אין 2004 האָט דער פֿידלער סטיווען גרינמאַן אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירונג "סטעמפּעניוס חלום", וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי קאָמפּאַקטלעך פֿון אָריגינעלע קלעזמערישע קאָמפּאָזיציעס. זײַן מוזיקאַליש ווערק האָט אויסגעדריקט סײַ אַ טיפֿע ייִדישע גײַסטיקייט, סײַ אַ פֿאַרשטאַנד פֿון די אַמאָליקע קלעזמערישע מעלאָדיעס באַאַרבעט פֿאַרן הײַנטיקן עולם. צו ביסלעך האָבן זײַנע קאָמפּאָזיציעס זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע קלעזמאָרים און אינספּירירט אויך אַנדערע צו שאַפֿן נײַע ווערק אין אַן אַלטן נוסח.
אין חודש יולי, הײַנטיקס יאָר, האָט ער אַרויסגעגעבן נאָך אַ זאַמלונג אָריגינעלע קלעזמערישע שטיקלעך אונטערן נאָמען "סטעמפּעניוס נשמה: ייִדישע גײַסטיקע מעלאָדיעס". סטיווען גרינמאַן שפּילט אויפֿן פֿידל, אַלען בערן — אויף דער פּיאַנע און אַקאָרדיאָן, און פּיט רושעפֿסקי און אַלעקסאַנדער פֿעדאָריוק שפּילן אויפֿן צימבל. ווי מע קען פֿאַרשטיין שוין פֿונעם אויסקלײַב פֿון די אינסטרומענטן, (ניטאָ קיין קלאַרנעט, קיין בלאָז־אינסטרומענטן) זענען די קלאַנגען אויף "סטעמפּעניוס נשמה" שטילע און דבֿקותדיקע. מיט דעם ריזיקירט גרינמאַן, ווײַל דער הײַנטיקער עולם וויל, דער עיקר, הערן מוזיק וואָס איז "לעבעדיק און פֿריילעך", צו וועלכער מע קען האָפּקען און טאַנצן. דערפֿאַר איז "סטעמפּעניוס נשמה" געצילט אויף אַ געקליבענעם עולם, וואָס קען רויִק זיצן און זיך טיף אַרײַנטראַכטן אין דער מוזיק.
דעם "גאַסן־ניגן" האָבן די קלעזמאָרים געשפּילט אויף חתונות צו באַגלייטן די משפּחה אָדער געסט. אין גרינמאַנס "גאַסן־ניגן", וואָס הייבט אָן דאָס קאָמפּאַקטל און שטעלט דעם טאָן פֿאַר דער גאַנצער רעקאָרדירונג, קרעכצט און אויקעט גרינמאַנס פֿידל אָן אויפֿהער פֿונעם אָנהייב ביזן סוף. פֿאַרן צוהערער וואָס איז נישט באַקאַנט מיט דעם סטיל, וועלן אים די שטיקלעך זײַן שווער צו פֿאַרדײַען, און זיי קענען אַרויסרופֿן אַ געשריי פֿון פּראָטעסט — "גענוג געקרעכצט!"
מיר דאַכט, אַז די פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס פֿון די "קלעזמאַטיקס", האָט אײַנגעפֿירט דעם סטיל, וואָס קלינגט עכט ייִדישלעך, אָבער איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון זייער ווייניק אַלטע רעקאָרדירונגען. אויב איך געדענקט ריכטיק סוויגאַלס אַ ציטאַט וועגן דעם קרעכצנדיקן סטיל, וואָס איך האָב ערגעץ געלייענט, האָט זי געזאָגט, אַז "אויב די אַלטע ייִדישע פֿידלערס האָבן נישט געשפּילט אַזוי, וואָלטן זיי געדאַרפֿט שפּילן אַזוי".
