- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַנע דרײַ נאָענטסטע חבֿרטעס און איך האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ הויז לעבן דעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס אין יאַנואַר. מיר האָבן זיך אַלע ליב, און פֿאַרברענגען זייער גוט צוזאַמען. די איינציקע פּראָבלעם איז וואָס איין מיידל באַצאָלט נישט אירע חשבונות בײַ צײַטנס. מיר, די אַנדערע מיידלעך, צאָלן אײַן וואָס מע דאַרף און האָבן נישט קיין פּראָבלעם. אַז די עלטערן פֿון דעם מיידל גיבן איר געלט, ווייסן מיר, אָבער דאָס איז נישט דער ענין. זי האָט פּשוט גרויסע שוועריקייטן בײַם "סילוקן". סוף־כּל־סוף, באַקומען מיר יאָ דאָס געלט פֿון איר, אָבער שוין עטלעכע מאָל, וואָס מיר האָבן געמוזט איר חלק פֿונעם דירה־געלט, למשל, אײַנצאָלן אין דער צווישנצײַט. דאָס איז, דאָך, נישט יושרדיק, אַז מיר זאָלן דאַרפֿן וואַרטן ביז זי וועט אומקערן דעם חובֿ צוריק. מיר ווילן נישט, אַז געלט זאָל צעשטערן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, און מיר ווילן צונויפֿרופֿן אַ זיצונג פֿון אַלע מענטשן אין הויז אין אַ וואָך אַרום. ווי האַלט איר, זאָל מען דעם ענין באַהאַנדלען? חבֿרטעס טײַערע חבֿרטעס, כאָטש איר ווילט נישט, אַז געלט זאָל צעשטערן די פֿרײַנדשאַפֿט, ווײַזט אַרויס דאָס מיידל אַן אומדרך־ארץ פֿאַר דער דאָזיקער פֿרײַנדשאַפֿט, ווען זי צווינגט די אַנדערע דרײַ מיידלעך צו צאָלן איר חובֿ פֿאַר דירה־געלט. עס קען זײַן, אַז זי האַלט, אַז די גאַנצע מעשׂה איז אַ קלייניקייט ווען זי קערט אײַך אום דאָס געלט. אָבער זי טאָר אײַך נישט שטעלן אין אַ פֿאַרלעגנהייט צוליב דעם. אַזאַ גרופּע־פֿאַרזאַמלונג, אָבער, איז נישט קיין גוטער געדאַנק. עס קען זײַן, אַז ווען זי דערזעט דרײַ קעגן איינס, וועט זי זיך פֿילן, אַז מע אַטאַקירט זי. אַ בעסערער אײַנפֿאַל, מיר דאַכט, וואָלט געווען ווען איר קלײַבט אויס איין מענטש מיט אַ שטאַרקן ווילן, וועלכער זאָל רעדן מיט איר וועגן דעם. מע דאַרף איר זאָגן, אַז אַלע דרײַ מיידלעך האַלטן, אַז דאָס איז נישט יושרדיק, און זי פֿרעגן, פֿאַר וואָס זי קען נישט צאָלן באַצײַטנס? מע קען פֿאָרלייגן, מע זאָל בײַ איר נעמען איר חלק פֿונעם דירה־געלט אַ וואָך, אָדער צוויי, פֿריִער. ווען מע שטעלט איר אַ פֿריִערדיקן טערמין, וועט זי אפֿשר צאָלן צו דער צײַט. טײַערע חזנטע, איך וווין אין אַ וווינאָרט מיט געהילף־באַדינונג און פֿאַרברענג מיט אַ סימפּאַטישער פֿרוי שוין צוויי יאָר; זינט זי האָט זיך אַרײַנגעצויגן אַהער. מיר זיצן בײַם זעלביקן טיש בעתן עסן די דרײַ מאָלצײַטן יעדן טאָג, און עס פֿרייט מיך, ווען איך זע זי. איך ווייס, אַז זי האָט די זעלבע געפֿילן וועגן מיר. צום באַדויערן, ווערט איר מוח וואָס מער קאַליע, און יענע וואָך האָט מען זי אַריבערגעפֿירט אינעם אָפּטייל פֿאַר די מענטשן וואָס זענען עובֿר־בטל און לײַדן פֿון אַלצהײַמערס־קרענק. דאָרטן, עסט מען אינעם עס־זאַל לעבן אונדזערן. איך בין זיכער, אַז די פֿרוי וואָלט גיכער געגעסן מיט מיר בײַ איין טיש, און מיר איז שרעקלעך אומעטיק אָן איר. ווי קען איך איבערצײַגן, אַז מיר זאָלן עסן צוזאַמען נאָך אַ מאָל? עלנטער "סינגלמאַן" טײַערער עלנטער "סינגלמאַן", עס קען זײַן, אַז די קראַנקן־שוועסטער, מיט וועמען איר האָט פֿריִער גערעדט מכּוח דעם ענין, איז נישט דער ריכטיקער מענטש. צי איז דאָ איינער פֿונעם פּערסאָנאַל, וואָס האָט געזען, ווי איר ביידע האָבן אַזוי גוט פֿאַרבראַכט צוזאַמען, און וואָלט געקענט זאָגן אַ גוט וואָרט וועגן דעם? רעדט מיט אַ באַאַמטן אין אַ העכערער פּאָזיציע ווי די קראַנקן־שוועסטער; ווײַזט אים די צײַטונג־רובריק! אויב זיי האָבן אַ ביסל שׂכל, וועלן זיי געפֿינען אַן אופֿן, ווי אַזוי איר ביידע קענט זיצן צוזאַמען, כאָטש עטלעכע מאָל אַ טאָג. עס קלינגט, ווי איר פּאַסט איינע פֿאַרן אַנדערן און איך האָף, אַז די "באַלעבאַטים" וועלן טאָן וואָס איז גוט פֿאַר אײַך. טײַערע חזנטע, דאַרף איך קויפֿן מײַן טאַטן אַ מתּנה לכּבֿוד פֿאָטערס־טאָג אויב איך האָב נישט קיין סך געלט? טאָכטער טײַערע טאָכטער, מע קען אַוודאי טראַכטן פֿון עפּעס ספּעציעלס צו טאָן פֿאַר אײַער טאַטן וואָס איז נישט טײַער. למשל, פֿאַרברענגט צוזאַמען אין דעם טאָג אויף אַ נישט־געוויינטלעכן אופֿן, אין אַ שיינעם פּלאַץ...
* * *
|