ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די ליבע איז דאָרט — מײַן נר־תּמיד.

עס ברענט און לעשט קיין מאָל ניט אויס.

אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען


די זינגערין און חזנטע חנהלע בראַון איז גוט באַקאַנט דער ייִדיש־וועלט אין ניו־יאָרק. ווען זי האָט נאָך געהאַט איר מיידלשן נאָמען — חנה סלעק האָט מען זי געזען און געהערט שפּילן און זינגען אינעם "פֿאָלקסבינע"־טעאַטער. אין "פֿאָרווערטס" פֿירט זי די רובריק "טײַערע חזנטע", אין וועלכער זי ענטפֿערט אויף פּערזענלעכע פֿראַגעס פֿון לייענער איבערן לאַנד. נאָך דעם ווי זי האָט שטודירט חזנות אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט זי געפֿונען אַ שטעלע אינעם באַקאַנטן "סיני טעמפּל" אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי וווינט און אַרבעט הײַנט ווי אַ חזנטע.

אָקאָרשט האָבן מיר באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון חנה בראַון מיטן נאָמען "Eternal Flame — נר־תּמיד: אַ ליבע צו ייִדיש", אין וועלכן זי זינגט לידער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער, סײַ די גוט באַקאַנטע, סײַ די זעלטן געזונגענע. דאָס איז נישט איר ערשטע רעקאָרדירונג; מיט איר פֿרויען־טריאָ, "אַשירה", האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ פֿײַנע רעקאָרדירונג Suddenly Spirited וואָס נעמט אַרײַן ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע לידער.

חנה בראַון שטאַמט נישט פֿון קיין ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה; די "ליבע" האָט זיך בײַ איר אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי מע האָט געבעטן בײַ איר זינגען אַ ייִדיש ליד אין אַ חורבן־פּראָגראַם. דאָס האָט זי געמוטיקט צו לערנען די שפּראַך, אין וועלכער די מתפּללים אַרום איר אין דער שיל האָבן גערעדט און זיך געוויצלט. בײַ אַ קאָנצערט, ווען זי האָט געדאַרפֿט צוגרייטן אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישע טעאַטער־לידער, האָט זי אַנטדעקט די ריזיקע צאָל שאַפֿונגען אין דעם זשאַנער, וואָס דריקט זיך אויס מיט אַזוי פֿיל עמאָציע און לײַדנשאַפֿט.

האָט זי אָנגעהויבן זינגען ייִדישע לידער אין איר רעפּערטואַר. זי שרײַבט — "איך האָב געזען, ווי טיף איז דער אײַנדרוק וואָס ייִדיש מאַכט אויף מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע עלטערן. פֿון אַן עלטערער פֿרוי אין אַ מושבֿ־זקנים, וואָס געדענקט נישט גוט, אָבער קען נאָך אַלץ זינגען אַלע ווערטער צו 'בײַ מיר ביסטו שיין’; פֿון אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס הייבט ערשט אָן רעדן אָפֿנהאַרציק צו מיר נאָך דעם, ווי ער הערט פֿון מיר אַ ייִדיש וואָרט, ביז די קינדער אין מײַן כאָר וואָס מיינען, אַז דאָס זינגען ייִדישע לידער איז אַ פֿאַרגעניגן."

סלאַק הייבט אָן איר רעקאָרדירונג מיטן קלאַסישן טעאַטער־ליד "אַ ייִדישע מאַמע" פֿון יעלען און פּאָלאַק, געזונגען אויף ייִדיש און ענגליש. וויפֿל איבערגעטריבן־עמאָציאָנעלע נוסחאָות, האָבן מיר שוין געהערט פֿון דעם ליד? אָבער בראַון גייט צו דעם ליד צו אַזוי ערנסט און איבערגעגעבן, אַז זי איז גובֿר דעם "שמאַלץ". דער כּוח פֿון איר סאָפּראָנאָ־קול צײַגט אויך איבער דעם צוהערער, אַז דאָס "אויסגעשפּילטע" ליד האָט פֿאַרדינט מע זאָל זיך צוהערן צו אים נאָך אַ מאָל מיט אַ פֿרישן אָטעם.

