סוף מאַרץ האָט מען געוויזן אויף דער טעלעוויזיע די פּראָגראַם The Thomashefskys: Music & Memories of a Life in the Yiddish Theater ["די טאָמאַשעווסקיס: מוזיק און זכרונות פֿון אַ לעבן אינעם ייִדישן טעאַטער"]. די וואָך ווערט אַרויסגעגעבן דאָס ווידעאָ־קאָמפּאַקטל פֿון דער פּראָגראַם — אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם דיריגענט מײַקל טילסאָן-טאָמאַס וועגן זײַן זיידע־באָבע, די לעגענדאַרע ייִדישע אַקטיאָרן באָריס און בעסי טאָמאַשעווסקי.
טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג.
אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער.
טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט.
אין דער פּראָגראַם שפּילן די אַקטיאָרן — דזשודי ברעסלער אין דער ראָלע פֿון בעסי, און שולער הענסלי אין דער ראָלע פֿון באָריס — געקליבענע סצענעס פֿונעם לעבן פֿון די טאָמאַשעווסקיס: וועגן זייער באַקענען זיך אין פֿילאַדעלפֿיע, וועגן זייערע גרעסטע סוקצעסן אויף דער בינע, ווי אויך אַ ביסל וועגן זייערע אָפֿט שטורמישע באַציִונגען. די לעבעדיקע מוזיק פֿון סעקאָנד־עוועניו — דער הויכפּונקט פֿון דער פֿאָרשטעלונג — האָט מען אויפֿגעלעבט, אַראַנזשירט און, צום טייל, רעקאָנסטרויִרט, און מע זינגט די פּאַפּולערע לידער ווי "דאָס פּינטעלע ייִד", "פֿיפֿטי־פֿיפֿטי" און "וואַטש יור סטעפּ". די בעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער תּקופֿה האָבן געשאַפֿן די מוזיק — לויִס פֿרידסעל, פּערלמוטער און וואָהל, יוסף רומשינסקי, און באָריס טאָמאַשעווסקי האָט אָפֿט אַליין געשאַפֿן די ווערטער צו די לידער.
עס איז פּאַסיק, וואָס אינעם איצטיקן "פֿאָרווערטס"־יוביליי־נומער, זאָל מען שרײַבן וועגן די טאָמאַשעווסקיס. באָריס האָט נישט נאָר געשפּילט אויף דער בינע, נאָר אויך געשריבן זײַנע זכרונות און זיי אָפֿט אָפּגעדרוקט אויף די זײַטן פֿונעם "פֿאָרווערטס". אין אַפּריל 1916 האָט ער אָנגעהויבן צו פֿאַרעפֿנטלעכן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן און ער האָט געשריבן פֿאַר דער צײַטונג נאָך צען יאָר. בעסי טאָמאַשעווסקי, מיט דער הילף פֿון אליהו טענענהאָלץ, האָט אָפּגעדרוקט אירע זכרונות אין דער צײַטונג "די וואַרהײַט". ביידע האָבן אַרויסגעגעבן זייערע אויטאָביאָגראַפֿיעס אין בוך־פֿאָרעם.
כאָטש באָריס טאָמאַשעווסקי איז געבוירן געוואָרן לעבן קיִעוו, אינעם דאָרף אָסיטניאַשקע, און בעסי קאַופֿמאַן טאָמאַשעווסקי האָט אויך געשטאַמט פֿון דער קיִעווער געגנט, ווערן זיי ביידע באַטראַכט ווי עכטע אַמעריקאַנער אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע. באָריס האָט ליב געהאַט "עקסטראַוואַגאַנזאַ" — ריזיקע, טײַערע ספּעקטאַקלען, וואָס מע האָט זיך נישט געקענט פֿאַרגינען אינעם ייִדישן טעאַטער אין אייראָפּע. באָריס האָט אויך אײַנגעפֿירט אַמעריקאַנער נאַציאָנאַליזם אין זײַנע ספּעקטאַקלען, און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין די לידער ווי "לעבן זאָל קאָלומבוס" — ווערטער פֿון באָריס טאָמאַשעווסקי.
