|
אַ געזאַנג־ביכל, וואַרשע 1917 |
|
כאָטש איך פֿאַרמאָג אַ גרויסע זאַמלונג ייִדישע געזאַנג־ביכלעך, זוך איך תּמיד נײַע "סחורה", ווײַל הונדערטער אַזוינע ביכלעך מיט זינגלידער האָט מען אָפּגעדרוקט, נישט נאָר אין מיזרח־אייראָפּע, נאָר אויך אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מערבֿ־אייראָפּע, אַמעריקע, ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. זומער־קאָלאָניעס און אַנדערע אינסטיטוציעס האָבן אָפֿט אָפּגעדרוקט זייערע אייגענע זאַמלונגען פֿון לידער צו זינגען. אין יעדן ביכל קען מען געפֿינען נײַע לידער אָדער נײַע וואַריאַנטן פֿון שוין באַקאַנטע לידער.
למשל, אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך געקויפֿט אַ געזאַנג־ביכל פֿון וואַרשע, 1917, וואָס מען האָט אויסגעטיילט ווי אַ מתּנה צום 15־יאָריקן יוביליי פֿון צווײַג 207, "אַרבעטער־רינג" אין אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיע, אין 1923. מע האָט פּשוט אַרויפֿגעקלעפּט אַ גרין "אַרבעטער־רינג"־דעקל אויפֿן וואַרשעווער ביכל. מיר דאַכט, אַז די זאַמלונג איז איינע פֿון די ערשטע פֿון ייִדישע זינגלידער וואָס האָט אויך די נאָטן צו די לידער.
כאָטש לויטן טיטל באַשטייט דאָס בוך פֿון "אַ זאַמלונג פֿון פּאָפּולערסטע פֿאָלקסלידער", קען מען געפֿינען פֿאַרשיידענע מינים אַנדערע לידער; לידער וואָס זענען אונדז גוט באַקאַנט, ווי "הער נאָר דו שיין מיידעלע" און "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה". אָבער אויך גאַנץ זעלטענע לידער און עלטערע באַלאַדעס, ווי "גיי איך מיר צום שטאַלעכל", וואָס לויט איין מקור איז אַרײַן פֿון ענגליש אויף דײַטש, ווען מע האָט עס איבערגעזעצט אין אַן אַלמאַנאַך בײַם אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. דערנאָך האָבן זינגערס דאָס "פֿאַרייִדישט" און עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ ייִדישלאַנד.
אַנדערע לידער זענען נישט לאַנג פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך געשריבן געוואָרן, אָבער דעם מחברס נאָמען שטייט נישט דערבײַ. למשל, "די יום־טובֿדיקע טעג" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, ווערט דאָ אָנגערופֿן, אַנאָנים, "דאָס שנײַדער־ליד". שלום־עליכמס וויגליד "שלאָף מײַן קינד" ווערט געדרוקט אָן אַ דערמאָנונג, אַז ער האָט עס אָנגעשריבן. מע קען אין דער זאַמלונג געפֿינען סײַ לידער, וועלכע מאַכן חוזק פֿונעם רבין און פֿון זײַנע חסידים — ווי "פֿאָרט דאָס חסידל צום רבין" — סײַ לידער, ווי "לחיים רבי!" וואָס דריקן אויס דעם חסידס התפּעלות.
לחיים רבי,
האָט אַ גוטע וואָך, אָך, אָך!
קיין משקה נישט געזשאַלעוועט,
לאָמיר טרינקען נאָך.
מיר האָבן אויסגעבעטן אַ גוטע וואָך!
אָבער פֿאַר מיר איז דער גרעסטער סורפּריז פֿאָרגעקומען, ווען איך האָב דערזען אַ וואַריאַנט פֿון מײַן באָבעס אַ ליד, וואָס אין דעם ביכל רופֿט זיך עס "אָי קאָרן!"; אַן אַלטע ביטערע באַלאַדע וועגן אַ שלעכטער שטיפֿמאַמע.
דער מלאך־המות, דער מלאך־המות
ער הייבט שוין אָן צו גיין.
צו קאָפּנס טוט ער שטיין.
פֿון פֿאָרנט טראָגט מען ס׳ווײַבעלע אַרויס,
פֿון הינטן קומט דער שדכן אַרײַן.
|
געזאַנג־ביכל צונויפֿגעשטעלט פֿון יצחק זשעלאָנעק, וואַרשע, 1934 |
|
צי איז דער פֿאַקט, וואָס אַזוינע אַלטע באַלאַדעס זענען אַרײַנגענומען געוואָרן אין אַזאַ פּאָפּולער געזאַנג־בוך אַ סימן, אַז דעם זשאַנער האָט מען נאָך געזונגען אין דער היים? אַ באַלאַדע וועגן אַ מיידל וואָס שמדט זיך, קען מען אויך דאָ געפֿינען; מסתּמא נישט אַזוי אַלט ווי די פֿריִערדיקע, אָבער זיכער געשאַפֿן לויטן מוסטער פֿון אַלטע באַלאַדעס.
