ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דאָס געפֿיל צווישן די בעסטע יונגע קלעזמאָרים הײַנט, אַז ס׳איז נישט גענוג צו שפּילן די מוזיק פֿונעם אַלטן רעפּערטואַר, נאָר אויך צו שאַפֿן נײַע קאָמפּאָזיציעס, פֿאַרשפּרייט זיך. דער אַמעריקאַנער פֿידלער סטיווען גרינמאַן, למשל, האָט שוין צוויי רעקאָרדירונגען אַרויסגעלאָזט פֿון זײַנע שאַפֿונגען, אינספּירירט פֿון טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס. אין יעדן לאַנד אין אייראָפּע זעט מען הײַנט, אַז די קאַפּעליעס "רירן זיך" דווקא אין דער ריכטונג. מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז ס׳ווערט זעלטענער הײַנט צו הערן נײַע קלעזמער־רעקאָרדירונגען בלויז מיט "אַלטער סחורה." פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָר אויף אַזאַ אופֿן קען אַ טראַדיציע זיך אַנטוויקלען, און נישט פֿאַרגליווערט ווערן אינעם עבֿר.

די גרופּע "דער אסתּר המלכּה־קלעזמער־טריאָ" — Queen Esther Klezmer Trio — האָט דעם זומער אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל מיט כּמעט אין גאַנצן אָריגינעלע ווערק קאָמפּאָנירט פֿון דער קלאַרנעטיסטקע עמאַ (אסתּר) סטימאַן. די גרופּע באַשטייט פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן אַנסאַמבל.

סטימאַן שטאַמט פֿון לאָנדאָן אָבער וווינט הײַנט אין קעלן, דײַטשלאַנד. זי האָט שטודירט קלאַסישן קלאַרינעט אינעם "מלוכישן קאָלעדזש פֿון מוזיק" אין לאָנדאָן און האָט געשפּילט ווי דער ערשטער קלאַרנעטיסט אין אַ בריטישן נאַציאָנאַלן יוגנט־אָרקעסטער. זי איז שוין יאָרן אַ באַקאַנטע פֿיגור אין די קלעזמער־וואַרשטאַטן אַרום דער וועלט; צו ערשט ווי אַ סטודענט, דערנאָך ווי אַ לערערין. זי טרעט אויף אויף פֿאַרשיידענע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן איבער אייראָפּע.

דער פֿידלער מאַרק קאָוונאַצקי איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, אָבער וווינט שוין עטלעכע יאָר אין האַמבורג, דײַטשלאַנד, און פֿירט אָן מיט זײַן אייגענער קאַפּעליע, "די האַמבורגער קאַפּעליע" [The Hamburg Klezmer Band]. ער באַטייליקט זיך אויך אין אַנדערע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד און ענגלאַנד. דער אַקאָרדעאָניסט, איליע שנייווײַס, שטאַמט פֿון ריגע, לעטלאַנד, וווּ ער וווינט נאָך הײַנט און פֿירט אָן מיט זײַן גרופּע "פֿאָרשפּיל". ער שפּילט אויף כּלערליי אינסטרומענטן און באַטייליקט זיך אין פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, סײַ אין דער קלעזמער־וועלט, סײַ אין מאָדערנער "פּאָפּ"־מוזיק. אינעם "ייִדיש זומער ווײַמאַר"־וואַרשטאַט פֿירט ער אָן מיט די קאָנצערטן אין אָוונט אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט, בעת וועלכע די אָנטיילנעמער פֿונעם וואַרשטאַט קענען שפּילן, זינגען אָדער טאַנצן פֿאַרן שטאָטישן עולם.

עמאַ סטימאַן שאַפֿט סײַ אין קלאַסישן, סײַ אין קלעזמערישן סטיל און מע קען נישט לייקענען, אַז אין אירע קלעזמער־ווערק אויף דעם קאָמפּאַקטל שלאָגט אַ קלאַסישער אָדער; אָבער אַ קליינער. אין דער מוזיק פֿון די אָנגעזעענסטע קלאַרנעטיסטן הײַנט אין דער קלעזמער־וועלט, צווישן זיי קורט ביאָרלינג און יואל רובין, הערט מען אויך די קלאַסישע השפּעה און זיי איז געראָטן צו קאָמבינירן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקישקייט מיט דעם טרענירטן קלאַסישן קלאַנג. דאָס שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין די אַראַנזשירונגען, וווּ מע פֿילט אַ קלאַסישע אייבער־סטרוקטור. די השפּעה פֿון אַלען בערן, וועלכער שפּילט אַ מין קלאַסישע קלעזמער־אימפּראָוויזאַציע, הערט מען אויך הײַנט אין דער מוזיק.

