װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

צוויי דינע ביכלעך, ביידע צוויי־שפּראַכיק, ייִדיש און ענגליש, זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע; איינס פֿון אָריגענעלע לידער פֿונעם פּאָעט שלום בערגער, דאָס צווייטע — אַ זאַמלונג פֿון איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער געשריבן אין קופּלעטן־פֿאָרעם, צונויפֿגעשטעלט און איבערגעזעצט פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער בערל זומאָף.

כאָטש שלום בערגער איז נישט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, און שרײַבט און דרוקט לידער שוין יאָרן לאַנג אין זשורנאַלן און אין דער אינטערנעץ, איז דאָס דאָזיקע פּאָעזיע־ביכל — "זאָג כאָטש להבֿדיל" — זײַן ערשטע פּובליקאַציע אין בוך־פֿאָרעם. דאָס ווערק נעמט אויך אַרײַן אינטערעסאַנטע און טשיקאַווע גראַפֿישע בילדער צו אילוסטרירן געוויסע לידער און קופּלעטן.

אינעם בוך לייענט מען גאַנצע לידער אויף ענגליש אָדער ייִדיש, און אויף דער אַנדערער זײַט לייענט מען אַן איבערגעזעצטן פּאָעטישן תּמצית פֿונעם ליד אויף דער אַנדערער שפּראַך. בערגער שרײַבט סײַ געגראַמטע לידער, סײַ ווײַסע פֿערזן, און די לידער אין דער זאַמלונג, זענען, מיר דאַכט, נישט אַזוי "געדיכט" ווי די פֿריִערדיקע.

די מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן אינעם ליד "אַ שטראַלכל ליכט" קען יעדער פֿאַרשטיין:

מײַן שטוב האָט צו פֿיל פֿענצטערס

האָב איך זיי פֿאַרקלאַפּט

אומעטום דער ייִאוש

טיילצײַטיק די נאַכט


אַרײַנגעכאַפּט אַ שטראַלכל

ליכטיקייט צו מיר

האָב איך לשם זיכערהייט

אויך פֿאַרקלאַפּט די טיר.


בערגער איז אָפֿט פֿילאָסאָפֿיש געשטימט אין זײַנע לידער, און באַטראַכט גרויסע באַגריפֿן ווי די צײַט און קאָסמאָס; אָבער ער האָט אויך ליב ווערטער־שפּילן, און שפּילעוודיקע קלאַנגען און גראַמען ווי אינעם ליד "מורא":

מע האָט מורא

ווען דער בורא

גיט די תּורה.


אין דער מורא

לאָזט דער בויער

אונדז אַ טויער.


דער לייענער פֿון בערגערס פֿריִערדיקע לידער וועט זיך חידושן מיט זײַן קער צו מער טראַדיציאָנעלע פּאָעטישע פֿאָרמען. זעט אויס, אַז דעם עול פֿון ווײַטער טראָגן די טראַדיציעס פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע איז ער גרייט צו טראָגן אויף זײַנע פּלייצעס, ווי ער שרײַבט אין זײַן ליד "דער ייִדישער ליטעראַטור":

דער ייִדיש־דיכטער זיצט בײַ זיך אין צימער

און וואַרט, עס זאָל אים טרעפֿן אַ געדאַנק.

נאָר טאָמער פֿעלט אים נאָך אַלץ אַ המצאה

האָט ער אַן אויסגעשטאָפּטע ביכערשאַנק.


דאָס ביכל פּאָעזיע פֿון בערל זומאָף, "The Waterfall" איז אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע לידער מיט זײַן ענגלישער איבערזעצונג, געשריבן בלויז מיט געגראַמטע קופּלעטן. די פֿאָרעם, אַ שפּילעוודיקע, קען מען זעלטן געפֿינען צווישן די מאָדערניסטישע פּאָעטן אויף ייִדיש, לויט זומאָפֿן. אָבער דער איבערזעצער האָט ספּעציעל הנאה פֿון דעם זשאַנער און האָט זיי אויסגעזוכט.