דאָס ליד "זאָג, זאָג, זאָג עס מיר" פֿון טאַובער און טרילינג, איז אונדז נישט געווען באַקאַנט, און עס דערציילט וועגן אַ בחור און אַ מיידל, וואָס באַקענען זיך אין אַ וואַלד. די פּשוטע אַראַנזשירונג, וואָס באַשטייט נאָר פֿון אַ סינטעסײַזער/פּיאַנע, איז בכּיוון אַלט־מאָדיש און הייבט אַרויס דעם בעסטן אַספּעקט פֿונעם ליד — בראַונס שטאַרק, פֿליִענדיק קול.

אין אַ "ליבע־פּאָפּורי" זינגט חנה בראַון צוזאַמען מיט נאָך אַ לאָס־אַנדזשעלעסער — דער ייִדישער טעאַטער־שטערן, מײַק בורשטיין. דאָ הערט מען די שלאַגערס: "דו שײַנסט ווי די זון", "שיין ווי די לבֿנה" "בײַ מיר ביסטו שיין". דאָס נישט־טרענירטע, אָבער עכט ייִדישלעכע קול פֿון בורשטיין, און די שטאַרקע שטים פֿון בראַון, פּאָרן זיך גוט. דער טראָפּ אין דער רעקאָרדירונג איז תּמיד אויף די ווערטער, וואָס בראַון, און פֿאַרשטייט זיך, דער וועטעראַן בורשטיין, זינגען אָן וועלכע נישט איז קונצן.

אַזאַ ליד ווי "איך האָב דיך צופֿיל ליב" פֿון אָלשאַנעצקי און טאַובער, ווערט לעצטנס רעקאָרדירט אַרויסצוהייבן דעם טאַנגאָ־טאַקט אינעם ליד, ווײַל דער טאַנגאָ איז ווידער אין דער מאָדע. דאָס איז לעצטנס בכלל אַ פּראָבלעם אין דער קלעזמערישער וועלט, וווּ מען איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מער מיט די ריטמען, און ווייניקער מיט די ווערטער. נישט צו אַלץ וואָס האָט אַ וואַלצער ריטעם, אָדער אַ טאַנגאָ־ריטעם, דאַרף מען טאַנצן. די מעלאָדיע האָט מען אפֿשר געשאַפֿן אַזוי, אָבער דאָס הייסט נאָך נישט, אַז מע דאַרף גיין אַ טענצל. בראַונס אויסטײַטש, להיפּוך, האַלט זיך נאָענטער צו די ווערטער און צום געפֿיל פֿונעם ליד, און הייבט בפֿירוש נישט אַרויס דעם טאַנגאָ־ריטעם.

פֿונעם מער מאָדערנעם רעפּערטואַר, זינגט זי אַבֿרהם סוצקעווערס "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן", וואָס ווערט אַראַנזשירט מיט אַ טשעלאָ־באַגלייטונג, אָבער די אַנדערע לידער זענען די גוט־באַקאַנטע טעאַטער־לידער, וואָס דער עולם ווערט נישט מיד צו הערן. עס איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז חזנים זינגען די אַלטע פּאָפּולערע ייִדישע לידער. אָבער אין דעם פֿאַל, באַקומט מען דעם אײַנדרוק, אַז חנה בראַון האָט לחלוטין נישט געוווּסט די "פֿאָרגעשיכטע" פֿון אַ סך פֿון די טעאַטער־לידער, וואָס זי זינגט, אַז מע פֿאַרבינדט זיי אָפֿט מיט זיסער סענטימענטאַלקייט. אין דער רעקאָרדירונג, האָט איר "אומוויסן" איר געהאָלפֿן, ווײַל צוטרעטנדיק צו די לידער מיט אַ "טאַבולאַ ראַסאַ", האָט זי געגעבן אַ פֿרישן קוק אויף זיי, און דערוועקט אינעם צוהערער אַ באַנײַטן אינטערעס צו אַלטער, אָבער גוטער, סחורה.