניש־ייִדישע מוזיק", אָבער האָט אויך פֿאַרשפּרייט אַלע אַנדערע מינים מוזיק, ווי קלעזמער, חזנות, און ייִדישע טעאַטער־ און פֿאָלקסלידער. צו מאָל האָט זי רעקאָרדירט אין גאַנצן אומבאַקאַנטע קינסטלער און, אַ דאַנק דעם, לאַנצירט זייערע קאַריערעס. ווען אַנדערע קינסטלער זענען שוין געגאַנגען באַרג־אַראָפּ אין זייערע קינסטלערישע לעבנס, האָט "תּיקווה" זיי געגעבן אַ געלעגנהייט צו באַווײַזן, אַז זייער טאַלאַנט איז נאָך נישט אויסגעשעפּט געוואָרן.
די פֿירמע האָט פֿאַר זיך געמאַכט אַ נאָמען, אַ דאַנק דער גרויסער צאָל רעקאָרדירונגען — די גרעסטע צאָל פֿאַר אַן אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק־פֿירמע אין דער צײַט — 168 פּלאַטעס. ציניקער וועלן טענהן, אַז דאָס זאָגט עדות, אַז נאָך אַ ציל פֿון "תּיקווה" איז געווען "קוואַנטיטעט נישט קוואַליטעט", אָבער מע קען נישט לייקענען, אַז אין דער "קוואַנטיטעט" קען מען געפֿינען סײַ אוצרות, סײַ מיסט.
טשיקאַווע, אַז אין דער געשיכטע פֿון "תּיקווה" וואָס באַגלייט דאָס קאָמפּאַקטל, פֿעלט אַ סך אינפֿאָרמאַציע. מע ווייסט אַפֿילו נישט פּינקטלעך, ווען מע האָט געגרינדעט "תּיקווה". איידער די גרויסע 12־אינטש־פּלאַטעס (LP) זענען אַרויסגעקומען אין די אָנהייב 1950ער יאָרן, האָט "תּיקווה" אַרויסגעגעבן עטלעכע 78ע פּלאַטעס, אָבער אין וועלכע יאָרן איז נישט קלאָר. עס זעט אויס, אַז ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן דעם גרינדער און לאַנג־יאָריקן באַלעבאָס פֿון "תּיקווה", אַלען דזשייקאָבס, איז שווער געווען צו געפֿינען. מע ווייסט, אַז ער האָט געוווינט אין לאָנג־אײַלאַנד, און אַז זײַן ביוראָ האָט זיך געפֿונען אויף בראָדוויי. קיין סך געלט האָט ער נישט אויסגעגעבן אויף די פּלאַטעס, און עטלעכע קינסטלער, וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט מיט אים, געדענקען נאָך די שלעכטע באַדינגונגען פֿון די רעקאָרדיר־סעסיעס אין דער סטודיע.
די ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט פֿון WEVD, אַרט ריימאָנד, געדענקט, אַז דשזייקאָבס האָט אויך אַליין געמאַכט די דעקלעך פֿון די פּלאַטעס, ניצנדיק בלויז אַ שער און פֿאָטאָגראַפֿיעס. אין 1968 האָט ער פֿאַרקויפֿט די פֿירמע צו אַנדערע און זי האָט זיך אין גיכן געשלאָסן. כאָטש אַ סך פּרטים פֿעלן פֿון דער געשיכטע, דערציילט די מוזיק אויף די פּלאַטעס איר אייגענע געשיכטע פֿון דער זיך בײַטנדיקער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן.
פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט זענען באַקאַנט געווען עטלעכע פֿון די "תּיקווה"־קינסטלער, ווי: לעאָ פֿולד, עדי קאַנטאָר, מאָלי פּיקאָן, משה אוישער. דזשייקאָבס האָט געוואָלט צוציִען, ווי קונים די ערשט־אָנגעקומענע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און אויך די אַמאָליקע אימיגראַנטן וואָס האָבן נאָך פֿאַרשטאַנען מאַמע־לשון. אין די פּלאַטעס הערט מען, ווי די ייִדישע זינגער מישן אַלץ מער אַרײַן ענגלישע ווערטער, אָדער ווי מען פּאַראָדירט די ענגלישע לידער געפֿעלן צו ווערן דער אַסימילירנדיקער זיך ייִדישער באַפֿעלקערונג. שוין דעמאָלט האָט מען פֿאַרשטאַנען, אַז די חסידישע באַפֿעלקערונג וואַקסט גאָר גיך, און "תּיקווה" האָט אויך זי געוואָלט צוציִען מיט פֿאַרשיידענע קינסטלער, ווי דער קלאַרנעטיסט "מאַרטי לעוויט" — "דער מלך פֿון וויליאַמסבורג".
