ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אַזוי ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך — און מיט דעם ווערטל וועלן מיר אָנהייבן אונדזער איבערבליק איבער די בעסטע רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדישער מוזיק בעתן יאָר 2010. ס׳איז געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ די מוזיק־, פֿילם־ און ביכער־קריטיקערס פֿון דער וועלט צונויפֿצושטעלן אַזוינע רשימות, וועלן מיר דאָס אויך טאָן. אָבער אין אונדזער פֿאַל, ווערט נישט פּראָדוצירט גענוג "סחורה", וואָס זאָל באַרעכטיקן אַזאַ ליסטע פֿון "די בעסטע"; וועלן מיר אַרײַננעמען עטלעכע קאָמפּאַקטלעך וואָס זענען אַרויס אין 2009, וועלכע זענען צו אונדז ערשט דערגאַנגען אין 2010.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

וועגן דער ישׂראלדיקער זינגערין רות לעווין האָבן מיר פֿריִער געהאַט אָנגעשריבן אין שײַכות מיטן לוקסוס־באַנד פֿון קאָמפּאָזיציעס, וואָס זי האָט צוגעגרייט און אַרויסגעגעבן פֿון איר טאַטן, לייבו לעווין. ווי אַ ייִדישע זינגערין, איז רות לעווין איינע פֿון די באַקאַנטסטע אין ישׂראל, ווי אויך אין אייראָפּע. זי איז נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער גרופּע "יונג ייִדיש" און טרעט אָפֿט אויף בײַ זיי אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. זי קען זינגען ייִדישע לידער אין פֿאַרשיידענע סטילן, ווי קאַבאַרעט, טעאַטער, קונסט־ און פֿאָלקסלידער און האָט זיך געלערנט טעאַטער און געזאַנג בײַ בנימין צמח און נחמה ליפֿשיץ, צווישן אַנדערע. צוזאַמען מיט מײַק בורשטיין האָט זי אַרויסגעלאָזט דאָס קאָמפּאַקטל פֿון איר טאַטנס שאַפֿונגען — "נאָך שענער ווי געווען". אין דער אמתן, איז זי מער ווי אַ זינגערין, אַן אַקטיווע קינסטלערין און אָנפֿירערין פֿון דער ייִדישער קולטור אין לאַנד, און איז אָנערקענט געוואָרן פֿאַר איר אַרבעט דורכן סעגאַל־פּריז.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיק אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט דער מוזיקער דייוו טאַראַס און זײַן קלאַרנעט געשפּילט אפֿשר די וויכטיקסטע ראָלע. אַ דאַנק אים איז דער קלעזמער־קלאַנג אַמעריקאַניזירט געוואָרן, און ווי אַ מוזיקאַלישע בריק צווישן דער אַלטער און נײַער היים, וועט מען אים תּמיד געדענקען.אויך וואָס שייך דער פּאָפּולערער ייִדישער טעאַטער־מוזיק אין דער אַזוי־גערופֿענער "גאָלדענער תּקופֿה" פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלמחמה אין ניו־יאָרק, האָט טאַראַס און זײַן קלאַרנעט איבערגעלאָזט אַן אומפֿאַרגעסלעכן שפּור.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

חנה "אַדריאַן" קופּער ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע זינגערס פֿון ייִדישע לידער הײַנט אויף דער וועלט. בײַם אָנהייב פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם קלעזמער־אויפֿלעב אין די אָנהייב 1980ער יאָרן, איז זי שוין געווען באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע זינגערין פֿון ייִדישע לידער, וואָס האָט תּמיד אויסגעזוכט נײַע מאַטעריאַלן, נײַע אויסטײַטשונגען. ווי אַ לערערין פֿון לידער, פֿון סטיל און רעפּערטואַר, האָט זי געהאַט, און האָט ווײַטער, אַ גרויסע השפּעה אויף ייִנגערע זינגערס איבער דער וועלט.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

