זי האָט עולה געווען פֿון בעלץ, בעסעראַביע, צו 16 יאָר, און האָט גראַדויִרט מיט אַ דיפּלאָם אין מוזיקאָלאָגיע און ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם "בר־אילן־אוניווערסיטעט". אין 2002 האָט זי אָנגעהויבן צו שטודירן מיט דער מײַסטער־זינגערין נחמה ליפֿשיץ, און די רעזולטאַטן פֿון דער געראָטענער צוזאַמענאַרבעט האָט מען שוין געהערט אין לאָזינסקיס ערשטער רעקאָרדירונג "ווײַסע שטערן", וואָס מיר האָבן געלויבט אין "פֿאָרווערטס", ווען זי איז אַרויס מיט עטלעכע יאָר צוריק.
אין איר אַרײַנפֿיר צום ביכל אינעם קאָמפּאַקטל, שרײַבט די זינגערין, אַז "איך בין גאָר פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿאַרבינדונג צווישן מאָדערנע ייִדישע לידער און פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע סטילן. דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿלעגט תּמיד אײַנזאַפּן די קולטורן פֿון די פֿעלקער אַרום זיי, און, פֿאַרקערט — די השפּעה איז געווען אַ קעגנזײַטיקע". ווען מע הערט זיך צו צו די לידער, פֿאַרשטייט מען שוין מער פּינקטלעך, פֿאַר וואָס זי האָט דאָס אָנגעשריבן. די מעלאָדיעס, די ווערטער און די אַראַנזשירונגען זענען לויטן נוסח פֿון רומענישער און ציגײַנערישער פֿאָלקמוזיק. צו מאָל וואָלט מען געקענט אַפֿילו מיינען, אַז דאָס גאַנצע קאָמפּאַקטל באַשטייט פֿון איבערגעזעצטע לידער, פֿון רומעניש אויף ייִדיש; אָבער ניין, שוין גיכער שפּיגלען אָפּ די לידער די ליבשאַפֿט צו, און טיפֿע וואָרצלען אין דער רומענישער און ציגײַנערישער קולטור מצד פֿעלזענבאַום.
די רומעניש־ייִדישע מוזיקאַלישע פֿאַרבינדונג איז זייער פּאָפּולער בײַ די הײַנטיקע יונגע קלעזמאָרים און זינגער, אָבער "וווּנדערוועג" הייבט אַרויס מער די רומענישע קולטור ווי די ייִדישע.
אינעם ליד "וווּנדערוועג" זינגט מען:
מיכאל פֿעלזענבאַום |
דו, אַלטער ציגײַנער,
גיב מיר אַוועק דײַן טאָכטער פֿאַר אַ פֿרוי.
האָב זשע ניט קיין מורא,
פֿערד, גאָלד און ווײַנער
וואַרטן אויף דיר און דו ווייסט עס גענוי.
דער געזאַנג־סטיל פֿון לאָזינסקי און דאָס אַקאָרדעאָן שפּילן פֿון עמיל אײַנבינדער, וועלכער איז אויך דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר און האָט אַראַנזשירט די לידער, רופֿט אַרויס בײַם צוהערער זכרונות פֿון די אַלטע קלאַנגען פֿון פּלאַטעס מיט 30 און 40 יאָר צוריק. ווי געזאָגט, איז דאָס בפֿירוש נישט קיין קלעזמער־רעקאָרדירונג, נאָר אַ מוזיקאַלישער שפּאַציר איבער דער רומענישער לאַנדשאַפֿט — דורך ווינט, בערג און אַלטע מילן.
"ווי אַ מעשׂה פֿון אַמאָל,
פֿון די בערג ניאַ גרינעם טאָל
טרײַבט דאָס וואַסער טאָג און נאַכט
שיינע מעשׂיות, מלא־פּראַכט.
פֿליסט דאָס טײַכל צווישן שטיינער
צו דעם פּלויט פֿון פֿלידערביימער."
("אַן אַלטע מיל")
די ריטמען און מעלאָדיעס פֿון די לידער זענען כּמעט אַלע רומענישע און אַזוי אַרום וועבט צונויף דאָס קול פֿון לאָזינסקי, די ווערטער פֿון פֿעלזענבאַום און די אַראַנזשירונג פֿון אײַנבינדער; אַ ראָמאַנטיש־פּאַסטאָראַלע וועלט. אַפֿילו ווען דאָס ליד דערציילט וועגן אַ גרויסער שטאָט ווי וואַרשע, זינגט מען נישט פֿון בנינים אָדער גרויסע בולוואַרן, נאָר פֿון די שטערן און פֿונעם רעגן־בויגן. דאָס ליד איז האַלב געזונגען, האַלב כּמו־נבֿיאיש רעציטירט.
מײַן ליבע וואַרשע,
איך האָב געירשנט
און אײַנגעזאַפּט אין זיך דײַן ליבע־ניגון,
פֿון שטילן ווײַסל צום שטערן־קרײַזל
עס האָט געשטיגן מײַן נשמה און געשוויגן,
אויף אַלע וועגן צו דײַנע ברעגן
עס האָט געיאָגט מיך מײַן נשמה און געצויגן,
נאָר אין דער טיפֿעניש פֿון דײַנע בלאָע אויגן
כ׳האָב זיך געטובֿלט ווי נ׳דעם פֿרילינגס
רעגן־בויגן.
("די וואַרשעווער שטערן")
אין דעם גײַסט פֿון ראָמאַנטישקייט און נאַטור־כּישוף, זינגט לאָזינסיק צוויי טאַנגאָס (אין רומעניע איז שטאַרק פּאָפּולער געווען דער טאַנגאָ אין די 1930ער יאָרן). אַנדערע לידער האָבן אַ רומענישן האָראַ־ריטעם. די פֿײַנע קאַפּעליע וואָס עמיל אײַנבינדער האָט צונויפֿגענומען, זענען מײַסטער פֿון דעם סטיל, אָבער דער אמתער "שטערן" איז די זינערין וויראַ לאָזינסקי, וואָס פֿאַרכּישופֿט מיט איר געזאַנג אויפֿן קאָמפּאַקטל "וווּנדערוועג".