- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַנע דרײַ נאָענטסטע חבֿרטעס און איך האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ הויז לעבן דעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס אין יאַנואַר. מיר האָבן זיך אַלע ליב, און פֿאַרברענגען זייער גוט צוזאַמען. די איינציקע פּראָבלעם איז וואָס איין מיידל באַצאָלט נישט אירע חשבונות בײַ צײַטנס. מיר, די אַנדערע מיידלעך, צאָלן אײַן וואָס מע דאַרף און האָבן נישט קיין פּראָבלעם. אַז די עלטערן פֿון דעם מיידל גיבן איר געלט, ווייסן מיר, אָבער דאָס איז נישט דער ענין. זי האָט פּשוט גרויסע שוועריקייטן בײַם "סילוקן". סוף־כּל־סוף, באַקומען מיר יאָ דאָס געלט פֿון איר, אָבער שוין עטלעכע מאָל, וואָס מיר האָבן געמוזט איר חלק פֿונעם דירה־געלט, למשל, אײַנצאָלן אין דער צווישנצײַט. דאָס איז, דאָך, נישט יושרדיק, אַז מיר זאָלן דאַרפֿן וואַרטן ביז זי וועט אומקערן דעם חובֿ צוריק. מיר ווילן נישט, אַז געלט זאָל צעשטערן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, און מיר ווילן צונויפֿרופֿן אַ זיצונג פֿון אַלע מענטשן אין הויז אין אַ וואָך אַרום. ווי האַלט איר, זאָל מען דעם ענין באַהאַנדלען? חבֿרטעס |