דער רעזולטאַט איז אַ פֿײַנע, קליינע זאַמלונג פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, גענוג קליין (75 זײַטן), אַז אַפֿילו דער "אַמאַטאָרישער" ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור קען עס איבערלייענען מיט גרויס הנאה. די קופּלעטן לייענען זיך לײַכט, און אַ גוטער געדאַנק, וואָלט טאַקע געווען, מע זאָל אַ סעריע ביכלעך פֿון אַזאַ קליינעם פֿאָרמאַט (אין דעם ביכל 16 לידער מיט איבערזעצונגען) אַרויסגעבן, כּדי צו באַקענען דעם לייענער מיט דער גרויסער וועלט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. אַנטאָלאָגיעס נישט נאָר צוזאַמענגעקליבן צוליב דער פֿאָרעם און סטרוקטור, נאָר אויך לויט דער טעמע — ניו־יאָרק, ישׂראל, דאָס שטעטל אאַ״וו.

כאָטש די פֿאָרעם איז אַ לײַכטע, זענען נישט אַלע לידער פֿון אַ לײַכטן טאָן. ב. י. ביאַליסטאָצקיס "באַלאַדע פֿון די דרײַ פֿרויען בײַ איסט־ריווער" איז גאָר אַן אומעטיק ליד, און אַנדערע זענען אויך ערנסט. צוליב דער סטרוקטור, לייענען זיך געוויסע לידער ווי טײַטש־תּפֿילות, למשל, יהואשס "איך גיב דיר, גאָט, אַ לויב"

איך גיב דיר גאָט, אַ לויב און דאַנק

פֿאַר דײַן גענאָד און דײַן געשאַנק.


פֿאַר אַלדי רו, וואָס אין מײַן זעל,

ווען קעגן מיר קומט אָן אַ וועל.


פֿאַר אַלֹדי קראַפֿט ווי פֿעלדנפֿעסט,

וואָס ווייטיק האָט אַרויסגעפּרעסט.


פֿאַר אַלדי פֿרייד וואָס איך פֿאַרמאָג,

פֿאַר אַלדי ליבע וואָס איך טראָג.


און פֿאַר דײַן שענסטע, בעסטע גאָב, —

פֿאַר אָט דעם גלויבן וואָס איך האָב.


זומאָף האָט אין זײַנע איבערזעצונגען אָנגעהאַלטן דעם קופּלעטן־פֿאָרמאַט אויף ענגליש אויפֿן חשבון פֿון אַן אות־באותיקן צוגאַנג. דעריבער כאַפּן די ענגלישע טײַטשן דעם ריטעם פֿון די ייִדישע, אָבער די טײַטשן פֿון די שורות זענען "לויזע". די בעסטע איבערזעצונגען פֿון רעדאַקטאָר האָט ער געכאַפּט, ווען די לידער דערציילן אַ מעשׂה, אַ נאַראַטיוו, און עס געפֿינען זיך עטלעכע פֿון דעם מין צוליב דער פּאַסיקייט פֿון קופּלעטן פֿאַר דעם. למשל, מרים אולינאָווערס "אַנטיקלעך":

אַנומלט האָבן מיידלעך דרײַ, שיינינקע ווי גאָלד,

מיט טײַערע אַנטיקעלעך זיך זאַלבע דריט געפּראַלט:


"איך האָב אַ שטערנטיכעלע — האָט איינע זיך באַרימט —

נאָך פֿון מײַן עלטער־באָבעשי, געקעסטלט און געבלימט".


איך האָב אַ ציטער־נעדעלע — די צווייטע האָט שטאָלצירט —

נאָך פֿון מײַן עלטער־באָבעשי, מיט דימענטלעך פֿאַרצירט".


און נאָר דאָס דריטע מיידעלע האָט שטיל אין זיך געלאַכט,

און שטיל דאָס שויבן־טירעלע פֿון אַלקער אויפֿגעמאַכט:


"דאָס טײַערסטע אַנטיקעלע פֿאַרמאָג איך איינע נאָר —

די עלטער־באָבעשי אַליין פֿון איבער הונדערט יאָר!"

א. ג.