אין דער אַרײַנפֿיר־מעלאָדיע פֿון דער "אסתּר המלכּה קלעזמער־טריאָ", וואָס הייסט "דאָברידיען", טראַכט מען בפֿירוש פֿון אַלען בערנס גרופּע "בראַווע אַלטע וועלט", וואָס הייבט אַרויס דעם שטאָלץ און זעלבסט־ווערדע אין די מעלאָדיעס; עמאָציעס, וואָס גייען פֿאַרלוירן ווען מען שפּילט נאָר היציקע, ווילדע טאַנץ־מוזיק. סטימאַנס "פּאַטש־טאַנץ" איז אַ וווּנדערלעך טאַנץ־שטיקל, וואָס וועט מסתּמא פֿאַרשפּרייט ווערן, מיט דער צײַט, צווישן אַנדערע קאַפּעליעס. לויט מײַנע אויערן, הער איך אויך רעשטלעך פֿון אַלטע בריטישע טענץ אין דער מעלאָדיע, און אַזוינע קאָמבינאַציעס און מוזיקאַלישע סינטעזן, וועלן האַלטן די קלעזעמר־מוזיק פֿריש אויף יאָרן און יאָרן. סטימאַן שפּילט אויך אויף אַ מין פֿלייט ("רעקאָרדער") און אין איר שאַפֿונג "אַלטער שער" ברענגט אַרײַן דער אינסטרומענט אַ נײַ־אַלטן קלאַנג — מע קען זיך פֿאָרשטעלן ווי אַ פּאַסטוך שפּילט פֿאַר זײַנע שאָף אין פֿעלד.

די מוזיקער אינעם "אסתּר המלכּה קלעזמער־טריאָ" זענען אַלע מײַסטער־ שפּילער ווי אויך פֿײַנע אימפּראָוויזאַטאָרן; זיי וואָלטן געקענט אַפֿילו ווערן מער "ווילד", לויט מײַן געשמאַק, זיך לאָזן וווילגיין אַ ביסל מער. אין סטימאַנס "קאָלאָמייקע", למשל, שפּילן די דרײַ מוזיקער אַזוי ענג פֿאַרבונדן, איינער מיטן אַנדערן, אַז מע ווערט אַליין געצאַמט, און מע שטרעבט נאָך אַ ביסל פֿרײַהייט. נישט געקוקט אויף דעם, הערט מען אין קאָוונאַצקיס פֿידל די עכטע ייִדישע דבֿקותדיקע עמאָציע, סײַ אין די פּאַמעלעכע, סײַ אין די גיכערע ריטמען.

סטימאַן האָט גענומען טאַנץ־מעלאָדיעס פֿונעם רעפּערטואַר בײַם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד און געשאַפֿן איר אייגענעם נוסח פֿאַר יעדן איינעם — דעם שוין דערמאָנטן "פּאַטש־טאַנץ" און "קאָלאָמייקע", און דערצו אַ סירבע, האָנגאַ, בולגאַר, האָראַ און שער. אין יעדער אַראַנזשירונג פֿאַרוויקלען זיך די דרײַ אינסטרומענטן אַרײַן און אַרויס, אָבער ווערן קיין מאָל נישט פֿאַרלוירן.

אין דער לענגערער "פֿאַנטאַזיע סוויטע" הערט מען אַ פּאַמעלעכע האָראַ, געשאַפֿן פֿון סטימאַן, דערנאָך אַ טראַדיציאָנעל חסידל, און צום סוף, אַ בולגאַר פֿונעם רעפּערטואַר פֿונעם קלאַרנעטיסט דייוו טאַראַס. שנייווײַס שפּילט אויפֿן פּויק אינעם "אָריענטאַלישן בולגאַר", אין וועלכן דער קלאַרנעט און פּויק פֿירן אָן אַ מין דיאַלאָג אַרום דער מעלאָדיע. שנייווײַס ווײַזט זײַן גרויס בקיאות אויפֿן אַקאָרדעאָן אויף דעם "גאַסן־ניגון", אין וועלכן ער שפּילט סאָלאָ.

מיט דעם קאָמפּאַקטל פֿאַרנעמט עמאַ סטימאַן און איר "אסתּר המלכּה קלעזמער־טריאָ" אַ חשובֿ אָרט צווישן די נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיטאָרן. די מעלאָדיעס וועלן זיכער שפּילן און רעקאָרדירן אויך אַנדערע קאַפּעליעס, ווײַל זיי כאַפּן די ענערגיע פֿון די אַלטע ייִדישע טענץ־פֿאָרמען, אָבער שפּריצן אײַן אַ ביסל מאָדערנקייט, וואָס לעבט זיי אויף פֿאַרן הײַנטיקן קלעזמער־ענטוזיאַסט.