חנה איז געזעסן
און געשטריקט אַ שאַטקע — [אַ טיכל]
אַ בשׂורה האָט מען איר אָנגעזאָגט,
אַז איר טאָכטער איז אַ שמדקע.
מיט 5, 10 יאָר שפּעטער, לויט די פּאָפּולערע געזאַנג־ביכלעך צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, האָט מען די אַלטע לידער אַלץ ווייניקער געזונגען. די זינגערין און קלעזמער דזשיין פּעפּלער פֿון נאָרט־קאַראָלינאַ האָט מיר צוגעשיקט געדרוקטע וואַרשעווער זאַמלונגען פֿון פּאָפּולערע און טעאַטער־לידער, וואָס זי האָט געפֿונען אין דער חב״ד־ביבליאָטעק אין ניו־יאָרק. דער נאָמען פֿונעם אַרויסגעבער און צונויפֿשטעלער איז יצחק זשעלאָנעק, וועלכער איז אויך געווען אַ טעאַטער־ליבהאָבער, וואָס האָט פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די נײַסטע פּלאַטעס פֿון טעאַטער־לידער און פֿאַרקויפֿט די פּלאַטעס אין זײַן געשעפֿט פֿון אַלטע ביכער. ער שרײַבט וועגן זײַן ביכער־געשעפֿט — "נאָך וואָס זאָל בײַ דיר ליגן ביכער אויסגעלייענטע, און דו זאָלסט פֿון זיי גאָרנישט האָבן? קאָנסט דאָך זיי ברענגען צו יצחקן, און אויסטוישן אויף ביכער וואָס דײַנע קינדער דאַרפֿן אין שקאָלע אַרײַן, און דו זאָלסט נישט דאַרפֿן קיין געלט באַצאָלן".
וועגן די לידער אין בוך, שרײַבט ער, אַז די לידער האָבן געזונגען "די בעסטע ייִדישע אַרטיסטן: פֿעלד, לעבעדיעוו, מיכאַלעסקו, דזשיגאַן". אין די זאַמלונגען קען מען געפֿינען נישט בלויז טעאַטער־לידער, נאָר אויך פֿאָלקסלידער און אַנדערע מינים לידער, ווי "ס׳לויפֿן, ס׳יאָגן שוואַרצע וואָלקנס" (פֿון ה. נאָמבערג). צום באַדויערן, האָט מען די נאָטן פֿון די מעלאָדיעס נישט אַרײַנגענומען.
אין אַן אַנדער ביכל "35 לעצטע טעאַטער־לידער פֿון סמבטיון און אזאַזעל" (צוויי ייִדישע טעאַטערס אין וואַרשע), געדרוקט אין 1929, זעט מען דעם רעפּערטואַר פֿונעם פּאָפּולערן טעאַטער אין וואַרשע, אָבער די אַלטע קאָמישע באַלאַדע "גיי איך אַרײַן אין שטאַלעכל" קען מען אויך דאָ געפֿינען. ס׳רובֿ לידער ניצן איבער אַנדערע מעלאָדיעס, סײַ פֿון ייִדישע לידער, סײַ פֿון פּוילישע. דאָס ליד "די פֿירמע בוימוואָל" זינגט מען צום פּוילישן ליד "פֿאָקסראָט קאַטינגאָ". מיט אַ ביסל פֿאָרש־אַרבעט קען מען מסתּמא געפֿינען די פּאָפּולערע מעלאָדיעס פֿון אַמאָל. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז דאָס ליד "די פֿירמע בוימוואָל" איז נישט קיין טראַגישע באַלאַדע פֿון אַ שׂרפֿה אָדער שטרײַק, נאָר אַ רעקלאַמע פֿאַר דער פֿאַבריק, און ענדיקט זיך מיטן אַדרעס, ווי מע זאָל גיין אײַנצוקויפֿן בוימוואָל.
טאָמער ווילט איר צופֿרידן זײַן,
צו בוימוואָל זאָלט איר גיין,
דאָרט קענט איר קריגן זאַכן אַ פּראַכט,
פֿון דער פֿרי ביז שפּעט בײַנאַכט,
טאָמער וויל מען אײַך אײַנרעדן,
בלײַבט נישט געפּלעפֿט
קאַרמעליצקי 20 האָט בוימוואָל דאָס געשעפֿט.
פֿון די געזאַנג־ביכלעך קען מען אויסגעפֿינען נישט נאָר וועגן פֿאָלקסלידער, נאָר אויך וועגן דער פּאָפּולערער קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. ווי אַ מקור פֿאַר אַזאַ פֿאָרש־אַרבעט האָט מען ערשט אָנגעהויבן די מאַטעריאַלן אויסצוניצן.