דאָס נײַע אַנטאָלאָגיע־קאָמפּאַקטל, וואָס גיט איבער די תּמצית פֿון דער "תּיקווה"־פֿירמע הייסט "Songs for the Jewish-American Jet Set" [לידער פֿאַר דעם אַמעריקאַנער ייִד אין דער צײַט פֿון "דזשעט"־עראָפּלאַנען], אַ טיטל וואָס איז מרמז אויף דעם "קיטש"־עלעמענט אין געוויסע "תּיקווה"־רעקאָרדירונגען פֿונעם קאָמפּאַקטל. אָבער די אַנדערע זינגער אינעם קאָמפּאַקטל זינגען מער טראַדיציאָנעל. לעאָ פֿולד, דער האָלענדיש־ייִדישער זינגער איז געווען גוט באַקאַנט אין אייראָפּע מיטן ליד "וווּ אַהין זאָל איך גיין", וואָס איז געוואָרן כּמעט אַ הימן פֿאַר די וואַנדערנדיקע ייִדן נאָך דער מלחמה. די "תּיקווה"־רעקאָרדירונגען האָבן פֿאַרשפּרייט זײַן נאָמען אין אַמעריקע. אַלען דזשייקאָבס האָט אים באַצייכנט ווי "דעם ייִדישן פֿרעד אַסטייר" (ער האָט ליב געהאַט צו געבן אַזוינע צונעמען די ייִדישע קינסטלער, כּדי די אַמעריקאַנער ייִדן זאָלן זיי בעסער קענען אָננעמען.)
דער זינגער און קאָמיקער בערני קני גיט איבער דעם אַמעריקאַנער־ייִדישן הומאָר פֿון יענער צײַט; אַ הומאָר וואָס איז גאַנץ פּראָסט. אין זײַן ליד "אָרטאָדאָקס, קאָנסערוואַטיוו, אָדער רעפֿאָרם" כאַפּט ער אויך די פּאַראָדישע רײַכקייט פֿון יענעם הומאָר, וואָס מע הערט, צום בעסטן בײַם זינגער אַלען שערמאַן, וועלכער האָט רעקאָרדירט פֿאַר גרעסערע אַמעריקאַנער מוזיק־פֿירמעס, און איז געווען ווייניקער פּראָסט.
"תּיקווה" האָט אַרויסגעלאָזט עטלעכע פּלאַטעס וואָס זענען הײַנט אַ יקר־המציאות, נישט דווקא, ווײַל זיי זענען אַזוי גוט מוזיקאַליש, נאָר פֿאַרקערט, ווײַל זיי זענען אָן אַ טעם. דאָס נעמט אַרײַן אַזוינע מאָדנע באַשעפֿענישן ווי די גרופּע "די סבראס" און זייער פּלאַטע "ירושלים של זהבֿ". די גרופּע שפּילט ראָק־און־ראָל אַראַנזשירונגען פֿון באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער און דער רעזולטאַט איז פּשוט אַ נישט־פּלאַנירטע קאָמעדיע.
ווען מע גיט אַ קוק אויפֿן דעקל פֿון לעאָ פֿוקס פּלאַטע "שלום, פּאַרדנער", וווּ פֿוקס איז אָנגעטאָן ווי אַן אַמעריקאַנער "קאַובוי", קלערט מען צו זיך אַליין — צי איז מעגלעך, אַז דזשייקאָבס האָט נישט פֿאַרשטאַנען ווי "קיטש" ס‘איז אַזאַ קונסט און מוזיק? אָבער דער פֿאַקט איז, אַז די "אידעלסאָן־געזעלשאַפֿט" האָט ריכטיק פֿאַרשטאַנען די היסטאָרישע וויכטיקייט פֿון "תּיקווה", נישט געקוקט אויף געוויסע אויסטערלישע רעקאָרדירונגען.