צום גרויסן טייל איז די געראָטנקייט פֿון דער פּראָגראַם צו פֿאַרדאַנקען דער ליבלעכער פּערזענלעכקייט פֿון טילסאָן־טאָמאַס. ער מײַדט אויס צופֿיל סענטימענטאַלקייט — "שמאַלץ" — ווען ער רעדט וועגן דער אַמאָליקער איסט־סײַד און טעאַטער, און דריקט אויך אויס די עקסצענטרישקייט פֿון די אַקטיאָרן מיט אַ היסטאָרישן בליק. דער ייִדישער עולם פֿון דער פֿאָרשטעלונג אין מיאַמי־ביטש האָט טאַקע געלאַכט בײַ יעדן ייִדישן וואָרט, וואָס דאָס גייט אויף די נערוון, אָבער טילסאָן־טאָמאַס’ צוגאַנג איז אַן ערנסטער און ער וויל, אַז דער עולם זאָל ריכטיק אָפּשאַצן די קונסט פֿון די טאָמאַשעווסקיס.
דער רעפּערטואַר אין אַמעריקע האָט זיך אָנגעהויבן מיט גאָלדפֿאַדענס פּיעסעס ווי "קאָלדוניע" (די כּישוף־מאַכערין) און אַ סצענע פֿון דער פּיעסע; און יעדע סצענע אין דער פּראָגראַם ווערט דראַמאַטיזירט פֿון די צוויי הויפּט־אַקטיאָרן און נאָך אַ פּאָרל — ראָניט ווידמאַן־לוי און יודזשין בראַנקאָווענו. מע זינגט לידער פֿון די פּיעסעס "אַלכּסנדר: דער קרוין־פּרינץ פֿון ירושלים", "דער ישיבֿה־בחור", און "דאָס פּינטעלע ייִד" אין דער ערשטער העלפֿט. טילסאָן־טאָמאַס וויל נישט דווקא איבערצײַגן, אַז זײַן זיידע־באָבע האָבן געשפּילט בלויז שעקספּיר, אָבער ער וויל אויך נישט מע זאָל מיינען, אַז זיי האָבן געשפּילט בלויז שונד־טעאַטער. אין זייער רעפּערטואַר האָבן זיי איבערגעזעצט דאָס בעסטע פֿונעם וועלט־טעאַטער, ווי טשעכאָוו, איבסען, האַופּטמאַן און דער אַמעריקאַנער עולם האָט נאָר דורך דעם זיך באַקענט מיטן אייראָפּעיִשן טעאַטער. למשל, אינעם סעזאָן פֿון 1902—1903 האָט מען אין טאָמאַשעווסקיס "פּיפּלס טעאַטער" פֿאָרגעשטעלט צוויי פֿון לעאָן קאָברינס דראַמעס וועגן דער אימיגראַנטישער איבערלעבונג, געטעס "פֿאַוסט", וויקטאָר יוגאָס "דער האָרבאַטער פֿון נאָטר־דאַם", און שעקספּירס "ראָמעאָ און דזשוליעט". באָריס האָט אויך תּמיד געהאַלטן אַן אויג אויף די לעצטע געשעענישן אין דער וועלט־פּאָליטיק, און האָט אַליין אָנגעשריבן צוויי דראַמעס וועגן היטלערן אין די 1930ער יאָרן.
צווישן די טעאַטער־סצענעס דערציילט טילסאָן־טאָמאַס וועגן זײַנע זכרונות פֿון בעסי און דאָס האָט טויזנט טעמען, ווײַל זי האָט תּמיד געשפּילט די ראָלע פֿון אַ גראַן־דאַם. ווען זי איז שוין געלעגן אויפֿן טויטן־בעטל האָט זי צוגערופֿן איר 17־יאָריק אייניקל און אים אײַנגערוימט אין אויער — "שרײַב קיין מאָל נישט אונטער קיין צעטל וואָס גיט אַוועק דאָס רעכט פֿון דײַן קינסטלערישן מאַטעריאַל צו אַנדערע!"
טילסאָן־טאָמאַס איז מודה, אַז די פֿאָרשטעלונג "די טאָמאַשעווסקיס" איז בלויז אַן אַרײַנפֿיר צו דער וועלט פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און, אַז מע קען נאָך אַ סך אויפֿטאָן אויפֿצולעבן די וועלט פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן אַמעריקאַנער עולם. דער "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" האָט געזאַמלט הונדערטער סקריפּטן, כּתבֿ־ידן פֿון דראַמעס און קאָמעדיעס, און עטלעכע האָט מען איבערגעזעצט. די פֿילפֿאַרביקע געשיכטע פֿון די טאָמאַשעווסקיס איז נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער רײַכער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער און דאָס ווידעאָ־קאָמפּאַקטל The Thomashefskys וועט טאָן אַ מיצווה, דורך באַקענען אַ ברייטערן עולם מיט טילסאָן־טאָמאַס’ זיידע־באָבע.