פֿון דער שטאָט טשאַפּעל־היל אינעם שטאַט נאָרד־קאַראָלײַנאַ האָבן מיר באַקומען אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן חנעוודיקן נאָמען "I Can't Complain But Sometimes I Still Do" [איך דאַרף זיך נישט באַקלאָגן, אָבער באַקלאָג זיך פֿון דעסטוועגן]. עס זינגט און שפּילט אויפֿן פֿידל דשיין פּעפּלער, און בײַ דער פּיאַנע שפּילט אַבֿיבֿה ענאָך. טשאַפּעל־היל איז מער באַקאַנט ווי די היימשטאָט פֿונעם "אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ", און דער שטאַט צפֿון־קאַראָלײַנאַ איז אַ צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער אַמעריקאַנער מוזיק, אָבער צו הערן אַ ייִדיש וואָרט פֿון דאָרטן איז מער נישט קיין גרויסע איבערראַשונג.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער פּיאַניסט בורטאָן גרין האָט אָנגעהויבן צו שפּילן קלאַסישע מוזיק אין שיקאַגע, נאָך ווי אַ קליין ייִנגל אין די 1950ער יאָרן. אָבער גיך אַריבער צו דזשעז און ווײַטער שטודירט אין "דער שול פֿון דער גאַס"; דאָס הייסט, זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער פֿון דער גרויסער שטאָט און געשפּילט מיט זיי.

שיקאַגע איז דעמאָלט געווען אַ צענטער פֿון אַוואַנגאַרדישער דזשעז־מוזיק, און אין 1962 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער דאָ. צוזאַמען מיטן באַסיסט אַלען דע סילוואַ האָט ער אָרגאַניזירט די ערשטע "ספּאָנטאַנישע קאָמפּאָזיציע"־גרופּע אין 1963 מיטן נאָמען "דער פֿרײַער־פֿאָרעם־אימפּראָוויזאַציע־אַנסאַמבל".

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דאָס געפֿיל צווישן די בעסטע יונגע קלעזמאָרים הײַנט, אַז ס׳איז נישט גענוג צו שפּילן די מוזיק פֿונעם אַלטן רעפּערטואַר, נאָר אויך צו שאַפֿן נײַע קאָמפּאָזיציעס, פֿאַרשפּרייט זיך. דער אַמעריקאַנער פֿידלער סטיווען גרינמאַן, למשל, האָט שוין צוויי רעקאָרדירונגען אַרויסגעלאָזט פֿון זײַנע שאַפֿונגען, אינספּירירט פֿון טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס. אין יעדן לאַנד אין אייראָפּע זעט מען הײַנט, אַז די קאַפּעליעס "רירן זיך" דווקא אין דער ריכטונג. מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז ס׳ווערט זעלטענער הײַנט צו הערן נײַע קלעזמער־רעקאָרדירונגען בלויז מיט "אַלטער סחורה." פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָר אויף אַזאַ אופֿן קען אַ טראַדיציע זיך אַנטוויקלען, און נישט פֿאַרגליווערט ווערן אינעם עבֿר.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
באָב כּהן

אין ניו־יאָרק קומט איצט פֿאָר דער יערלעכער "ניו־יאָרקער וועלט־פֿעסטיוואַל". הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל — מוזיק פֿונעם שוואַרצן ים. די אונטערנעמונג איז אַ בשותּפֿותדיקע צווישן דעם "מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי", "דעם וועלט־מוזיק־אינסטיטוט" און "דעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ". דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף די דינאַמישע טראַדיציעס פֿון די פֿעלקער אַרום דעם שוואַרצן ים, וואָס איז אַ קווערשניט פֿון אַזיע און אייראָפּע. עס וועלן זיך באַטייליקן מוזיקער נישט נאָר פֿון די לענדער בולגאַריע, טערקײַ און רומעניע, נאָר אויך אַמעריקאַנער אימיגראַנטישע מוזיקער פֿון די לענדער.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