סטיווען גרינמאַן האָט זיכער גענאַשט פֿון סוויגאַלס אויסטײַטש פֿון ייִדישן פֿידל־סטיל, אָבער האָט זײַן אייגענעם אופֿן פֿון שפּילן. אַ קלאַסיש טרענירטער מוזיקער, האָט אים די חזנישע טראַדיציע ספּעציעל באַגײַסטערט אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל. פּונקט ווי די בעסטע חזנישע שטיקלעך, דריקט אויס גרינמאַנס מוזיק אוניווערסאַלע שאלות. די צווייטע שאַפֿונג אויף דער רעקאָרדירונג, וואָס איז טיף רירנדיק, הייסט טאַקע "Plea/Supplication" [געבעט/תּפֿילה] און באַשטייט פֿון אימפּראָוויזאַציעס געשפּילט פֿון גרינמאַן אויפֿן פֿידל און אַלען בערן אויף דער פּיאַנע. בערן איז פֿון די מײַסטערס פֿון אימפּראָוויזאַציע הײַנט, און זײַן אייגענע קאַפּעליע "בראַווע אַלטע וועלט" האָט זיך קונה־שם געווען מיט איר אָריגינעלן צוגאַנג צו אימפּראָוויזירטער קלעזמער־מוזיק.
נישט די גאַנצע רעקאָרדירונג באַשטייט פֿון פּאַמעלעכע טעמפּאָס. דער "ניגון פֿונעם 18טן אָקטאָבער 2008" שפּילט מען מיט אַ זשאָק־ריטעם, און דער צימבלער פֿעדאָריוק און גרינמאַן באַווײַזן זייער ווירטואָזקייט. אין גרינמאַנס "ליובאַוויטשער ניגון", געשאַפֿן אינעם גײַסט פֿון די ליובאַוויטשער ניגונים פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, זינגט גרינמאַן די מעלאָדיע צו בערנס אַקאָרדיאָן־באַגלייטונג, און דער וואָס קען זיך אויס אין ליובאַוויטשער נגינה, וועט זיך חידושן ווי גרינמאַן האָט טאַקע געכאַפּט דעם גײַסט פֿון דער חסידישער עדה. אַ פּאַפּולערער סאַטמערער ניגון האָט גרינמאַנען אינספּירירט צו שאַפֿן זײַן אייגענעם "סטיווס סאַטמאַרער ניגון".
"דאָברידיען" מיינט "אַ גוטן טאָג!", און אַ קלעזמעריש שטיקעלע מיט דעם נאָמען האָט מען פּאַמעלעך און האַרציק געשפּילט אויף חתונות צו באַווײַזן דעם טאַלאַנט פֿונעם מוזיקער. גרינמאַנס "דאָברידיען" הייבט אַרויס זײַן מײַסטערשאַפֿט, און אַזוי ווי דאָס קאָמפּאַקטל פֿאַררופֿט זיך אויפֿן לעגענדאַרן פֿידלער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, סטעמפּעניו — דעם העלד פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן — וויל אויך גרינמאַן זיך "אַרײַנגנבֿענען" אינעם צוהערערס האַרץ און נשמה. אין אַן אַנדער שאַפֿונג, "חצות־ניגון", שפּילט אַלען בערן סאָלאָ אויף דער פּיאַנע און גרינמאַן צייכנט זיך אויס אין די דאָזיקע מעדידאַטיווע מעלאָדיעס, וואָס דערמאָנען אין האַרבסטיקן רעגן.
גרינמאַן מאַכט זיך אויך אַ נאָמען הײַנט מיט זײַנע נײַע מעלאָדיעס צו באַקאַנטע זמירות און תּפֿילות. אין "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", וווּ איך האָב ערשט געלערנט אַ וואָך לאַנג, האָט מען געזונגען זײַן נײַעם ניגון צו "שלום־עליכם". אין "סטעמפּעניוס נשמה" האָט ער געשאַפֿן אַ נײַעם ניגון צו "לכה דודי", וואָס ער זינגט מיט זײַן זיסער טענאָר־שטים.
מיר באַוווּנדערן סטיווען גרינמאַנס קוראַזש בײַם אַרויסגעבן אַזאַ שטילע גײַסטיקע רעקאָרדירונג. זײַן דרך איז זיכער נישט געצילט אויף צו פֿאַרקויפֿן וואָס מער קאָמפּאַקטלעך, נאָר אויף אויסצודריקן זײַן "נשמה."