מיט דער נײַער טעכנאָלאָגיע, מיט וועלכער מע קען צעשיקן קלאַנג־טעקעס ("פֿײַלס") דורך דער אינטערנעץ, האָט זיך אונדז אויסגעדאַכט, אַז דאָס אַרויסגעבן קאָמפּאַקטלעך וועט אין גאַנצן אויסשטאַרבן. דער עולם האָט זיך שוין צוגעוווינט צו באַקומען לידער און מוזיק נאָר בחינם, אַ דאַנק דעם קאָמפּיוטער, און מיר לייענען שוין אָפֿט אין דער פּרעסע וועגן דעם שווערן מצבֿ אַפֿילו פֿון די גרעסערע רעקאָרדיר־סטודיאָס און פֿירמעס. הײַנטיקע צײַטן, זעט אויס, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן קאָמפּאַקט־דיסקן האָט נאָר אַ זין פֿאַר אַ קאַפּעליע, וואָס פֿאָרט אַרום אויף טורן, און קען בײַ די קאָנצערטן פֿאַרקויפֿן איר מוזיק.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די ליבע איז דאָרט — מײַן נר־תּמיד.

עס ברענט און לעשט קיין מאָל ניט אויס.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען


די זינגערין און חזנטע חנהלע בראַון איז גוט באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט אין ניו־יאָרק. ווען זי האָט נאָך געהאַט איר מיידלשן נאָמען — חנה סלעק האָט מען זי געזען און געהערט שפּילן און זינגען אינעם "פֿאָלקסבינע"־טעאַטער. אין "פֿאָרווערטס" פֿירט זי די רובריק "טײַערע חזנטע", אין וועלכער זי ענטפֿערט אויף פּערזענלעכע פֿראַגעס פֿון לייענער איבערן לאַנד. נאָך דעם ווי זי האָט שטודירט חזנות אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט זי געפֿונען אַ שטעלע אינעם באַקאַנטן "סיני טעמפּל" אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי וווינט און אַרבעט הײַנט ווי אַ חזנטע.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין 2004 האָט דער פֿידלער סטיווען גרינמאַן אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירונג "סטעמפּעניוס חלום", וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי קאָמפּאַקטלעך פֿון אָריגינעלע קלעזמערישע קאָמפּאָזיציעס. זײַן מוזיקאַליש ווערק האָט אויסגעדריקט סײַ אַ טיפֿע ייִדישע גײַסטיקייט, סײַ אַ פֿאַרשטאַנד פֿון די אַמאָליקע קלעזמערישע מעלאָדיעס באַאַרבעט פֿאַרן הײַנטיקן עולם. צו ביסלעך האָבן זײַנע קאָמפּאָזיציעס זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע קלעזמאָרים און אינספּירירט אויך אַנדערע צו שאַפֿן נײַע ווערק אין אַן אַלטן נוסח.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דוד באָטוויניק

מעל קאָרן, אַ געוועזענער תּלמיד אין די מאָנטרעאָלער "פֿאַראייניקטע תּלמוד־תּורהס", געדענקט נאָך הײַנט ווי דער מוזיק־לערער, "מר. באָטוויניק" פֿלעגט אַרײַנקומען אין קלאַס, צעטיילן די מימעאָגראַפֿירטע לידער־בויגנס, וואָס האָבן נאָך געשמעקט מיטן אַלקאָהאָל פֿון דער מימעאָגראַפֿיר־מאַשין, און פּרוּוון אײַנשטילן די "ווילדע" תּלמידים. פֿינף און פֿערציק יאָר שפּעטער האָט קאָרן חרטה, וואָס זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אַזוי ווילד, אָבער עד־היום זינגט ער די יום־טובֿ־לידער, וואָס דער לערער דוד באָטוויניק האָט מיט זיי געלערנט. דעם חודש האָט דער מאָנטרעאָלער קאָמפּאָזיטאָר, דוד באָטוויניק, לאַנג באַקאַנט ווי אַ פֿײַערדיקער ייִדישיסט און שאַפֿערישער כּוח אין זײַן שטאָט, אַרויסגעגעבן אַ לוקסוס־אַלבאָם פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן ייִדישע לידער.